קוואטער - ביי א ברית

אוועטאר
פרינץ
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2007 11:43 am
לאקאציע: אין 'ווערצהויז'

קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינץ »

מען זאגט ביי א ברית 'קוואטער',
וואס באדייט דאס? 'ברענגן דאס קינד', איז פון ווי איז דאס באשאפן געווארן די ווארט?

אמאל גראדע האב איך געהערט פון ר' ישראל דוד שלעזינגער, אז די גאנצע זאך נעמט זיך, אז אמאל פלעגט מען זאגן 'כבוד טיר' אין דאס האט געמיינט א כבוד ביזן טיר.

אין מיט די צייט איז דאס געווארן פארדרייט, אין עד כדי כך עס איז געווארן 'קוואטיר' אין דערנאך 'קוואטער'
לעצט פארראכטן דורך פרינץ אום זונטאג יאנואר 13, 2008 1:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג שטענדיג דעם 'אמת'; אזוי וועסטו נישט דארפן געדענקען וואס דו האסט געזאגט 'לעצטע-מאל'
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: קוואטער - ביי א ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

פרינץ האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דער אויסדרוק 'קוואטער' פון ווי שטאמט דאס?

פון דייטשער "G-TT VATER"?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרינץ,

זייער אן אינטערעסאנטער טעמע, איבערהויפט אז ר' ישראל דוד זז"ג האט גערעדט דערוועגן, גלייב איך דאס האט מן-הסתם א קראנטער מקור.
[אגב, זייענדיג אחראי דא, קלער אז דער גאנצער נושא באלאנגט אין שפראך פורום, איך מעק עס נישט אויס כדי ליתן רשות להמחבר לעשות בו כטוב בעיניך]

ערנסטער,
וואס איז דער באדייט פון דער דייטשער אויסדריק וואס איר דערמאנט?
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מיללער
GOTTVATER = GODFATHER
http://de.wikipedia.org/wiki/Gottvater
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ערנסטער האט געשריבן:מיללער
GOTTVATER = GODFATHER
http://de.wikipedia.org/wiki/Gottvater
זייער אינטרעסאנט ערענסטער.

די שאלה איז יעצט ווער האט עס גענומען פון וועמען? די גויים פון די אידען אדער די אידען פון די גוים?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

WOW, דאס איז העכסט אינטערסאנט!

קוואטער זאל קומען פון גאט-פאטער?!

איך זאג נאכאמאל: העכסט אינטערסאנט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי,
מיר קענען דעם ג-ט-פאטער נאר פון דעם שחור בערל'ס אלעמען באקאנטער ווילי מעיז הא?

יא ערנסטער, אילו לא נברא פורום השפראך אלא בשביל זה דיינו, דאס איז א חידוש נפלא.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:אנדי,
מיר קענען דעם ג-ט-פאטער נאר פון דעם שחור בערל'ס אלעמען באקאנטער ווילי מעיז הא?

יא ערנסטער, אילו לא נברא פורום השפראך אלא בשביל זה דיינו, דאס איז א חידוש נפלא.
איך ווייס פון אפאר גאדפאדערס סיי זיי.

די ארגנעלע איז ביי די קריסטען ברענגען זיי די קינד אין קלויסטער און די מאן וואס האלט אים/איר איז די גאדפאדער און די פרוי וואס האלט אים/איר איז די גאדמאדער.

די וואס זענען נישט קיין פרומע קריסטען מאכען אזא מין האנארערי גאדפאדער און גאדמאדער.

ביי די איטאליענער מאפיע איז די באסס (די הויפט) די גאדפאדער.

אויב איז אמת וואס ערענסטער זאגט אז קוואטער איז מלשון גאדפאדער פארוואס טרעפ'מיר נישט קיין קוואמע"ר?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:די שאלה איז יעצט ווער האט עס גענומען פון וועמען? די גויים פון די אידען אדער די אידען פון די גוים?

למאי נ"מ כל כך? ס'דאך לית מאן דפליג אז קוואטעריי איז א מנהג ישראל תורה.
ובאשר צו דער ווארט 'קוואטער' איז הסברה נותנת אז מיר האבן דאס גענומען פון די אוראלטע דייטשן צוזאמען מיט דער שפראך וואס איז אנגערופן געווארן (פון אנהייב טאקע 'לשון אשכנז', אבער ברבות הימים - ) אידיש.
לענ"ד אין חסידות דאס הייסט 'בירור הקליפה'. :wink:

מיללער האט געשריבן:יא ערנסטער, אילו לא נברא פורום השפראך אלא בשביל זה דיינו, דאס איז א חידוש נפלא.

איך האב דוקא געהערט דאס פונלאנג און כ'האב בכלל נישט גערעכנט אז עס זאל זיין א 'חידוש' פאר עמיצן.

אנדי פעטיט האט געשריבן:ביי די איטאליענער מאפיע איז די באסס (די הויפט) די גאדפאדער.

ווייסטו ווי רופט מען צו דעם אין היינטישן 'עברית ישראלית מדוברת'? הסנדק. :grin:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%93%D7%A7

אויב איז אמת וואס ערענסטער זאגט אז קוואטער איז מלשון גאדפאדער פארוואס טרעפ'מיר נישט קיין קוואמע"ר?

1. מיר האבן געבארגט ביי די דייטשן נאר די ווארט (נישט דעם מנהג אליין).
2. אפשר אמאל (דאך עפעס א טויזנט יאר צוריק!) ביי זיי איז געווען נאר א Gottvater און די Gottmuter האט מען צוגעגעבן שפעטער (אלס א טייל פון דער עמאנציפאציע אד"ג).
3. אויך יעצט ביי די גויים דער Godfather איז א סך מער דאמינאנט (באוואוסט, חשוב וכו') ווי די Godmother (איז דאן האט מען גענומען נאר דעם לשון זכר וואריאנט, און לשון נקבה - קוואטערין - געמאכט אליין).

אט צום ביישפיל די רוסן האבן געבארגט פון ענגליש די ווארט 'ספארטסמען' (sportsman). און ווי איז אין רוסיש די לשון נקבה פון דער ווארט? 'ספארטסוואומען' (sportswoman) ווי אין ענגליש?
ניין ! 'ספארטסמענקא'. :grin:
איז עפעס ענלעך האט מסתמא פאסירט אויך אין אונזער פאל.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערנסטער,
זייער שיין מסודר, הערליך, יישר-כחך, עס איז זייער מסתבר דער צושטעל.
וואס אנבאלאנגט אנדי'ס קשיא בנוגע "קוואמער", איז זייער אננעמבאר דעם צושטעל פון ספארטמען, אבער לפע"ד ברויך מען נישט אנקומען דערצו, ווייל פונקט ווי דער 'קוואטער' קומט פון 'גט-פאטער' קען דאך עס קומען פון 'גט-מוטער', חוץ אויב אנדי מיינט צו פרעגן אז מען זאל זאגן 'קמאטער', דאן ברויך מען אנקומען צו ערנסטער'ס הסבר.

שוין האמיר שוין געלערנט עפעס היינט.........
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

שקויעך ערענסטער. זייער אינטרעסאנט.

איך האב גע'לא"ה'ט ווי די חברה רופן די מאווי "הסנדק".
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך האב גע'לא"ה'ט ווי די חברה רופן די מאווי "הסנדק".

אנטשולדיק, האסט גע... וואס?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

לא"ה = ל'אך א'ויף ה'ויעך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האט דאס פארשאפט א הילכיגע געלעכטער...

שפעטער האב איך טאקע געזען אין באבילאן אז זיי טייטשן אפיציעל איבער די ווארט "סנדק" אזוי: godfather, godparent; sponsor

און אויף עברית: מי שמחזיק את הנימול; לוקח תחת חסותו, מאמץ, אחראי, אפוטרופוס, ספונסור, מממן, תומך

יישר כח ערנסטער פאר די באלערנדע שמועסן, עס איז צייט דו זאלסט אונז מיטטיילן אנדערע ידיעות וואס דו מיינסט זיי זענען פשוט, כי אם פשוטים הם בעיניך, בעינינו המה דברים חדשים.
גבאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי »

פונקט די וואך האב איך גערעדט מיט די רעבעצן וועגן וואס מיינט די ווארט קוואטער שטייט אז איינער לערנט עפעס און דערנאך זעהט ער די זעלבע זאך ערגעץ אנדערש איז א סימן ער האט געלערנט לישמאה מיין איך אז מיר האבן אויך געשמועסט לישמאה
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ערענסטער, אויך מיר איז דיין חידוש שטארק געפאלן.
An article a day keeps the babies away
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ראה זה מצאתי, ס'קומט גאר געהעריג ארויסגעזאגט 'געפאטער'! ס'הערט זיך ווי קוואטער.. נישט קיין לאנגע מעשה פון ג-דפאטער.
אטעטשמענטס
record-image_3QS7-89G7-F9Y5-T_1600x775_1680x732.jpg
record-image_3QS7-89G7-F9Y5-T_1600x775_1680x732.jpg (256.11 KiB) געזען 4555 מאל
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

Wow, דאס איז פאר מיר א חידוש נפלא פון וואנעט די ווארט שטאמט.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

יא דאס איז געוואלדיג ממש דאס איז די גרעסטע חידוש אין שפראך וואס איך בין געוואויר געווארן אין לאנגע יארן
נישט נאר שפראך נאר אין איינוועגס מנהג ישראל
געדענקט
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקט »

אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים
א) פין ערוך השלחן
מלשון קטורת וייל מילה איז ווי קטורת כידוע ווערטער אנגעריפען דיר וואס ברענגט עם צי קטורת קוטור
עיין עוד שם
ב) שו''ת לבושי מכלול
מלשון כבוד איינער
וואס גייט ארויף אויף די וייב צ'י מודיע זיין אז זיין וויס איז ביי די טיר מיטען קינד
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

געדענקט האט געשריבן:אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים

אינטערעסאנט. אבער די תורה איז נדרש בפרד"ס, און עפ"י פשט איז דערווייל גאדפאדער די ריכטיגע כוונה.
איז דארט אויך דא פארשידענע ערליי קוגלען לכבוד א ברית?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

צד תמות האט געשריבן:
געדענקט האט געשריבן:אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים

אינטערעסאנט. אבער די תורה איז נדרש בפרד"ס, און עפ"י פשט איז דערווייל גאדפאדער די ריכטיגע כוונה.
איז דארט אויך דא פארשידענע ערליי קוגלען לכבוד א ברית?

נישט גאדפאדער! געפאדער יו מיסינג די חידוש

יעדע ווארט וואס מ'ווייסט נישט זאגט מען רמזים. אפילו מ'ווייסט יא קען מען אויך זאגן רמזים אבער ווען מ'ווייסט נישט מוז מען זאגן.. ווען מ'ווייסט ווען נישט וואס בילקעלע מיינט ווייסט וואסערע רמזים ס'וואלט געווען
געדענקט
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקט »

צד תמות האט געשריבן:
געדענקט האט געשריבן:אין ספר הנפלא פאר דוד ברית מילה פין ר' דוד דוב מייזליש פין סיגעט ברענגט ער עטליכע טעמים

אינטערעסאנט. אבער די תורה איז נדרש בפרד"ס, און עפ"י פשט איז דערווייל גאדפאדער די ריכטיגע כוונה.
איז דארט אויך דא פארשידענע ערליי קוגלען לכבוד א ברית?

האב איך יעצט נאכגעקוקט
ער האט פארשידענע מנהגים פין מאכלים
אבער נישט פין קיגעל.
ווי למשל עסן אייער ווי אויכעט צימעס
פערפל
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_2018-02-01-20-49-41-1.png
Screenshot_2018-02-01-20-49-41-1.png (602.68 KiB) געזען 3914 מאל
אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסט? »

ערנסטער האט געשריבן:ווייסטו ווי רופט מען צו דעם אין היינטישן 'עברית ישראלית מדוברת'? הסנדק. :grin:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7% ... 7%93%D7%A7

עברית ישראלית מדוברת? לאוו דווקא!
דער 'חתם סופר' אין תשובות רופט אן דעם קוואטער מיטן לשון 'סנדק' איך וועל בל"נ צוצייכענען פונקט ווי אויב איינער וועט בעטן.
לאנג און זיס
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”