דקדוק: לשונות ובטוים בספר אבן עזרא ושאר מפרשים

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

דקדוק: לשונות ובטוים בספר אבן עזרא ושאר מפרשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

1) וואס מיינט "בנין הכבד הנוסף" וואס דער אבן עזרא ברענגט כסדר.
ווי אין בראשית אויפן ווארט "בראשית ברא".

2) אסאך מאך קלאפ איך מיך אן מיט די פראז: מנחי פ"א יו"ד, אדער מנחי פ"א אל"ף. און איך פארשטיי נישט איר מיין.

3) ווי קען מען וויסן וואס ער מיינט אסאך מאל מיטן, הטעם מלעיל. און וואס איז עס בכלל משנה?


ווער עס קען מיר העלפן, וועט מיר טין א גרויסע טובה, ווייל איך האב נישט קיין שום רבי אדער מלמד, וועמען איך קען עס פרעגן.

(קעפל געטוישט להבהרת הענין, האחראי הק' מיללער)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

נאטרוליסט.
1) דאס מיינט א בנין הפעל וואס איז א בנין כבד, ווייל ס'איז נוסף, ס'פעלט זיך אויס אסאך הקדמות, איך ווייס נישט וואו דו האלסט, ס'איז שווער אנהצוהייבן פון אלף בית, אבער בקיצור א מלת הפעל וואס איז נוסף דערין אותיות אדער דגושים, רופט מען א בנין הכבד.
2) נחי פא יוד אדער פא אלף מיינט, אז דער פא פון פעל, איז א יוד אדער א אלף און ס'איז נח.
3) טעם מלעיל מיינט די טראפ איז אויף די לעצטע תנועה פון ווארט, ס'איז משנה סיי די דגש פונעם ווארט, און די ניגון, און אויך אסאך מאל א חילוק אין משמעות אזוי ווי רשי זאגט ביי ורחל באה מן הצאן.
און ביי די וועי ווען דו טרעפסט א רבי לאמיר וויסן.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

א גרויסן יישר כח רבי.
אמאל האב איך געמיינט אז דאס איז ענליך צו "מבעלי הכפל".
א גרויסן דאנק אייך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאטרוליסט: ס'איז נישט נאר אין אב"ע, ס'איז אין אסאך מפורשים אז דו לערנסט מפרשי רש"י עה"ת אזוי ווי מזרחי און גו"א וועסט עס אסאך באגעגענען.

בני היכלא: ערשטנס גם אני בחלומי איך זוך שוין א לאנגע צייט א רבי, צווייטנס דאכצעך אז ס'איז נישט קיין כלל, למשל דער מזרחי רופט עס אן אנדערש ווי דער גו"א און סה"ז, אדער די חכמי צרפת אנדערש ווי די חכמי ספרד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

עפעס א נפק"מ ווער ס'ברענגט עס? ווער ס'ברענגט עס האט געקענט דקדוק.

פארשלאפן
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט, וואס איז נישט קיין כלל?
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

בנין הכבד הנוסף, קען מען מסביר זיין פשוט.

דאס ווארט פעל קען זיין אויף 7 אופנים.
פעל פון בנין הקל אויף 3 אופנים. פלעחל.
און אויב איז עס פלעול איז עס מבנין הכבוד.

איצט, אויב שרייבט מען "הפעיל" איז עס פונעם בנין הכבד, און ס'איז נוסף, ווייל ס'איז שוין 2 אותיות מער פונעם בנין הקל פון פעל.

מנחי פ"א יו"ד, איז ווי שאלאש סעודות האט מסביר געווע בטוט"ד למדנו.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

כ'וועל פראבירן בעסער מסביר זיין. (עפטער אלל קען איך אויך נוצן א מלמד דרדקי)

די מדקדקים רופן דעם בנין הקל (פעל), אלס אבות
און די בנין הכבד (פעול) אלס תולדות.

איצט, 3 בנינים פון פועל
3 בנינים פון פעול. און 1 בנין איז פעל חוזר.

דער בנין הכבד הנוסף איז וועט עס איז א בנין הכבד, "פעול", און עס איז נוסף געווארן נאך אן אות שמוש דערצו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאטרוליסט: לגבי 2# דאס איז די לשון פון מירא דכיא [אויף דקדוק רש"י'ס] אין די פתיחה הנקרא קני בושם:

ודע כי בכל ובנין יש שמונה גזירות, ולשון גזירה היא כמו חתיכה גזרו את הילד ומלשון תמונה כמו ספיר גזרתם, ואלו הם: 1) שלמים 2) חסירים 3) כפלים 4) נחי פ"א אל"ף 5) נחי פ"א יו"ד 6) נחי עי"ן 7) נחי למ"ד אל"ף 8) נחי למ"ד ה"א.
1) שלמים: פירוש כל פעל ששלש אותיות השרשות הם במכתב ולא תחסר ולא תנוח אחת מהם כמו שמר השרש הזה היא בכל הגופים במכתב כמו שמרת שמרנו שמרתם שמרה אשמור תשמור נשמור ישמר ודומיהן, הגזרה הזאת היא מהשלימים.
2) החסרים: הם כמו נדר נגש נתן שבעתיד יחסר פ"א הפעל שלהם כמו אדור אגוש אתן נחסרה הנו"ן שהיא פ"א הפעל מהשרש.
3) הכפולים: הם כמו סבב כתת בלל שהעי"ן והלמ"ד הפעל שלהם הם אותיות דומות שעל רוב נחסרה העי"ן מהשרש ובא דגוש בפ"א הפעל להורות על חסרון העי"ן הפעל כמו: סבותי אני ליאש, וכתותי מפניו צריו, בלותי בשמן רענן, שהי' ראוי סבבותי וכתתתי בללותי ונחסר האות הכפול ובא הדגוש בשניי' מהכפל להורות על חסרונה עיין בפרשת וישלח ע"פ חנני אלקים מה שפירש"י ומה שכתבתי שם.
4) נחי פ"א אל"ף: הם הפעלים שפ"א הפעל שלהם אל"ף כמו אכל, אזי בלשון עתיד תנוח האל"ף במבטא כמו תאכל יאכלו נאכלו נקראים נחי פ"א אל"ף.
5) נחי פ"א יו"ד: הם הפעלים שפ"א הפעל שלהם יו"ד כמו ישב אזי בעתיד תנוח היו"ד במבטא כמו תשב הנערה אתנו.
6) נחי העי"ן: הוא כמו קום שוב הם השרשים שעי"ן הפעל שלהם וי"ו שתנוח בהם הוי"ו במבטא.
7) נחי למ"ד אל"ף: הם הפעלים שלמ"ד הפעל שלהם אל"ף כמו קרא מצא האל"ף ה"א נחה במבטא בהם.
8) נחי למ"ד ה"א: הם הפעלים שלמ"ד הפעל שלהם ה"א אזי הה"א נחה כמו בנה מחה קנה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

פארשלאפן,
דו האסט מיך אויפגעלעבט, דערמונטערט, אריינגעבלאזן א רוח החיים מיט דעם קנאקעדיגן מירא דכיא.
8 הערליכע יסודות, אזוי שיין און קלאר.

נומער 6 פארשטיי איך נישט גענוי
פארוואס קומט צו דער וא"ו נח צו קם, שב, און עס ווערט דערפון "קום, שוב"?

נומער 3 איז די מבעלי הכפל וואס איז מבואר לעיל בהגהותי.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”