ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:36 pm

אין דעם גייסט קען מען שוין אויך פרעגן:

ולאסורים פקח קוח?
אדער, מוציא אסירים?

ODOM
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:46 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז פשט פון ניצן דאס ווארט "תפיסה" פאר אן ארעסט הויז? איך מיין אז כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געזען ניצן אין לשה"ק אין דעם זין.


אנדערע ניצן דאס ווארט "טורמע".

און וואס איז פשט אז א ארעמער מענטש ווערט אנגערופין "דלפון"?
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 7:39 am

איינער ווייסט פון וואו עס שטאמט דער אויסדרוק "עולם" פאר א ציבור קהל.
דער עולם ווערט געבעטן, א גרויסער עולם.
וואו זעט מען א מקור צו נוצן די וועלט פאר דעם?

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:26 am

גלאזער האט געשריבן:איינער ווייסט פון וואו עס שטאמט דער אויסדרוק "עולם" פאר א ציבור קהל.
דער עולם ווערט געבעטן, א גרויסער עולם.
וואו זעט מען א מקור צו נוצן די וועלט פאר דעם?


אין גמרא געפונען מיר אסאך, ווי לדוגמא:
יתיב רב המנונא וקאמר כשם שאין הבנים יורשין אלא מן הקרקע כך אין הבנות ניזונות אלא מן הקרקע, אווש עליה כולי עלמא דשביק ארעא הוא דירתי ליה בניה דלא שביק ארעא לא ירתי ליה בניה? (כתובות נ ע"ב)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:54 am

אה דאס איז א פיינע תירוץ
אבער איך ציל אביסל פריער, נישט דער שפעטערער גמרא אראמישער לשון, נאר אביסל פריער נאך אין לשון משנה [כ'מיין נישט אין משניות דייקא] לשון קודש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 01, 2018 12:22 am

גלאזער האט געשריבן:איינער ווייסט פון וואו עס שטאמט דער אויסדרוק "עולם" פאר א ציבור קהל.
דער עולם ווערט געבעטן, א גרויסער עולם.
וואו זעט מען א מקור צו נוצן די וועלט פאר דעם?

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=284795#p284795

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:41 pm

מיללער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:איינער ווייסט פון וואו עס שטאמט דער אויסדרוק "עולר עולם.
וואו זעט מען א מקור צו נוצן די וועלט פאר דעם?

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=284795#p284795

מ'טרעפט עס גאר אין די רייד פון תנא ר' שמעון במנחות נא: און ער שטעלט עס אפילו אריין אין א פסוק.

ת"ר כ"ג שמת ולא מינו כהן אחר תחתיו מנין שתהא מנחתו קריבה משל יורשין ת"ל והכהן המשיח תחתיו מבניו יעשה אותה יכול יקריבנה חצאין ת"ל אותה כולה ולא חציה דברי רבי יהודה ר"ש אומר חק עולם משל עולם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 03, 2018 7:43 pm

שיין, אבער דא מיינט עס עטוואס אנדערש, אזוי ווי די גמ' אנהייב ב"ק בשלו הן שמין אדער בשל עולם הן שמין, אדער בעלמא = איבעראל, כולי עלמא מודה

דער אויסדרוק 'דער עולם זאל וויסן' באצייכנט א גרוםע מענטשן אלס אן 'עולם' דאס איז שוין עטוואס מער מחודש'דיג, און יענעם תוס' איז עס מער דומה דערצו

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך ינואר 03, 2018 7:49 pm

מיללער האט געשריבן:שיין, אבער דא מיינט עס עטוואס אנדערש, אזוי ווי די גמ' אנהייב ב"ק בשלו הן שמין אדער בשל עולם הן שמין, אדער בעלמא = איבעראל, כולי עלמא מודה

דער אויסדרוק 'דער עולם זאל וויסן' באצייכנט א גרוםע מענטשן אלס אן 'עולם' דאס איז שוין עטוואס מער מחודש'דיג, און יענעם תוס' איז עס מער דומה דערצו

איך ווייס נישט אויב ס'איז טאקע אנדערש, אבער קענסט צולייגן צום תוס' מקשין העולם, מיר זענען געוואוינט עס צו טייטשן די וועלט פרעגט, און כידוע אין עולם אלא תורה פלעגן די מגי"ש צוגעבן, אבער לפי די פריערדיגע רייד קען מען פונקט אזוי טייטשן דער עולם פרעגט, דער עולם וואס וועט נישט הערן, ס'איז צוויי סארט עולמות, אבער דאס מיינט העולם, דער עולם.
ואולי יש לחלק.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 6:10 pm

יין ישן האט געשריבן:להערה בעלמא: פארגאנגענע וואך פ' וישלח טרעפן מיר אין קאפיטל ל"ג פסוק ה' ויאמַר מיט א פתח -ויאמר הילדים אשר חנן וגו', און די טראפ איז א זקף גדול, און אין פסוק ח' שטייט צוויי מאל ויאמֶר מיט א זקף גדול און איז מיט א סגול ויאמר מי לך וגו' ויאמר למצא חן וגו', און די חילוק איז אז אין פסוק ה' איז די טראפ אויפ'ן מ' אליינס דערפאר טוישט זיך די נקודה צו א פתח, אבער און פסוק ח' איז די טראפ אויפן י' ממילא בלייבט די מ' מיט'ן סגול.

נאך דוגמאות איבער דעם איז אין די קריאה פון די היינטיגע וואך פ' ויחי, אין קאפיטל מ"ז פסוק ל' ויאמַר אנכי אעשה כדבריך שטייט מיט א פתח, אזוי אויך אין קאפיטל מ"ח פסוק ט' ויאמַר קחם נא אלי ואברכם שטייט אויך מיט א פתח, ווידעראום פריער אין קאפיטל מ"ח פסוק ב', שטייט ויאמֶר מיט א סגול, אין די טראפ איז ביי אלע א זקף גדול, נאר אין מ"ז ל' און אין מ"ח ט' איז דער זקף גדול אויפן מ' ממילא מאכט ער אים א פתח, אבער אין מ"ח ב' זאגט מען די טראפ אויפן י' ממילא בלייבט דער מ' מיט א סגול.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

וויכטיגע הערה פאר בעלי קורא

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 6:19 pm

ואיידי דאתיא לידן צו רעדן וועגן דעם ענין פון מלעיל ולרע, דהיינו אויף וועלכע אות מען זאגט די טראפ, איז כדאי מעורר צו זיין א וויכטיגע הערה וואס איז נוגע אויף די וואכעדיגע סדרה, אויף די ווארט מתה עלי רחל דארף מען זאגן די טראפ אויפ'ן מ' און נישט אויפן ת', ווייל אויפ'ן ת' מאכט דאס לשון הווה אדער עתיד, [לדוגמא ואם אין מתה אנכי וואס דארטן איז עס לשון הווה], אבער מתה עלי רחל איז דאך לשון עבר דארף מען עס זאגן אויף די מ', און אז נישט איז עס לכאורה משנה די פשט, אזוי ווי ביי באה וואס איז באקאנט פון רש"י פ' ויצא.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אליעזר לאנדא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

אשעם עליהנו

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:03 am

איך ווייס נישט אויב דעס בלאנגט דא אבער איך האב נישט געטראפען אן אנדערע פלאץ
און א בריוו פון א באבע מיינע פון בערך הונדרעט יאר צוריק (זעהט אויס ווי א שטיקל א מלומדת) שרייבט זי אשעם עלהינו במקום השם אלקינו, איז דאס פשוט פרויערישע עם הארצות אדער איז געוועהן אזא מנהג משום קדושת השם ??


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט