דאס ווארט "און" נאך א קאמע?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:.

צו ס'האט א שכל'דיגן הסבר האב איך שוין פרובירט אויפצואווייזן מיט מיינע דריי דערמאנטע זאצן, זוך עס אויף. אפילו טאמער דו וועסט נישט איינזען אין דעם הסבר איז דער כלל נאכאלץ גילטיג, אפגעזען אויב עס האט א שכל'דיגן הסבר אדער נישט.
לא ראיתי אינו ראיה, אז דו האסט עס נאכנישט געהערט איז נישט קיין ראיה, איך האב עס שוין יא געהערט און אויך שטודירט. אדרבה, פרעגט אייך גוט נאך.

גראדע אין ענגליש איז א גרויסע מחלוקת ביים המון עם צו מען מעג עס שרייבן אדער נישט. הכלל, די געווענליכע שרייבער האלטן זיך צוריק דערפון. פארוואס זאג איך עס? ווייל טאמער וועסטו עס סויטרשן אויף גוגל וועטסו טרעפן ביידע ווערסיעס, דארפאר זאג איך דיר זיך צו נעמען ליינען ערנסטע שטאף, (נישט וואס אומוויסנדע מענטשן שרייבן סיי ווי אויפן אינטערנעט, א שטייגער ווי אייוועלט...), דאן וועסטו אויפמערקן אז מען שרייבט נישט אזוי.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איסר האטלקי האט געשריבן:

איך האב נעכטן נאכט, נאכ'ן ליינען דיין תגובה, דורכגעבלעטערט עטליכע (פאפירענע, גוט געשריבענע) אויסגאבעס, און דערפאר האב איך דיר געשריבן:
אויב אבער זענט איר נאך אלץ זיכער מיט אייער מיינונג, דאן האב איך פאר אייך ארבעט, אויב ס'איז אייך נישט צו שווער פארשטייט זיך. נעמט וועכנטליך און חודש'ליך אלע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, און סקענט עס אריין אין קאמפיוטער, (אויב האט איר עס אויף pdf דארפט איר עס בלויז קאנווערטן צו א jpg,) און ברענגט עס אריין דא אינעם טעותים אשכול...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אדרבה, צייג אן מראי מקומות, ברענג נאך פאראגראפן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך האב נישט פאר מיר גארנישט, אבער נעם סיי וועלכע אויסגאבע (חוץ וואס דו האסט געשריבן) און ליין דורך 2-3 בלעטער.

איך האב געקוקט אין "מעלות" און אין "דער איד".
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איסר האטלקי האט געשריבן:ולהסביר דברי, געווענליך אין רוב פאראגראפן זענען די קאמע'ס במקום אן "און". איך וועל גיבן דריי דוגמאות וויאזוי מען קען שרייבן פאראגראפן מיט א קאמע אדער מיט אן "און".

א.
מיין שיך האט זיך צוריסן אינמיטן וועג, איך בין שנעל אריין אין א געשעפט צו קויפן נייע שיך.
מיין שיך האט זיך צוריסן אינמיטן וועג און איך בין שנעל אריין אין א געשעפט צו קויפן נייע שיך.

ב.
אויפן וועג אהיים ביטע שטעל דיך אפ ביים וויין געשעפט, קויף מיר א זיסע ביליגע וויין און אויך א ברוינפן. מיר וועלן זיך שוין אפרעכענען מיטן פרייז א צווייטע מאל.
אויפן וועג אהיים ביטע שטעל דיך אפ ביים וויין געשעפט און קויף מיר א זיסע ביליגע וויין און אויך א ברוינפן. מיר וועלן זיך שוין אפרעכענען מיטן פרייז א צווייטע מאל.

ג.
איך האב נישט קיין כח מסביר צו זיין די זעלבע זאך טויזנט מאל. איך זאג דיר עס נאך איינמאל, אויב פארשטייסטו עס נאכאלץ נישט דאן גיי צום דאקטאר.
איך האב נישט קיין כח מסביר צו זיין די זעלבע זאך טויזנט מאל, איך זאג דיר עס נאך איינמאל און אויב פארשטייסטו עס נאכאלץ נישט דאן גיי צום דאקטאר.

ביי אלע דריי פעלער קען מען שרייבן אדער א קאמע אדער אן "און" ווען ביידע מאכן אסאך סענס. צו שרייבן ביידע איז אבער איבריג און גרייזיג.

האבן מיר זיך געוואנדן צום מגיה מומחה באידיש הרב סורקיס מיט די תגובה, ער זאל זאגן וואס איז ריכטיג און וואס נישט. דאס איז זיין תשובה:

א טייל פון דעם וואס שמועסט זיך דא אויס איז גרייזיג. בקיצור איז דער כלל אז "און" קען צוזאמענבינדן זאצן און אויך טיילן פון זאצן, און [טאקע אזוי ווי דא] ווען עס בינדט צוזאמען צוויי פולע זאצן, קומט געווענליך א קאמע פריער. דער סימן איז אז אין ביידע זאצן (פאר דעם "און" און נאך דעם "און") רעדט זיך סיי 1) פון א מענטש (אדער זאך וכו') און סיי 2) פון א פעולה (וואס דער מענטש וכו' טוט).

ווער עס וויל וויסן מער קען זיך פארבינדן מיט אים און אנפרעגן ביי [email protected]
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

יישר כח למעלה פארן אים אנפרעגן. ווי איך פארשטיי רעדט ער פון א צווייטער שאלה, אויב מען קען לייגן 'און' במקום א קאמע און נישט אויב מען קען לייגן ביידע אינאיינעם.
איך שיק אים אן אימעיל קלארער, איך וועל עס ארויסשטעלן אויב באקום איך א נארמאלע תשובה.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

טוישן דעם קעפל צו: "קען דאס ווארט "און" געשריבן ווערן נאך א קאמע?".
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

איסר, ס'מאכט סענס און זעט אויס ריכטיג. איז ביי ענגליש אויך אזוי דער כלל?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך בין מחולק מיט די נעי סעיערס. די בעסטע שרייבער אויף די ענלישע שפראך באנוצן זיך מיט א קאממע בעפאר "and".

"ער האט פאר גרויס כעס געכאפט די האמער, די צווענגל און די נאגל, און ער האט זיי א שליידער געטאהן אין מיין ריכטונג."

נעם ארויס די קאממע בעפאר די צווייטע "און", און דאזיגע צוויי זאצן האבן נישט קיין פשט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כאטש איינער נעמט זיך אן פאר מיר...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די אידישע שפראך פארמירט זיך נישט לויט'ן געזעץ, נאר לויט ווי די שרייבער נעמען אן.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איסר האטלקי האט געשריבן:ולהסביר דברי, געווענליך אין רוב פאראגראפן זענען די קאמע'ס במקום אן "און". איך וועל גיבן דריי דוגמאות וויאזוי מען קען שרייבן פאראגראפן מיט א קאמע אדער מיט אן "און".

א.
מיין שיך האט זיך צוריסן אינמיטן וועג, איך בין שנעל אריין אין א געשעפט צו קויפן נייע שיך.
מיין שיך האט זיך צוריסן אינמיטן וועג און איך בין שנעל אריין אין א געשעפט צו קויפן נייע שיך.

ב.
אויפן וועג אהיים ביטע שטעל דיך אפ ביים וויין געשעפט, קויף מיר א זיסע ביליגע וויין און אויך א ברוינפן. מיר וועלן זיך שוין אפרעכענען מיטן פרייז א צווייטע מאל.
אויפן וועג אהיים ביטע שטעל דיך אפ ביים וויין געשעפט און קויף מיר א זיסע ביליגע וויין און אויך א ברוינפן. מיר וועלן זיך שוין אפרעכענען מיטן פרייז א צווייטע מאל.

ג.
איך האב נישט קיין כח מסביר צו זיין די זעלבע זאך טויזנט מאל. איך זאג דיר עס נאך איינמאל, אויב פארשטייסטו עס נאכאלץ נישט דאן גיי צום דאקטאר.
איך האב נישט קיין כח מסביר צו זיין די זעלבע זאך טויזנט מאל, איך זאג דיר עס נאך איינמאל און אויב פארשטייסטו עס נאכאלץ נישט דאן גיי צום דאקטאר.

ביי אלע דריי פעלער קען מען שרייבן אדער א קאמע אדער אן "און" ווען ביידע מאכן אסאך סענס. צו שרייבן ביידע איז אבער איבריג און גרייזיג.

די ערשטע צוויי דוגמאות פון קאמעס זענען זיכער ראנג ווייל זיי זענען צוויי באזונדערע זאצען, און דאס קען קיין קאמע נישט באהעפטען. דער דריטע איז לכאורה אויך גרייזיג.

ווען מען באהעפט צוויי זאצען קומט א באהעפטער ווארט מיט א קאמע. אינ'ם ערשטע זאץ וואלט אין ענגליש געדארפט קומען דעם באהעפטער so, אבער אין יודיש קען מען פשוט טוישען צו 'בין איך'.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מונאוויטש האט געשריבן:איך בין מחולק מיט די נעי סעיערס. די בעסטע שרייבער אויף די ענלישע שפראך באנוצן זיך מיט א קאממע בעפאר "and".

"ער האט פאר גרויס כעס געכאפט די האמער, די צווענגל און די נאגל, און ער האט זיי א שליידער געטאהן אין מיין ריכטונג."

נעם ארויס די קאממע בעפאר די צווייטע "און", און דאזיגע צוויי זאצן האבן נישט קיין פשט.

דו ביזט גערעכט, די פאראגראף איז א יוצא מן הכלל. איך האב געהאט א שמועס מיט א מגיה מומחה, איך וועל ארויסלייגן זיינע רייד שפעטער.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מיגו האט געשריבן:
איסר, ס'מאכט סענס און זעט אויס ריכטיג. איז ביי ענגליש אויך אזוי דער כלל?
עס טוט זיך וועגן דעם אויף טישן און אויף בענק... די גרויסע שרייבער האלטן זיך צוריק דערפון ווי איך האב געשריבן אויבן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אנטשולדיגט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אופסס, קום איך איצט אן צו דעם געהענגל, און איך זע נישט וואס מ'טענה'ט זיך דא אפילו. עס איז ביי מיר בלי שום ספק אז איסר איז בכלל נישט גערעכט, און עס באלאנגט קאמעס פאר יעדן און.

איך האב נישט קיין השגה וואו דו האסט זיך געלערנט שרייבן, און וואו דו האסט געזען אזא סארט געשרייבעכץ. מיר טוען שוין אין שרייבעריי זינט אייוועלט שטייט און נאך פריער, און עס איז ערגעצוואו דא פארהאן אן אשכול וואו מ'האט שוין גערעדט דערפון ווען מר. סירקוס האט נאך דא געשריבן. און דיינע משלים שטימען נישט לויט די דעמאלטדיגע כללים.
(אויב געדענק איך גוט, האט מיר מר. סירוקס דאן געגעבן אן הסכמה אז איך האב געכאפט דעם ענין פון די קאמעס.)

בכל אופן ואופן, עס איז א שאד זיך צו טענה'ן, ווען 'אלע' ביכער און אויסגאבעס מיט גוטע מגיהים וועלן נישט לאזן אזעלכע פאראגראפן ווי דו האסט דא פארגעשטעלט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

די תשובה פון הרב סורקיס איז געווען אז דער כלל פון לייגן א קאמע אינאיינעם מיט אן "און" איז אויסדרוקליך יא גילטיג. דער כלל האט אבער א יוצא מן הכלל, דאס איז ווען מען וויל צוזאמשטעלן צוויי גאנצע זאצן אינאיינעם, וואס ביידע וואלטן געקענט זיין פולקאמע זאצן פאר זיך, דאן לייגט מען יא א קאמע.

איך וועל ארויסשטעלן דעם אימעיל, מיין שאלה און זיין ענטפער.

שאלה: שלום וכל טוב מעל"כ המגיה החשוב והמפורסם בכשרונותיו הברוכים.
איינער האט מיר אנגעמערקט אז ער האט אייך אנגעפרעגט איבער לייגן "און" אינאיינעם אדער במקום פון א קאמע, פון אייער ענטפער האב איך פארשטאנען אז איר רעדט פון צוזאמשמעלצן א זאץ און לייגן דאס ווארט "און" במקום א קאמע.
מיין שאלה איז בעיקר געווען אויב קען מען לייגן "ביידע אינאיינעם". דאס הייסט אויב מען קען לייגן א קאמע אינמיטן א זאץ, ווען מען טיילט אפ צוויי טיילן פונעם זאץ, און דאס קומענדיגע ווארט זאל זיין "און"? לדוגמא: איך וויל גיין קויפן שיך, און איינוועגס וועל איך שוין אויך פאררעכטן מיין אלטע פאר שיך...
אויב איז דא א כלל אין דעם וואלט איך מיך געפרייט צו הערן. יישר כח גדול פארן אראפנעמען פון אייער טייערע צייט, והקב"ה יתברך בכפליים.

תשובה: א גוט יאר. דער ביישפיל וואס איר שרייבט איז א צוזאמענגעשטעלטער, נישט אן אפגעטיילטער זאץ, מ'קען זיכער שטעלן א קאמע אין אזא פאל.
די צוויי טיילן וואלטן געקענט זיין צוויי באזונדערע זאצן. יעדער פון די צוויי האט אין זיך דאס וואס מען רופט א "סוביעקט" און א "פרעדיקאט". דער סוביעקט איז "איך" (דער מענטש וואס טוט די פעולה), די פרעדיקאטן זענען "וויל גיין קויפן וכו'" און "וועל פאררעכטן וכו'", וואס דאס איז דער חלק פון דער פעולה וואס עס טוט דער מענטש. די צוויי ווערן דאן צוזאמענגעשמאלצן מיט'ן "און", און דעריבער קומט יא די קאמע.
איך רוף די צוויי א "זאכטייל" און א "פעולה טייל". דער זאכטייל אנטהאלט דאס הויפט-זאכווארט (ווארט וואס באצייכנט א זאך, מענטש, געשעעניש, וכו'), און די ארומיגע ווערטער וואס קומען דערמיט, און דער פעולה-טייל אנטהאלט דאס הויפט פעולה- אדער טאט-ווארט (ווערב), און אלעס וואס קומט דערצו. דאס זענען די צוויי הויפט-עלעמענטן וואס בויען א טיפישן גאנצן זאץ.

אויב אמאל "קומט נישט" די קאמע, אבער עס לייענט זיך נישט גוט אדער נישט ריכטיג אן דער קאמע, איז אוודאי בעסער יא צו שטעלן, און אזוי אויך פארקערט. דער עיקר איז אז עס זאל זיך לייענען גוט, און אלעס ארום דארף בלויז צו העלפן דעם ציל. עס איז דא א כלל: ווי-נאר דו האסט געלערנט די כללים - צעברעך זיי! :-
כל טוב, ייס

דערנאך האב איך צוגעלייגט: פארשטאנען. איך בדרך כלל לייג ווי ווייניגער קאמע'ס, איך וואלט ליבערשט צעטיילט צו צוויי באזונדערע זאצן ווען עס פעלט זיך אויס. עס מאכט מיך נערוועז ווען איך ליין א באשרייבוננג און איך קלאפ אריין אין א קאמע נאך יעדע פיר ווערטער...
והתשובה שלו: גערעכט, בעסער איבעררייסן וואס ווייניגער, שטערן וואס ווייניגער דעם לויף, אבער ס'איז אויך אן ענין פון סטיל (פונקט ווי ביים רעדן). מ'דארף טאקע אויך צעטיילן זאצן אבער מ'קען נישט איבערטרייבן דערמיט, דאס בעסטע איז צו מאכן קורצע און אויך לאנגע זאצן. איר קענט אריינלייגן די ענטפערס אין איי וועלט אז נאך אידן זאלן נהנה זיין. הצלחה, ייס
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

סאכדעס האט געשריבן:אופסס, קום איך איצט אן צו דעם געהענגל, און איך זע נישט וואס מ'טענה'ט זיך דא אפילו. עס איז ביי מיר בלי שום ספק אז איסר איז בכלל נישט גערעכט, און עס באלאנגט קאמעס פאר יעדן און.

איך האב נישט קיין השגה וואו דו האסט זיך געלערנט שרייבן, און וואו דו האסט געזען אזא סארט געשרייבעכץ. מיר טוען שוין אין שרייבעריי זינט אייוועלט שטייט און נאך פריער, און עס איז ערגעצוואו דא פארהאן אן אשכול וואו מ'האט שוין גערעדט דערפון ווען מר. סירקוס האט נאך דא געשריבן. און דיינע משלים שטימען נישט לויט די דעמאלטדיגע כללים.
(אויב געדענק איך גוט, האט מיר מר. סירוקס דאן געגעבן אן הסכמה אז איך האב געכאפט דעם ענין פון די קאמעס.)

בכל אופן ואופן, עס איז א שאד זיך צו טענה'ן, ווען 'אלע' ביכער און אויסגאבעס מיט גוטע מגיהים וועלן נישט לאזן אזעלכע פאראגראפן ווי דו האסט דא פארגעשטעלט.

ישר כח פארן מיר דערמאנען עס ארויפצושטעלן. דו ביזט גערעכט לגבי מיינע פאראגראפן, ער שרייבט די סיבה פארוואס.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א גרויסן דאנק איסר'ל פארן ברענגען הרב סורקיס ווערטער אויף דעם נושא!
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

א נחת צו זען ווי מען פלפול'ט זיך אויף א קוצו של קאמע.
ר' איסר, נאך דעם גאנצן הסבר פון הרב סורקיס, אויב דו ווילסט אויסמיידן די קאמע, האסטו א פשוט'ע עצה. דער זעלבער זאץ איבער דעם שיך וואלט געקענט ארויסלאזן דעם צווייטן איך און דאן דארף מען נישט קיין קאמע, ווי פאלגנד: "איך וויל גיין קויפן שיך און אינאיינוועגס שוין אויך פאררעכטן מיין אלטע פאר שיך."
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

סאכדעס האט געשריבן:אופסס, קום איך איצט אן צו דעם געהענגל, און איך זע נישט וואס מ'טענה'ט זיך דא אפילו. עס איז ביי מיר בלי שום ספק אז איסר איז בכלל נישט גערעכט, און עס באלאנגט קאמעס פאר יעדן און.

נישט שייך צו זאגן אזא כלל אז עס קומט א קאמע פאר יעדן און. עס ווענדט זיך.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מגיה האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אופסס, קום איך איצט אן צו דעם געהענגל, און איך זע נישט וואס מ'טענה'ט זיך דא אפילו. עס איז ביי מיר בלי שום ספק אז איסר איז בכלל נישט גערעכט, און עס באלאנגט קאמעס פאר יעדן און.

נישט שייך צו זאגן אזא כלל אז עס קומט א קאמע פאר יעדן און. עס ווענדט זיך.

ער רעדט פון מיינע זאצן וואס איך האב געברענגט. [איך האלט נישט אז ער איז אין יעדן פאל גערעכט, אבער איך הער זיין סברא].
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”