בלאט 2 פון 2

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 3:48 pm
דורך לכאורה
פשיהא, איך האב מיך בכלל נישט געראכטן אויף אזא מאסיווע רעאקציע פון מיימינים ומשמאילים...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 3:54 pm
דורך איך ווייס
וואספארא שייכת האט דער אשכול מיט גראמאטיק ?
טשיק פיעס אדער זכר בונדליך איך מיין ליימע ביענס

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 9:40 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
געשטימט פאר ארבעס ווייל אזוי האב איך אייביג געוואוסט איך וויל נישט משנה זיין, אבער ווי איינער האט שוין פריער געזאגט איז נישט קיין חילוק ווי אזוי עס הייסט, עס מיז זיין ביידע מיט ריפעל פאטעיטא טשיפ ביים זכר אז די ביר זאל האבן דעם ריכטיגען טעם, שטייצעך נאר אויב סבאטל איז פארהויכט, אויב נישט איז נישט קיין חילוק וואס עס ליגט אויפן טיש, סעט נישט שטימען

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:47 am
דורך ניס קראכער
מוז זיין טשיק פיעס
איך האב געזען ערגעץ אז מען געבט בונדליך ביי א זכור
ווייל ס'איז דומה לעדשים (רינדעכיג) וואס מען געבט פאר אן אבל ל"ע
וואס א זכר מאכט מען אויך לנחמו
אשר על כן ברויך מען עסן זכור טשיק פיעס בונדלעך

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 1:38 pm
דורך ר' יום טוב
איך דענק אלס קינד, בערך 25-30 יאר צוריק פלעג איך כסדר גיין פרייטיג צונאכטס מיט מיין טאטן צום דעמאלסדיגן צענטראלן זכר זאל אין קרית יואל, דער היינטיגער "חדר יצחק מארקאוויטש" ומלפנים "קידוש-שטיבל", ווי עס פלעגט וועכנטליך ווערן אפגעהאלן עטליכע זכרים.

אייביג נאר געווען טשיק פיעס, נישט ליימע.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 1:45 pm
דורך farshlufen
נישט וואר.

געשריבן: זונטאג מאי 14, 2017 9:50 am
דורך איטשע
זייט ווען איז ארבעס א ״בונדל״?
אוודאי איז עס די בונדלעך וואס מען גיבט.

ארבעס איז געווען א טיפיקל נאש אין די אלטע היים, ס׳איז דעמאלטס נישט געווען קיין קריספס, פאפקארן און פרעצעלס.
אין קרעטשמע מיט׳ן כוסה, האט מען גע׳נאשט׳ ׳ארבעס׳.

געשריבן: זונטאג יולי 16, 2017 12:55 pm
דורך צווייפעל
בינעך יעצט אנגעקומען צום שלום זכר, איינער איז נאך דא?.....

געשטימט פאר ליימע בינס, ווייל נאר דאס האט מען געמוזט רופן מיט א שם כינוי עס אפצוטיילן פון אנדערע בונדלעך, משא"כ ארבעס וועלכע הייסט ארבעס.

סא טראץ אלע ענינים פון געבן ארבעס ביי א שלום זכר, איז ליימע ביענס דיזע וועלכע האבן געקריגן דעם שם כינוי זכר בונדלעך.

געשריבן: זונטאג יולי 16, 2017 3:50 pm
דורך איש האשכולות
געהערט פין א איד פונדערהיים אז די ריכטיגע זכר בונדעל איז די ליימע בונדעל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:46 pm
דורך קלאָצקאָפּ
מענין לענין באותו ענין. (אפשר שוין אמאל געווען א מדובר דערוועגן.)
וואס איז די ריכטיגע, שלום זכר אדער שלום זכור?
לויט ווי איך האב אמאל געהערט איז פארהאן טעמים אויף ביידע, און הגם עס איז אנגענומען אלס "שלום זכר", איז אבער "שלום זכור" דער עיקר.
האב איך געוואלט בעטן ווער ס'האט עפעס ידיעות דערוועגן, נישט פון אייגענע השערות, זאל ביטע אראפברענגען די מקורות.
א דאנק

נ"ב לגבי זכר בונדלעך האב איך מקבל געווען אז ס'איז ליימע בינס.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 12:08 pm
דורך שמועסער
האמיר געשטימט פאר ליימע ביענס.
עטליכע האבן שוין דא גע'הסבר'ט די סיבה.

קאן טאקע זיין אז מדינא דמנהגא איז טשיק פיעס רונדעכיג און הרבה ארבה א.א.וו.

כ'דענק אבער קריסטאל קלאר אלץ קינד, פלעגט מען רופן די ליימע ביענס מיטן נאמען זכר בונדלעך.. סיי ביינונז אין שטוב און סיי אין ביהמד
אביסל שפעטער ווען כ'האב דאס ערשטע מאל געהערט דער עולם רופט די טשיק פיעס אזוי האט מיר עס ממש געקרענקט..
אבער למעשה היינט צוטאגס רופט רוב עולם די טשיק פיעס אלץ זכר בונדל..

כ'האב מיר בכלל נישט געווינדערט ווען כ'האב געזעהן די טשיק האט אנגעצויגן מער שטימען

אבער כ'האב געוואלדיגע הנאה צו זעהן אז ס'דא נאך עטליכע וואס האבן געדענק אז אמאל איז עס געווען די ליימע
בין איך נישט די איינציגסטע נער אין מארק

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:38 pm
דורך גין-גאלד
רבותי! קיינער זאל זיך נישט פאפן!
ביי אייך אינדערהיים האט מען אלעמאל גערופן די "ליימע-בינס" אלס 'זכר-בונדל', אקעי?!
פרוביר נישט צו זיין א אויבער-חכם.
(עכט בין איך נישט אזוי שארף, איך מאך מיר נאר).

און אפילו מען זעהט קלאר אין די ספרי הפוסקים אז די ענין איז, צו געבן רינדעכדיגע בונדליך, קען די כונה דערפון רואיג ארויפגיין דוקא אויף די ליימע-בינס.
ווייל עס איז אויך רינדעכדיג. טאקע נישט אזוי שטארק ווי טשיק-פיעס, אבער מען קען פיל מאל טרעפן אין ספרים פון יארן צוריק, געוויסע הנחות, אז דאס און דאס איז מרמז אויף יענץ, אין צייט וואס לויט די מציאות בימינו אלה פארשטייט מען נישט אזוי גוט זייער כונה.

ממילא אויך דא איז יתכן צו זאגן, אז אין יענע צייט איז נישט געווען קיינע טשיקפיעס, און די ליימע בינס איז געווען די סימבאל פון א רונדיכדיגע בונדל. אדער קען זיין אז לויט זייער מהלך המחשבה, האט די סארט רונדיכדיגקייט ענדערש געהייסן רונדיג, ווי דער טשיקפיעס רינדוכדיגקייט.
אלזא, לאמיר זיך האלטן צום מסורה אז ליימע-בינס איז זכר בונדל.
אבער פארשטייט זיך, מ'קען ווייטער רואיג סערווירן ביי אלע אייערע זכרים, סיי ליימעבינס און סיי טשיקפיעס, נאר אויף שמחות געזונטערהייט. (וכן אני נוהג).

בעבעליך סוגיא האב איך בכלל נישט געטאטשט, אז אייך ווייס נישט, רעד איך נישט!

בקשו רחמים!

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 1:33 am
דורך נא_שכל
חובבי "ליימע ביענס" רייסט אן, ס'דא א גרויסע מאנגעל דערפון ביי אחב"י בארה"ק, די רשעים ווילן אוסרייסן כל הקודש לנו... לאמיר האפן די גזירה זאל זיך נישט אריבערכאפן קיין אמעריקא.

משבר בענף ה'שולם זוכער'ס': מחסור בבובעס

עקב מחסור חמור בבובעס, זינקו המחירים והמחסור מורגש | קהל חובבי ה'שלום זוכערים' מחכים למוצר האהוב שיחזור למדפים | מי שכבר כן משווק, מוכר אותו ביוקר - מה שגורם לרוב הצרכנים לוותר עד לחזרת המחיר לשפיות

משה ויסברג , כ"ח כסלו תשע"ט 06/12/2018 15:50

בשנים האחרונות קנו להם שביתה ב'שולם זוכערים', הנערכים בלילות שבת, לצד הארבעס המיתולוגיים, ניצבו על השולחנות גם ה"בובעס" - השעועית הגדולה, שנעשית באותו מתכון כמו של הארבעס.

בחודשים האחרונים, כך מתברר קיים מחסור חמור בשעועית הגדולה בשוק, עקב יבול חסר בעולם כולו.

יצרני הארבעס והבובעס מספרים, כי המחסור הוא בכל מקום בשביל כמויות גדולות, אך עדיין ניתן למצוא ברשתות כמויות קטנות, אך לא שווה להם לשווק לצרכנים, כי לכמויות שהם מייצרים אין הקומץ משביע את הארי.

קופסאות הארבעס מיותמים על המדפים

אחד מבעלי המעדניות בבני ברק סיפר ל'בחדרי חרדים', כי הביקוש במגזר לבובעס הוא מטורף. לדבריו: "יש אנשים שגם במחסור מבקשים לאכול מן הבובעס וכיום זה נמכר במחיר כפול. אם בעבר היינו מוכרים במחיר נמוך של 8 שקלים הרי שהמחיר עלה ל-12 שקל ויותר".

גם במקומות שכן מכינים בובעס, הם נמכרים בכמות נמוכה והם קשים לאכילה.

כך או כך המשווקים מבטיחים שעם תחילת השנה החדשה האזרחית יחזרו הבובעס למדפים ולחוגגי ה'שלום זוכערים' בסימן טוב ובמזל טוב.

Re: זכר בונדל מהו?

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2020 8:10 am
דורך כאניש וואס צו טון
אקעי,
קודם קאל דאס איז זיכער, לעס מאן דעפאליג אז טשיקפיעס איז ארבעס, ליימעביענס איז בעבלעך!
וועגן א זכור,
דער זיידע פלעגט פארציילן, זיין עלסטע קינד איז געבוירן, האטער געמאכט דעם שלום זכור ביים לעצטן בעלזער רב'ס טיש,
נאכן טיש האט מען אריינגעטראגן צום רב אין שטובל פירות (נאראנדשן) מיט באנדלעך (בעבלעך מיט ארבעס),
דער רב ז"ל איז געוועט גוט געלוינט, ס'געווען פון די ערשטע זכרים נאכן קריג אין א"י,
דער רב רופט זיך אן 'אין אנגארן האט מען געגעבן בעבלעך, ס'געווען מער א רחבות, און גאליציע האט מען געגעבן ארבעס, ס'געווען מער א דחקות,
דא ברענגסטו ביידע, העט זיכער זיין א רחבות'
(קען זיין איך פארטויש, און די ארבעס זענען גאר אונגארישע, און די בעבלעך גאליציאנע)
האמיר שוין קלאר דעם תי'!

Re: זכר בונדל מהו?

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2020 9:35 am
דורך farshlufen
ישר כחכם.

ידעתי אז דער מנהג צו געבן ביידע, היצטערט האב מיר שוין א מקור אויך.

Re:

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2020 9:36 am
דורך farshlufen
ר' יום טוב האט געשריבן:איך דענק אלס קינד, בערך 25-30 יאר צוריק פלעג איך כסדר גיין פרייטיג צונאכטס מיט מיין טאטן צום דעמאלסדיגן צענטראלן זכר זאל אין קרית יואל, דער היינטיגער "חדר יצחק מארקאוויטש" ומלפנים "קידוש-שטיבל", ווי עס פלעגט וועכנטליך ווערן אפגעהאלן עטליכע זכרים.

אייביג נאר געווען טשיק פיעס, נישט ליימע.

כ'האב מורא אייער זכרון נארט אייך.

געדענק אויך יענע צייטן, אלעמאל געווען ביידע.

קענסט אפילו איבער פרעגן ר' משה כוואן זז"ג.

Re: Re:

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2020 1:19 pm
דורך אחת ואחת
farshlufen האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך דענק אלס קינד, בערך 25-30 יאר צוריק פלעג איך כסדר גיין פרייטיג צונאכטס מיט מיין טאטן צום דעמאלסדיגן צענטראלן זכר זאל אין קרית יואל, דער היינטיגער "חדר יצחק מארקאוויטש" ומלפנים "קידוש-שטיבל", ווי עס פלעגט וועכנטליך ווערן אפגעהאלן עטליכע זכרים.

אייביג נאר געווען טשיק פיעס, נישט ליימע.

כ'האב מורא אייער זכרון נארט אייך.

געדענק אויך יענע צייטן, אלעמאל געווען ביידע.

קענסט אפילו איבער פרעגן ר' משה כוואן זז"ג.

האסט אים שוין גענטפערט פאר דריי יאר צוריק אז עס איז נישט וואר.


מיין שטימע איז פאר בעבלאך, די לענגליכע.