בלאט 1 פון 2

זכר בונדל מהו?

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:16 am
דורך לכאורה
אין א דערנעבנדיגע אשכול איז ענטשטאנען א שטיקל חילוקי דיעות איבער דעם אידענטיטעט פונעם אזויגערופענעם "זכר בונדל", יש אומרים אז ארבעס המכונה בעבעלאך איז דאס וואס רופט זיך מיט דעם נאמען "זכר בונדל", בשעת אנדערע טענה'ן אז די ליימע-ביענס איז גאר דער ריכטיגער "זכר בונדל".

לאמיר זיך צוזאמציילן און זעהן ווער עס איז מיט ארבעס און ווער מיט ליימע ביענס...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:30 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
זעה איך שוין נאך א מחלוקת צו ארבעס = בעבעלאך
ווי ווייט איך ווייס איז ארבעס = טשיק פיעס
אופס זעה איך און די אנקעטע האסטו אזוי געשריבען און אינעווייניג האסטו געשריבען אנדערש

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:31 am
דורך לכאורה
אויב מעגליך שרייבט דא אויף וואס איר האט געשטומט.

איך האב געשטומט אויף "ארבעס" [דערווייל - מיט 9 שטומעס - איז רוב עולם אויף מיין זייט]

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:32 am
דורך לכאורה
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זעה איך שוין נאך א מחלוקת צו ארבעס = בעבעלאך
ווי ווייט איך ווייס איז ארבעס = טשיק פיעס

דאס איז נישט קיין סתירה, ווייל אויף ירושלימ'ער אידיש איז עס בעבאלעך און אויף ענגליש טשיק-פיעס

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:34 am
דורך ניס קראכער
טשיק פיעס
פשוט ווייל דאס אנדערע גלייכן ביי מיר די נקיבות נישט די זכרים...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:38 am
דורך קעלנער
ארבעס ווייל ס'איז רינדעכיג, און א זכר איז געמאכט צו טרייסטן.

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:42 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
לכאורה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זעה איך שוין נאך א מחלוקת צו ארבעס = בעבעלאך
ווי ווייט איך ווייס איז ארבעס = טשיק פיעס

דאס איז נישט קיין סתירה, ווייל אויף ירושלימ'ער אידיש איז עס בעבאלעך און אויף ענגליש טשיק-פיעס

ליימע ביענס איז בעבאלעך

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:49 am
דורך מיסטעריעז
געוואוט אויף ארבעס/טשיק פיעס.

אויב וועט איר מאכן נאך אן אנקעטע "וואס איז בעבאלעך, טשיק פיעס אדער ליימע ביענס?" וועל איך - בל"נ - וואוטן אויף ליימע ביענס :wink:

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:50 am
דורך לכאורה
אומגלויבליך ווי ווייט כלל ישראל איז היינט צוטיילט אין אזויפיל שיכטן און קרייזן...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 11:59 am
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחח לכאורה, יאך מיין אז ס'ליימע ביענס, כ'געדענק אז ס'אנדערש ווי כאב אלעמאל געוואוסט, אבער כ'בין שוין צעמישט וואס כאגעוואוסט....

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 12:00 pm
דורך farshlufen
בעבלאך איז א שם הכולל פאר אלע בונדלעך חוץ ארבעס - טשיק-פיעס.

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 12:01 pm
דורך יאסעלע
געשטימט ווי רוב.

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 12:01 pm
דורך סאכדעס
און דו שרייבסט צוויי מאל ס'דרשה....

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 12:03 pm
דורך אנעים זמירות
טשיק פיעס איז ארבעס איז זכר באנדלעך.

די גרעסערע (butterbeans בלע"ז) זענען באבעלעך\בעבלעך\באבעס

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 12:21 pm
דורך עין טובה
נישט געוואלט שטימען, ווארום ביידע זענען זכר בונדלעך אויב סערווירט מען זיי ביי א זכר, פונקט ווי יענע ביר איז זכר ביר ווייל מ'סערווירט זיי ביי א זכר.

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 1:00 pm
דורך אנפין נהירין
וועלכע אשכול?
[image][/image]
לכאורה האט געשריבן:אין א דערנעבנדיגע אשכול איז ענטשטאנען א שטיקל חילוקי דיעות איבער דעם אידענטיטעט פונעם אזויגערופענעם "זכר בונדל", יש אומרים אז ארבעס המכונה בעבעלאך איז דאס וואס רופט זיך מיט דעם נאמען "זכר בונדל", בשעת אנדערע טענה'ן אז די ליימע-ביענס איז גאר דער ריכטיגער "זכר בונדל".

לאמיר זיך צוזאמציילן און זעהן ווער עס איז מיט ארבעס און ווער מיט ליימע ביענס...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 1:12 pm
דורך בענקעל
שלום דער זכר פיינפולע סיטואציע

אופס 'לכאורה'. וואטשט-אוט מ'מופט. סיעט בעלטס....

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 1:13 pm
דורך לכאורה
אנפין נהירין האט געשריבן:[image][/image]
לכאורה האט געשריבן:אין א דערנעבנדיגע אשכול איז ענטשטאנען א שטיקל חילוקי דיעות איבער דעם אידענטיטעט פונעם אזויגערופענעם "זכר בונדל", יש אומרים אז ארבעס המכונה בעבעלאך איז דאס וואס רופט זיך מיט דעם נאמען "זכר בונדל", בשעת אנדערע טענה'ן אז די ליימע-ביענס איז גאר דער ריכטיגער "זכר בונדל".

לאמיר זיך צוזאמציילן און זעהן ווער עס איז מיט ארבעס און ווער מיט ליימע ביענס...

וועלכע אשכול?

viewtopic.php?f=3&t=33655

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:07 pm
דורך נא_שכל
נעוועדא האמיר געשטימט פאר ארבעס/טשיק פיעס.

די טעם הדבר איז ווייל אין דעם אין מרומז הויחע זאכן.

"ארבעס" - דאס איז א ברכה מלשון "הרבה ארבה את זרעך", און פארדעם עס מען דאס, אזוי ווי מ'עסט ר"ה ביינאכט מאכלים לסימנא טובא.

"טשיק פיעס" - טשיק דאס איז דאך 'עלגאנט' 'אהערגעשטעלט' (מלשון 'קידי-טשיק'), פיעס איז "שלום", אן עלגאנטע שלום זכר...

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:20 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אולי יש לחלק בין בעבעלאך, לבובעס [ביבעס\באבעס].

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:33 pm
דורך סידיראם
וואס איז שייך צו מאכן א וואוט. כאילו דעת הציבור איז מכריע אויפן מציאות? די וועג געוואר צו ווערן איז זיך צו דערגרינטעוון וועלכע מען האט ארגינעל גערופן זכר בונדלעך און וועלכע עס איז געווארן פארדרייט.

עס איז דא א ספר שלחן השבת פון הרב מייזליש פון סיגעיט. דארט רעדט ער מסתמא דערפון

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:37 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
סידיראם, לאמיר עס טאקע נאכגיין אין א שנעלע בליק.

עס איז קלאר די טשיק פיעס, עיין בדרישה יו"ד סי' רס"ד סק"ב, אז מ'פירט זיך צו סערווירן "רינדעכיגע" בונדלעך ביי א שלום זכר, צו סימבאליזירן פארן רך הנולד דעם "בע"כ אתה חי ובע"כ אתה מת", און רינדעכיגע מאכלים איז מאכלי אבילות, מיט וואס מ'טרויערט צוזאמען מיטן ניי געבוירן קינד פארן פארלירן די מלאך וואס האט מיט אים ביז דאן געלערנט תורה.

די ביענס זענען טאקע רינדעכיג, אבער נישט אזוי שטארק ווי די טשיק פיעס.

נא_שכל, עס איז ריכטיג אז דער מאכל ארבעס איז מרמז אויף וְהַרְבָּה אַרְבֶּה אֶת זַרְעֲךָ כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם.

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:45 pm
דורך הרבטייטעלבוים
ואולי שמעינן מהדא
קרעמער האט געשריבן:איך זוך אן אכסניא מיט א וועג ארויס און אריין.

בשעת מעשה וויל איך דזשעלי-רינגס מיט קאלטע ביר (עני פירמע)

אה, יא, שיער נישט פארגעסן: גאלדען טעיסט זכר בונדלעך און ליימע ביענס!

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:50 pm
דורך א קאנאדער
האבן מיר געמאכט אביסל homework הער איך פון עלטערע חסידים אז טשיק פיעס איז א נייע מאדערנער מאדע וואס האט זיך ליידער אריין געכאפט ביי שלום זכורס ביים היימישן עולם, מען פלעגט אלע יארן נאר עסן ליימע בינס ביי א זכור,

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 2:51 pm
דורך א קאנאדער
עס איז דא ערנסטע פלענער פון א מחאה אנטקעגן די טשיק פיעס :lol: