זיך לערנען פראנצויזיש - הילף ביטע

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

זיך לערנען פראנצויזיש - הילף ביטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

שלום עליכם טייערע ברודער,

איך דארף מיך אויסלערנען די פראנצויזישע שפראך פאר פרנסה געלעגענהייטען. איך שטעל מיך פאר עס זענען פארהאן דא אינגעלייט וואס האבען זיך שוין געלערנט פראנצויזיש. עס וואלט מיר געווען א גרויסע טובה צו הערן אנדערע מענטשען'ס עקספירעיענס בנוגע זיך לערנען פראנצויזיש; וואו אזוי האט איר זיך געלערנט, וואס האט איר זיך אויסגעלערנט, וואס זענען די שוועריקייטען, וואו אזוי קען מען עס שנעלער קונה זיין. אא''וו.

נ.ב. איך וואוין אין מאנטריאל.

ביטע אויך מיט טיילען אייער יעצטיגע לעוועל כדי מ'זאל פארשטיין וואו איר האלט.

ווארט מיר.

ייש''כ
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שלום עליכם!

קען איך נישט פראנצוזיש, אבער אידיש שרייבן קענט איר גאר גוט! ס'ממש נישט בנמצא אז א ערשטע תגובה זאל זיין אזוי גוט געשריבן מיט די ריכטיגע גרעמער און סימני הפיסוק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ל'מי ל'טוט ל'פעין'לע.
ס'איז זייער גרינג.
עסצי שזאפא לאפראנסע, קאמאסאווא? באנזשו.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

ייש''כ נא_שכל.

שרייבען אין אידיש ענדעלט אין שרייבען ענגליש? איך שרייב אפט אין ענגליש.

בענקעל, איך פארשטיי נישט כמעט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט. ס'קוקט מיר נישט אויס אז איר שרייבט דא פראנצויזיש. אויב האט איר יא א ברייטערע ידיעה אין פראנצויזיש און איר קענט עס מיטיילען וואלט עס געווען א גרויסע טובה.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

דו דארפסט דיך לערנען ליינען אדער רעדן?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

הערן, רעדן און שרייבען. איך דארף אנהייבען מיט פארשטיין אנדערע רעדן (ליסעטענינג קאמפריהענטשין).

מיין לערנען ביז יעצט. איך האב אויסגעהערט דרייסיג לעסענס פון מישעל טהאמעס (מעטאד) וואס האט מיך אויסגעלערנט אסאך בעסיק פראנצויזישע קאנווערסאציע ווערטער, סענטענסעס, און וויכטיגע פראנצויזיש שפראך יסודות. אויך, האב איך אויסגעהערט זעכציג לעסענס פון ''פימסלער'' וואס האט מיך געגעבן א ברייטערע ווערטער באנוץ און געלערנט אביסעל וואו אזוי צו ליינען -עקספערסן- אין פראנצויזיש. הגם איך קען שוין אסאך ווערטער און סענטענסעס קען איך נאך נישט פארשטיין ווען אנדערע רעדן שנעל וואו למשל אויב איך פראביר הערן די ראדי-א. אויך, קען איך נישט ליינען מערסטענס פאראגראפען אין פראנצויזיש אין צייטונגען וכדו'. איך וויל וויסען וואס קען מיך נעמען צו די נעקסטע לעוועל. (איך האב נאך בערך פערציג לעסענס פון ''פימסלער'' וואס איך האף און פלאן צו אויסהערן אין די קומענדיגע טעג).
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איך מיין אז די בעסטע וועג אנצוקומען צו ברייטעשפראך קענטעניס, איז הערן און ליינען אסאך.

מיין ענגליש קומט בלויז פון דעם.
ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבעריל קויבעק »

וועלקאם טו מאנטריאל!
אויב איר קענט מיר זאגען ווי איר האט באקומען די שיעורים
ש'כח
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

באנג'ור.
רעדן אין פראנצעיזיש הייבט זיך אן ביים אויסהערן אן אקטיון שמועס און אויפכאפען די טאן אין וואס עס ווערט גערעדט. זעהר פיהל פון די ווערטער זיינען אינטערנאציאנאלע ווערטער, וואס סיי (ריין) אידיש און סיי ענגליש בענוצען זיך דערמיט. און קענענדיג די באזע ווערטער, און צושטעלן די איבעריקע ווערטער וואס מען האט נישט פערשטאנען, קען מען פרעגן איינעם דארט און פערשטיין נאך א ווארט און נאך א ווארט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמצעי »

עס איז דא א ספרדישע איד david ben shabbat
דע בעל הבית פון טשאקאלעד עקסעלענס, ער לערנט פריוואט. איך האב מיך כמעט נישט ציגעלערנט, דע עיקר וואס איך קען היינט איז פון עס פרעקטיסען בשעת דע ארבייט אבער ווען איך גיי צי דע באנק.
איך קען גאנץ שוואך אבער איך קוועטש ארויס א קאנווערסעישאן.
אין דע פעלד וואס די ארבייסט וועסטו שנעל אויפכאפען דע בעסיקס.
סך הכל אויפכאפען א שפראך אין א קורצע צייט איז זייער שווער, אבער דע אויבענדערמאנטע זאכן העלפט מיך.
הערן פראנצויזישע ראדיאו קען אויך העלפן
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

ווי קען איך באקימען פימזלער זאכן?
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

פראנצויזיש האט פיל אקסענטס וואס זענען נישט פארהאן אין אידיש/ענגליש, צוליב דעם פרוביר איך ערשט הערן און רעדן די שפראך וואו ליינען. איך פארשטיי אויב מ'ליינט פאר מ'ווייסט וואו צו ארויסזאגען די ווערטער קען מיך זיך אויסלערנען זיי ארויסזאגען נישט ריכטיג און עס קען זיין זייער שווער שפעטער צו טוישען און ליינען/רעדן ריכטיג. אזוי וואו ווען איינער לערנט זיך אויס א ניגון אומריכטיג איז זייער שווער צו שפעטער טוישען און זיך לערנען עס צו זינגען ריכטיג.

ליינען, רעדן, און הערן זענען אלע וויכטיג צו לערנען א נייע שפראך. עס איז אבער זייער א לאנגע וועג. איך זיך צו זיך לערנען אויף א שנעלער'ן וועג. איך וויל דייקא הערן פון די וואס האבען זיך שוין געלערנט וואס האט זיי געהאלפען; טיפ'ס, טול'ס, מעטאדן, וכדו'.

איך מיין אז פאר מערסטענס פון אונז איז לערנען פראנצויזיש זייער אנדערש פון זיך לערנען ענגליש. פאר רוב פון אונז איז אונזער מח עקספאוסד צו די ענגלישע שפראך פון די אינגווארג אויס און אפילו אז מ'נוצט נישט די שפראך האט מען אבער א געוויסע באקאנטשאפט מיט דעם פון; עלטערן, געשוויסטער, ארבעטער, דאקטורים, אין געשעפטען, אא''וו וואס דאס מאכט עס אסאך גרינגער זיך צו לערנען די שפראך בעסער. פראנצויזיש אבער איז אינגאנצען א פרעמדע זאך פאר אונז וואס אינזער מח האט קיינמאל נישט אריינגענומען וועגן דעם איז עס אסאך שווערער זיך צו לערנען. די מח דארף אנהייבען ארייננעמען און אריינלאזען א גאנצע נייע ''קאוד סיסטעם''.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

איך האב באקומען די שיעורים פון חבירים.

צו געזונט, באנגו'ר מעסיאא. פיל ווערטער זענען טאקע די זעלבע אין פראנצויזיש וואו אין ענגליש נאר געטוישט אביסעל, למשל די ווערטער אין ענגליש וואס ענדיגט זיך מיט ly לייגט מען אין פראנצויזיש אנשטאט ment. ענגליש- exactly פראנצויזיש - exactlement.

אמצעי, איך פרוביר הערן רדיו און איך פארשטיי ממש נישט. איך הער ממילא אויס אביסעל ווייל איך האלט אז עס עקסערסייזד מיין מח צו אויפכאפען די שפראך. איר פארשטייט יא? וואס האט אייך געהאלפען אנקומען דארט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ליינענדיג די MENT וואס דו שרייבסט, איז אויך וויכטיג צו בעטוינען אז דאס ווערט געזאגט אנדערש אוואו געליינט. די ווארט Exactlement ווערט געזאגט עקזעקטימיווא און צוויי LL'ס זאגען זיך אוואו א Y, צ.ב.ש Meilleur וואס דאס מיינע גוט/בעסט ווערט געזאגט מייאר מיט א קמץ אונטער די א'.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

צו געזונט, ריכטיג. דאס אז מזאגט אנדערש ארויס די ווערטער איז איינע פון די זאכען וואס מאכט זיך לערנען פראנצויזיש גאר שווער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איך וואונטשט דיר גרויס הצלחה. עס דערמאנט מיך ווען איך האב מיך דאס געלערנט, אבער גאר בעל כורחי
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

איז דא א ספעציפישע ''פאדקעסט" וואס איר וואלט רעקאמענדירט?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אויב איך מעג אריינרעדן אפילו עס קומט נישט עכט אריין יעצט. עס איז פארהאן א געוויסער חוש ביי א מענטש פון זיך לערנען און אויפכאפן א שפראך.
געווענליך, דער וואס האט א גוטן אידיש און לשוה"ק פון קליינווייז אן דער כאפט אויף ענגליש פיל לייכטער און שנעלער. דעריבער על פי דברי 'נא שכל' וועט אייך עס נישט אנקומען אזוי שווער:
נא_שכל האט געשריבן:שלום עליכם!

קען איך נישט פראנצוזיש, אבער אידיש שרייבן קענט איר גאר גוט! ס'ממש נישט בנמצא אז א ערשטע תגובה זאל זיין אזוי גוט געשריבן מיט די ריכטיגע גרעמער און סימני הפיסוק.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איסר האטלקי האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן אפילו עס קומט נישט עכט אריין יעצט. עס איז פארהאן א געוויסער חוש ביי א מענטש פון זיך לערנען און אויפכאפן א שפראך.
געווענליך, דער וואס האט א גוטן אידיש און לשוה"ק פון קליינווייז אן דער כאפט אויף ענגליש פיל לייכטער און שנעלער.

I can relate to that
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן אפילו עס קומט נישט עכט אריין יעצט. עס איז פארהאן א געוויסער חוש ביי א מענטש פון זיך לערנען און אויפכאפן א שפראך.
געווענליך, דער וואס האט א גוטן אידיש און לשוה"ק פון קליינווייז אן דער כאפט אויף ענגליש פיל לייכטער און שנעלער.

I can relate to that


א גרויסען דאנק צו אייך אלע פאר די דברי עידוד.

מיט פיל ארבייט האב איך שוין ב''ה קונה געווען אסאך פראנצויזיש. איך פערזענליך טראכט אבער נישט אז איך האב א ספעציעלע חוש אויפצוכאפען שפראך בעסער וואו אנדערע מענטשען. למעשה, שפירט ממילא גוט צו הערן חיזוק/ עידוד פון אנדערע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

'רעזעטע סטאון' האט איר פראבירט? זיי זאגן צו פלאות
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

זיי זאגן עפעס אז זיי לערנען אויס די נייע שפראך אויפן זעלבן מהלך וואס איר האט זיך געלערנט אייער ערשטע שפראך.

טא יא עס נעמט לכו' צייט אבער ווי זיי לייגן עס אראפ לוינט עס

איך האב עס קיינמאל נישט געניצט אבער געהערט פין אנדערע אז עס טועט ווינדער
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

אין מאנטריאל איז דא א ספר'דישע יוד וואס עדווערטייזט אז ער איז גרייט אויסצולערנען פרענטש, איך פרוביר צוזאם צושטעלן א קלאס, ווער עס איז אינטערעסירט זאל מיר ביטע קאנטאקטן אין פרייוועט.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

אין פראנצויזיש זאגט מען אלע שימושים קודם. אזוי ווי לשון הקודש, נישט ווי אידיש ענגליש. למשל עוועניו דא פארק אזוי ווי רחוב פארק, נישט פארקערט פארק עוועניו אדער פארק שטראסע.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”