לשון סתם בלשון הקודש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

לשון סתם בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מר. אידיש איז בתוכינו, לאמיך אריינכאפן...

יענע וואך אין רש"י האבן מיר געלערנט, אז בלשון הקדוש איז אויך דא ווערטער וואס זענען משתמע לתרי אנפין, הן ללשון זכר והן ללשון נקיבה. למשל: מחנה, לילה, אש ורוח. איז מיין פראגע, ווערט דאס גענוצט אין אידיש אלס לשון סתם, אדער אלס לשון נקיבה, אדער גאר אלס לשון זכר?

אגב, דער כלל אז די כללים אין אידיש, פון לשון זכר ללשון נקיבה, ווערט געבויט אויף לשון הקודש, האט מיך אינגאנצן צעמישט לערנענדיג די רש"י. אויך פאלט אינגאנצן אוועק דער כלל, אז יעדעס ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א ה"א איז לשון נקיבה. והא ראי', מחנה ולילה.

בלייבט איבער די פראגע, וויאזוי ווייס איך אין אידיש וועלעכס ווארט איז לשון זכר/נקיבה, און וועלכעס איז לשון סתם, כלומר שצ"ל: "דאס"
אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

ס'זענען דא היפש כללים אין דעם, און גענוג יוצאים מן הכלל אויך, וואס תקצר היריעה...

אין קורצן: די כללים פון אידיש אין דעם זענען נישט דווקא די זעלבע ווי אין לה"ק.

דער לאגער, די מחנה (וועגן דעם שוו"א-קלאנג ביים סוף ווארט), דאס פייער, די נאכט, דער ווינט, דאס ווינטל.

א ווארט וואס ענדיגט זיך אויף א ה"א איז לשון-נקיבה אין אידיש, אויב ס'האט דעם שוו"א-קלאנג.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ס'הייסט די כללים אין אידיש זענען כלל נישט געבויט אויף לשון הקודש?

איך זע אז דו האסט געשריבן דער ווינט, דאס ווינטל. ילמדנו רבינו, פארוואס ביים 'ווינטל' טוישט זיך פון דער צו דאס?
אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

די כללים זענען נישט געבויט אויף לשון-הקודש. זייער א סך, אפשר רוב, לשון-הקודש ווערטער וואס ווערן געניצט אין אידיש, זענען אין אידיש "זכר", כאטש אין לשון-הקודש לאו-דוקא.

ווינט אויף ווינטל ווערט "דאס", ווייל "ווינטל" רופט זיך א "פארקלענערווארט" - א קליין ווינטל (פראפעסיאנעל: דימוניטיוו), אזוי אויך א קליין ווינטעלע, זענען פארקלענערט פון ווינט. א פארקלענערווארט איז נייטראל, דעריבער "דאס".
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דאס איז מיר שוין טאקע א חידוש וואס איך האב נישט געוואוסט. כ'מוז שוין פשוט אלס מענטשליכקייט דיר זאגן: "א יישר כח".

איז דא א מקום אדער אויסגאבע וואו איך קען זיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען די כללים? מאכט זיך ביי מיר אפט מאל, וואס איך באשלוס אז יעצט וויל איך דייקא שרייבן לויט די גראמאטישע כללים, אבער אלץ אן ערפאלג. איך ווער אפגעהאקט אינדערמיט. איך קען מיך נישט ארויסקריכן וואס איז זכר וואס איז נקיבה און ווען איז דאס סתם.
אפשר קענסטו מיר געבן א מראה מקום וואו איך קען כאפן די יסודות פון די כללים?
אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש »

ס'איז דא עפעס. גיב א קוק אין די ספרים-געשעפטן. סאטמאר, דוכט זיך, האט לערן-ביכלעך פאר די סקולס, איז אפשר קענסטו פון זיי עפעס נאשן. איינער, ר' ??? בעק, האט אויך געמאכט ביכלעך, וואס זענען אפשר רייכער פון די סאטמארער טעקסט-ביכער? ר' סענדער דייטש האט געשריבן אין "דאס אידישע יאר" ביים סוף עפעס כללים, גאנץ גוטע, אויב כ'געדענק גוט. אויסער דעם, שוואכע מעשיות. איך האב זיך גענומען שרייבן א בוך מיט כללים, אריינגעפארן ביז טיף אינדערמיט, און... זיך אפגעשטעלט. אפשר וועט נאך אמאל די באן ווייטער פארן....
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח.
די סאטמארע ביכער האב איך געזען. רובו זענען אייגענע שטותים מיט בויך לאקשן. לדואבי, ר' סענדער דייטש אין 'דאס אידישע יאר' האט טאקע כללים, אבער פונקט דעם ענין פון דער/די/דאס לאזט ער ארויס.

בעק? האב איך נאך נישט געהערט. כ'וועל זיך אינטערסירן. יישר כח נאכאמאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

וויאזוי זאגט מען א דימוניטיוו, זכר אדער נקבה אדער סתם.
איך זע אויבן שרייבט מר אידיש אז ס'קומט נייטראל, אבער אין רעאליטעט וויאזוי קלעבט בעסער

למשל:

דאס קומט מיט א פראקטישער לעדל, פראקטישע לעדל, פראקטיש לעדל
?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”