אידיש שרייבן כללים און טאקטיקן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

אידיש שרייבן כללים און טאקטיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אויפן בקשה פון אונזער חבר וואוילע שעפעלע דא הייב איך אהן דעם אשכול כאטש וואס איך בין ווייט נישט דער גרויסער שרייבער, אבער דאך איך וויל זיין א שרייבער, ורצונו של אדם זהו כבודו, קומט אויס אז איך עפן דעם אשכול פאר מיין כבוד, אופס... פארפארן אין בויבעריק אריין, אוקעי, אפשר בין איך יא א שרייבער ממילא איז אויס רצון, אויס כבוד און שוין... סוי לעת עתה אויב שטעלעך מיר אהער אלץ שרייבער קומט עס נישט פון כבוד הונגער נאר פשוט וווייל איך וויל אוואוידן אז דער עפענונג פון דעם שנירל זאל גיין בגדר כבוד.

בקיצור, איינער האלט נאך מיט?

למעשה ברענג איך דא אריבער די תגובות פון שעפעלע און אויב איינער וויל אהויבן מיט די נושא איז גוט און אז נישט וועל איך מיך מוזן נעמען אין די הענט אריין און ביישטייערן אביסל פון וואס איך ווייס און פון וואס איך וויל וויסן.

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שכח
איך ליין גראדע זייער אסאך שוין פון אלס יונג קינד (פרעג נאר מיין מאמע ווי זי האט זיך געמוטשעט ...)


דו האסט נישט קיין שלעכטע שריפט, מסתמא צו פארדאנקען דאס ליינען.
אבער חוץ מזה איז דא אזא זאך ווי כללים וואס מ'קען אויסלערנען
דאכצעך אז פאר די מיידלעך אין סקול לערנט מען אויס אביסל

כללים זענען נאר ספעלינג און גרעמער, נישטא מער.

ווי אזוי ההייבט מען אן א מעשה?

לוינט זיך צו מאכן הקדמות?


ווענדט זיך און די שרייבער, עס דארף זיך פון דיר גיסן, עס דארף האבן דיין אייגענע אייגנארטיגקייט, פון פאלויען כללים וועט עס נישט זיין אזוי געשמאק ווי ווען עס קומט נאטורליך.
איבערנוצן די זעלבע אויסדרוק אפאר מאל אין איין שטיקל


בעסער אז נישט.
נוצן לשון עבר/הוה/עתיד

מעג מען טוישן אינמיטן פון עבר צו הוה וכדו'

מיט וואס מ'הויבט אהן דארף מען גיין ווייטער.

ארויסברענגען די חושים (שמעק/סאונד/וויאו)

אא"וו

עס דארף קומען פון זיך אליין.



קודם כל, דו אליין גיבסטעך כללים דא

והשנית, איך האב געפרעגט די שאלות ווייל איך האב שוין אין לויף פון די יארן געזעהן רעדן פון די זאכן

אין מעלות האט איינע אמאל אנגעפרעגט וועגן טוישן עבר/הוה אז אין סקול האט מען געלערנט אז נישט אבער למעשה זעט מען עס יא ביי שרייבער, און זיי האבן געמאכט עפעס א חילוק ווען ס'איז יוןצא מן הכלל

א צווייטע מאל אין א ארטיקל אויך אין די מעלות האט די שרייבערין עפעס דערמאנט וועגן דאס וואס מ'לערנט אויס אין שולע אז מ'דארף אריינברענגען דעם מענטש אין די מעשה מיט אלע חושים
און אראפלייגן וויזוי עס האט אויסגעזעהן דער הימל ,געשמעקט די געקעכטס, וכדו'

ועוד איז דא זאכן וואס מ'קען זיכער געבן כללים, למשל, ווען צו לייגן א קאמע/פינטל

ווי לאנג ציעט מען איין פאראגראף

די ערשטע שורה הייבט מען אן אינמיטן


איך מיין ס'וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת, איינער פון די געלונגענע שרייבער דא זאל מזכה זיין די רבים און געבן עטליכע שיעורם אין די ענינים


למעשה בינעך א שרייבער? פון די פאקט אז איך שרייב דא קוקט אויס אז יא...

רבותי! נישט פארפארן פונעם אשכול!

שלח!

היידא!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

וועל איך פרובירן אביסל ארומצונעמען די נושא פון כתיבת אידיש לויט ווי איך פארשטיי עס, איך בין דערווייל נאך נישט קיין שרייבער, אבער איך האף מיט'ן אויבערשטנס הילף זיך אויסצורייבן מער און מער. מיינע ווערטער זענען נישט קיין פסקים און נישט קיין הלכה למשה מסיני, עס איז נאר וויאזוי איך שפיר נאכן ליינען דאס געשריבענעם ווארט פאר יארן.

איך וועל זיך באציען אויף די שאלות פון וואוילע שעפעלע און פון דארט וועט מען גיין ווייטער.

די ערשטע און וויכטיגסע זאך וואס מ'דארף טוהן בעפארן נעמען ס'פעדער אין די האנט איז ליינען, וכך אמר אונזער קאלעגע הרב מזל מידיע מו"ל פון די אזוי אויפגעכאפטע אויסגאבע "דער בית", ביי זיין אינטערוויא צו די מאמענט מאגאזין א צייט צוריק אויף די בקשה זייערע ער זאל גיבן א טיפ פאר אינגע אדער פאטענציעלע שרייבער, וז"ל: ליינען, שרייבן, ליינען, שרייבן, ליינען, שרייבן, ליינען, ש... שוין געזאגט? עכ"ל... אהן ליינען קען מען קיין שרייבער נישט זיין והדברים עתיקים ומובנים.

ביים אהויבן שרייבן איז ווי פארשטענדליך נישט מעגליך מצליח צו זיין אהן קענען ספעלן. גראמאטיק איז א מחלוקת הפוסקים ווי וויכטיג עס איז אבער עס איז זיכער אז מער ווייניגער דארף עס זיין גוט, צו עס טאר זיך נישט מאכן קיין גראמאטישע טעותים? עס איז נישט קיין לאו.

עס איז דא פארשידענע מהלכים וויאזוי מ'גייט צו צו אן ארטיקל, עס איז שטארק תלוי אין די סארט פונעם ארטיקל, א מעשה צו א שטיקל היסטאריע דארף מען זיין קלאר פון פארדעם אין די חומר הדברים וואס מ'גרייט זיך אפצושרייבן, ווידער א עדיטאריעל סטייל ארטיקל, א שטיקל מחשבה, א הומאריסטישע ארטיקל, לגבי די זאכן זענען דא וואס לאזן די קאפ לויפן גראד צום קי בארד און דאן קומט עס ארויס דאס מערסטע אריגינעל.

ווען מ'רעדט פון שרייבן און מ'רעדט פון אריגינעל דארף מען זיך אפשטעלן און דערמאנען א יסוד אין די אומנות הכתיבה בפרט און אין יעדע אספעקט פון לעבן בכלליות. דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש א יחיד בעולמו, א מענטש איז מחויב צו זאגן בשבילו נברא העולם, יעדער האט זיך זיין טאלאנט, זיין מהלך המחשבה, יעדער איז אייגענארטיג. ווען א מענטש לייגט זיך אריין ארויסצונעמען פון זיך דאס מערסטע וואס ער קען וועט ער אנקומען סך ווייטער ווי דער וואס פרובירט נאכצומאכן דעם איש מצליח, מענטשן כאפן נישט אז דער מצליח איז אויפגעכאפט נאר ווייל ער האט געברענגט א חידוש צום טיש, אויב דו וועסט אים נאכמאכן וועלן ביידע דערלייגן, ליבערשט פרוביר צו טוהן וואס קומט פון דיר נאטורליך, עס וועט האבן סך א שענערע חן, און דו וועסט מער מצליח זיין.

דאס אלעס איז גערעדט סתם אזוי אין לעבן, ווען עס קומט אבער צו שרייבן, דארט איז יעדער ממש א מחותן, שרייבן איז דער מקשר צווישן דעם מוח פונעם מענטש זיין געדאנקענגאנג, מיט די ליינער. אויב וועסטו שרייבן פון דיין מוח צום פאפיר, וועסט נישט מאכן קיין הפסיקות צו טראכטן וויאזוי וואלט יענער פראפעסיאנאל דאס פארשריבן, דאן וועט דיין ווערק זיין פיל מער ווערט, עס וועט זיין א פרישע יצירה, א סטייל וואס איז נאכנישט געווען, עס איז דיר, דו ביסט אייגענארטיג. און פארשטייט זיך אז א מענטש דארף גלייבן אין זיך. איי דערווייל זעה איך אז וואס איך שרייב פון מיר אליין קומט נישט צו צום פראפעסיאנאל? דאס קומט אדער ווייל דו טויגסט ווייניגער, און נאכמאכן וועט נאר ערגער זיין, אדער איז דאס איז נאר א תוצאה פונעם פאקט אז דיין אייגנארטיגע שרייבעריי איז נאכנישט אויסגעשארפט, עס איז דיין ערשטע ארטיקל, דו גיי ווייטער, דו וועסט שטייגן פון מינוט צו מינוט!

איינמאל מיר זענען צוגעקומען צו דעם קען מען מער נישט זאגן קיין כללים א שטייגער ווי צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן קיין הקדמות, וויאזוי מ'זאל אנהויבן, ענדיגן, וכדו'. טוה וויאזוי עס פליסט פון דיר, פארשטענדליך אז ווי מער דו וועסט ליינען אלס מער געשמאקע ווארע וועט פליסן, אבער פון נאכגיין כללים וועט עס נישט האבן קיין טעם, אפשר א ריח יא, פון די שרייבער וועם דו פרובירסט צו נאכמאכן...

וועגן די די רעדע אין די מעלות אויסגאבע וועגן אראפלייגן די מצב לעבעדיג וכו', איינער וואס קען קען און איינער וואס נישט וועט דאס בלויז צושפילן צו זיין דורכפאל...

וועלמיר זיך אפשטעלן דא און צוריקומען נעקסט טיים...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

לויט דיין מהלך, האסטו ווארשיינליך נישט וואס צוריקצוקומען.

זייער שיין
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

עס זענען דא עטליכע גוטע כללים וואס די מיידלעך לערנען אין שולע וויאזוי צו שרייבן אן ארטיקל. וואס מיינט אן אנפאנג. וואס באדייט די ענדע. און נאך אפאר עצות און הילף וואס איז גיט צו וויסן ביים שרייבן.

פארשטייט זיך עס זענען פארהאנן יוצא מן הכלל. אבער עס דארף שטימען.

ווילסט וויסן אויב סאיז גיט. גיב עס פאר א צווייטן צו ליינען אויב ער ליינט געשמאק און געשמירט אן זיך ברויכען אפשטעלן אינצווישען איז דאס אליין שוין א ראיה איר שרייבט גיט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”