'עם כי' אדער 'אם כי'

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

'עם כי' אדער 'אם כי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

א עם הארצישע שאלה
אבער נאכזוכענדיג אין אוצר החכמה, האב איך געזעהן ביידע לשונות
--
ווען מ'וויל שרייבן אז כאטשיג אזוי און אזוי דאך...
קען מען שרייבן שאם כי בתחלת הליכתם....
אדער שעם כי בתחלת הליכתם, דאס הייסט מיט דעם אלעם דוגמת 'עכ"ז'
וואס איז די ריכטיגע וועג צו שרייבן?
לעצט פארראכטן דורך דרךהמלך אום מיטוואך מאי 25, 2016 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

נאטורליך וואלט איך געשריבן מיט אן א', אבער נאך די כאלו עם הארצ'ישע שאלה, בין איך שוין אויך צומישט
אם לא עכשיו אימתי
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

דאכט זיך אז סיי אם סיי עם (מיינענדיק כאטש) איז נישט עכט לשה"ק.

אם קומט פון לשון האבן עזרא און אנדערע ראשונים וואס האבן עס אדאפטירט פון אראביש.

עם שטימט אויך נישט צו גוט. ס'מיינט אזוי ווי ווען מ'זאגט "עם כל זה", "מיט דעם אלעם".

וואס איז שלעכט מיט אף אדער אע"פ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דרךהמלך האט געשריבן:שאם כי
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אם כי איז מער נפוץ און הערט זיך בעסער
אבער אויך עם כי געפינט מען
מבחינת פירוש המילות ווייס איך אבער נישט וויאזוי אם-כי באטרעפט על אף. עם טייטש מיט, כי טייטש אז (דהא), מיט-אז, 'מיט' די פאקט 'אז' כך וכך האט ער נאכאלס וכו'. אבער אם-כי ווייס איך נישט וויאזוי עס ארבעט טייטש-ווייז, אבער ווי געזאגט איז עס מער באנוצט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

ייש"כ פאר אלע מגיבים
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

צוויי אנדערע זאכן. 'עם כי' שטימט נישט און 'אם כל זה' שטימט אויך נישט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שרייבסט בקיצור און לכאורה בטעות
עם-כי און אם-כי זענען ביידע באנוצט אזוי ווי על-אף
נישט זיכער אויף וואס דו באציעסט זיך מיט 'אם כל זה' (נישטא אזא ווארט)
עם כי שטימט ווי ערקלערט, און איז באנוצט אויך, זוך מקורות
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מי חכם האט געשריבן:צוויי אנדערע זאכן. 'עם כי' שטימט נישט און 'אם כל זה' שטימט אויך נישט.

יעצט זעה איך איך א ספר קדמון פאר מיר 'עם כי יש לחלק קצת'
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

עם כי איז קרוב צו "ויאמר אל האשה 'אף כי' אמר"
אויך אם-כי איז דאס דער כוונה אבער דער דירעקטער טייטש איז מיר נישט קלאר
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דרךהמלך האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:צוויי אנדערע זאכן. 'עם כי' שטימט נישט און 'אם כל זה' שטימט אויך נישט.

יעצט זעה איך איך א ספר קדמון פאר מיר 'עם כי יש לחלק קצת'


איי בעט דער ספר רופט אויך די מפרשי הש"ס מיטן נאמען 'מפורשים', (מיט א ו', און בלשון יחיד 'מפורש'), אפשר באציט ער זיך אויך צו די תוספות מיט א לשון יחיד. נישט אלע ספרים האבן געלייגט פיל דגוש אויף ריכטיגע גראמאטיק. מאכט עס נאך נישט די ריכטיגע וועג.

'אם כי' איז אזוי ווי 'אפילו אז' (דער פאקט איז אזוי און אזוי, דאך..). עם כל זה מיינט כלשון בני אדם, 'מיט דעם אלעם', לויט מיין ביאלאגישער גראמאטיק דיטעקטער שטימט נישט די אנדערע וועג. אבער שטודירט די נושא האב איך נישט, איך בין נישט קיין בקי אין דקדוק, וועל מיר עס לאזן פאר די עקספערטן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שוין געשריבן בעפאר אבער ס'איז מיר זינט דאן צוגעקומען מערערע מקורות -סיי זוכענדיג און סיי באקראי- וואס שרייבן "עם-כי" און דוקא דורך די וואס האבן גאר גוט לשון הקודש געקענט.

איך האב נישט אוצה"ח אבער מ'קען זוכן אויף היברו בוקס (אדער גוגל בוקס) זיך צו איבערצייגן אז אין די גאר פריערדיגע ספרים האט מען גענוצט עם כי, און איך בין נישט זיכער אז אם-כי אז בכלל געווען באנוצט...
היות אם-כי איז גאר שטארק באנוצט אין די שפעטערע מחברים איז מיר שווער צו זוכן דורך גוגל אויף היברו בוקס, ווייל ער ברענגט ארויף אלע לעצטערע ספרים, אדרבה איך ווארט צו זעהן מקורות דורך די וואס האבן אוצר החכמה.

עכ"פ דאס איז אלטע נייעס, נישט פארדעם בין איך געקומען, נאר ס'איז מיר געווען העכסט אינטערעסאנט דעם שבת האב איך "פונקט" גענומען א ספר אין האנט און "פונקט" אויפגעמישט צו א דרוש לפר' זכור! און געזען ווי ער נוצט "עם" אליין במקום "הגם", ער שרייבט בערך אזוי
עוד אזכיר הערות אחרות אשר כבר נכתבו בדברי בעל עקידת יצחק מ"מ נקיים גם אנחנו להחזיק לזכירה מה שכבר נכתב, עם שנצרך אליהם קצת דיוקים שלא הוזכרו בדבריו

(יעצט שרייבענדיג זע איך אז עם איז אולי א כמו נתינת טעם.. כ'בין שוין נישט זיכער בכוונתו.)

עכ"פ וואס איך האב פון דעם ארויסגענומען אז דער אויסדרוק איז "עם" אליין און דער "כי" איז אן השלמה צום עם, עם = הגם דערנאך קומט דער וואס "כי" און נישט אז עם-כי פארמירט דעם אויסדרוק, הגם כי אדער הגם ש

לגבי אם-כי קען מען פארשטייט זיך נישט פרעגן מכח די גלאטע פירוש המילות, ווייל אסאך אויסדרוקן איז שווער פונקטליך צו פארטייטשן (וואס טייטש "כל-שכן"?) און "אם" טייטשט נישט אלעמאל "אויב", אפי' אין פסוק ווערט עס גענוצט צוזאמען מיט אנדערע ווערטער אין א זין אנדערש ווי 'אויב', כי-אם = נאר, און אויך עד-אם אדער עד-אשר-אם און רש"י זאגט אז אם איז משמש בלשון אשר, נאר מ'דארף טרעפן די מקורות ווען און וואו מ'האט אנגעהויבן נוצן אם-כי.

---

להודות האט געשריבן:דאכט זיך אז סיי אם סיי עם (מיינענדיק כאטש) איז נישט עכט לשה"ק.

אם קומט פון לשון האבן עזרא און אנדערע ראשונים וואס האבן עס אדאפטירט פון אראביש.

עם שטימט אויך נישט צו גוט. ס'מיינט אזוי ווי ווען מ'זאגט "עם כל זה", "מיט דעם אלעם".

וואס איז שלעכט מיט אף אדער אע"פ?

די ווערטער קומען פונעם אבן עזרא און פון אראביש? אדרבה איך וועל זיך פרייען צו זעהן מקורות. אבער עס מאכט עס נישט אויס "עכט" לשה"ק, דאס וואס די ראשונים האבן גענוצט דאס איז "עכט" לשה"ק.
און אגב, אף על פי איז לכאורה אראמיש.
און דער נידון דא איז לגבי וויאזוי איז ריכטיג אם אדער עם, און נישט וויאזוי מ'קען זיך אן עצה געבן ארויסצוברענגען דעם כאטשע.
נאר איין הערה בדברי @להודות, דו שרייבסט אז עם איז ווי ווען מ'זאגט "עם כל זה", דאס מיינט אז דער "עם" ברענגט ארויס דאס זעלביגע, אבער פארשטייט זיך אז "עם כל זה" איז דער שטאפל דערנאך, עם-כי = כאטשע אז, עם-כל-זה = דאך

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט אן אשכול אויף אזעלכע סארט אויסדרוק-ווערטער (עם כי, אם כי, כי אם, אף על פי, כל שכן, ולא-עוד, ועוד ועוד), זייער בוכשטעבליכער באדייט און זייער מקור
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

"עם" איז ברייט באנוצט במקום "אף" אדער "הגם", זייער ברייט באנוצט.

אין בזה כל ספק. וממילא ה"ה לגבי עם-כי דהוא הוא.

דאס איז מסתמא נישט קיין חידוש פאר אסאך און מסתמא יא פאר פיל אנדערע.

אויב איינער וויל וועל איך לייגן מקורות לרחצה בל"נ
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

עם כי יכולים להשתמש בשניהם מ"מ דעתי נוטה ל"אם כי".
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

עם שהי' לי הנאה מיוחדת מתגובתך, וביותר מהניסוח, הייתי אומר ש"עם" היותו מקורי, גובר על נטיית דעתי או דעתך, מה גם שלדעתי זהו רק נטייה להרגילות שלך.

ס'זעט מיר אויס אז אם איז נתחדש געווארן שפעטער. אם באדייט לכאורה ווי אין אויך אויב


זוך פאר עם אדער ועם, און פאר אם אדער ואם, צוזאמען מיט די פאלגאנדע
שיש לומר
שיש ליישב
שזה דוחק
שזה נכון
שיש לבעל דין
שיש לחלק
ועוד ועוד

און אגב דער "כי" איז נישט משנה אינעם שמועס, די שאלה איז עם אדער אם במקום אף (הגם)
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

"עם היות" איז אויך פון די ווערטער וואס זענען שטארק באנוצט במקום אע"פ, און מ'טרעפט עס אסאך אין די ראשונים.

ס'איז שוין בכלל נישט קיין ספק בדבר, און ווען נישט וואס דער עולם וואלט שטארק נוטה געווען צו "אם-כי" וואלט נישט געווען אפי' קיין מקום צו ברענגען נאך ווערטער און נאך מקורות...
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין אור החיים הק' טרעפט מען געווענליך אם כי, אבער כמיין כאב שוין געזען עם כי.

בכל אופן לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט עם כי איז א טעות הזעצערס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

איך טרעף כסדר אומזוכנדיג נאך און נאך "עם" במקום הגם און "עם כי", נאר איך צייכן עס נישט אן ווייל יכלה הזמן און ס'איז לדעתי נישט אפי' קיין שאלה מער, אבער אז דו האסט מורא וועל איך ברענגען צוויי מ"מ.

מצודת דוד אין איוב ד' טז יעמד ולא אכיר מראהו וגו' זאגט דער מצודת:
יעמוד: עם כי בעת חלף לפני הי' עומד זמן מה, עם כל זה לא הייתי מכיר מראהו.

כד הקמח לרבינו בחיי:
ועם היות שהם מפוזרים בקצוות דחויים וכו', לא ישכחו עיקרי התורה והמצוות.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

בנימין הלוי האט געשריבן:איך טרעף כסדר אומזוכנדיג נאך און נאך "עם" במקום הגם און "עם כי", נאר איך צייכן עס נישט אן ווייל יכלה הזמן און ס'איז לדעתי נישט אפי' קיין שאלה מער, אבער אז דו האסט מורא וועל איך ברענגען צוויי מ"מ.
.

גערעכט, עקטשעלי קיינמאל געווען...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”