בלאט 36 פון 326

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:15 pm
דורך מאנ-יימער
ארום און ארום איז נישט די איבערטייטש פון ענווייערמענט, נאר א הסבר וואס ענווייערמענט מיינט.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:17 pm
דורך לכאורה
הוא הדבר אשר דברתי, מען נוצט היינט דעם ווארט ענווייראנמענט אין אידיש, אויסער אויב איינער וויל דוקא גיין ארום און ארום.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:18 pm
דורך מיללער
לכאורה האט געשריבן:הוא הדבר אשר דברתי, מען נוצט היינט דעם ווארט ענווייראנמענט אין אידיש, אויסער אויב איינער וויל דוקא גיין ארום און ארום.


שוין ענדערש צו נוצן דעם פאר'אידיש'טען 'ענווייראמענט', גיין סחור סחור, אבער פארוואס טאקע נישט 'אומגעבונג'?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:21 pm
דורך לכאורה
פאר די זעלבע סיבה מען טייטשט נישט שפיפון א פיפער נוטער

עס איז ארויס פון באנוץ

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:25 pm
דורך מיללער
לכאורה האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה מען טייטשט נישט שפיפון א פיפער נוטער

עס איז ארויס פון באנוץ


פימפער-נוטער, און מ'טייטשט עס דייקא יא (עכ"פ ביינונז אין סקרענטן)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:26 pm
דורך לכאורה
איך האב נאכגעקוקט אין דעם אלטן חק חומש און ער שרייבט פיפער נאטער.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:28 pm
דורך msp
אולי טעות הבחור הזעצער?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:31 pm
דורך לכאורה
מעגליך, אבער דערווייל יש לי על מי לסמוך. אדרבה, זאל ער מיר צייגן פימפער והיה בזה שלום.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:36 pm
דורך בעאבאכטער
פשוט אז ס'מיינט "אומגעבונג"
אין דויטש איזעס אויך Umwelt
וואס מ'ניצט דאס ווארט "סביבה" בכגון דא, מיינט אוודאי נישט "ארום און ארום" נאר "דאס ארום" כלומר נישט בלויז אנצייכנט און אנגעדייטעד דער מקום מסוים, נאר אלעס וואס 'ארום'
"אומגעגנד" איז שנעלער "ראיאן", כלומר פון פיזישן שטאנדפונקט, און נישט פון "בעלאנג" שטאנדפונקט.
ג"א מצטרף לטענת הרב מיללער פארוואס טאקע נישט ניצן "אומגעבונג".

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:11 am
דורך תרגום יונתן
וויינרייכ'ס טייטש.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:37 am
דורך אויפריכטיג
לכאורה האט געשריבן:די נאנטסטע איבערטייטש אויף אונזער אידיש איז: ארום און ארום

די ארבעט איז גאנץ פיין, עס איז די ארום און ארום וואס טויג נישט.

דאס איז אן אויסרייד ווען מען מוטשעט זיך צו טרעפן דעם ריכטיגן אידישן ווארט דערפאר.

יישר כח הרב מיללער פארן בארייכן מיין ווערטער אוצר מיט דעם ווארט "אומגעבונג". איך פלעג אממייסטענס נוצן "געזעלשאפט" אלס ערזאץ פאר ענווייראמענט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:22 pm
דורך msp
געזעלשאפט איז נאר וועגען מענטשען
נישט וועגען די אלגעמיינע סביבה
סביבה איז מסתמא דאס בעסטע ווארט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2013 3:22 pm
דורך מיללער
בלייב מיר מיט 'אומגעבונג'!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2013 2:33 pm
דורך ידיד
וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

דאכט זיך אז די מעלות ניצט אסאך מאל די ווארט "פיצלס" אבער ס'איז לכאורה נישט קיין ריכטיגע אפטייטש, און אפשר יא? כ'ווייס נישט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2013 2:34 pm
דורך מאנ-יימער
בייבי

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2013 12:04 pm
דורך ערנסטער
ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2013 12:50 pm
דורך בחורהזעצער
ווועלקאם בעק "ערנסטער", מיר פרייען זיך צו אייער באזוך, איך האף אז וועט שוין פארבלייבן און מחיה מתים די שפראך פארום, (אפשר וועט מען נאך א אפילו קענען צוריקברענגען "יידישיסט", און די שפראך פארום וועט קענען פארדינען די ערשטע פלאץ פון די פארום ליסטע, צוליב איר אקטיווקייט {אויך מיר א ווארט}).

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2013 12:59 pm
דורך לכאורה
ערנסטער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.

ברוך הבא בשם ה' ברכנוכם מבית ה'. געבענטשט זאל זיין דאס ווינטל וואס האט אייך אהערגעבלאזן!

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:02 pm
דורך ערנסטער
בחורהזעצער,לכאורה, ברוכים הנמצאים!

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:20 pm
דורך בחורהזעצער
לכאורה; מעגסט אים זאגן ווער דיין טאטע איז.

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:23 pm
דורך לכאורה
בחורהזעצער האט געשריבן:לכאורה; מעגסט אים זאגן ווער דיין טאטע איז.

גילוי וועט נישט טאלערירט ווערן...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:24 am
דורך מיללער
ערנסטער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.


מינע אויגן גלייבן נישט וואס זיי זעהן, ערנסטער איז דא? בין איך וואך אדער אנטשלאפן?

ברוך שובך לברכה כבוד ידידי הוותיק ועושה חסד, יהא שובך לברכה ולהרמת קרנינו, בלייב מיט אונז, לא תתנשי מינן.

וויאזוי זאגט מען ידו על העליונה אין יודיש?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:54 am
דורך אנעים זמירות
ביטע העלפט מיר ארויס אמשנעלסטן.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:01 pm
דורך גראדער
ער האט די אויבערהאנט

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:01 pm
דורך לכאורה
מיללער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען 'ענווייראמענט' אויף אידיש?

באמת, אני בתומי האב מעולם געמיינט אז 'ענווייראמענט' איז אידיש פונקט ווי ענגליש, והא ראי' ווייל אזוי שרייבן אלע שרייבערס וועמענ'ס ווערק איך ליין בדרך כלל, לעצטנס האט מיר עמיצער מעורר געווען אז דער אמת'ער ווארט דערפאר אין אידיש איז 'אומגעבונג', איך טרעף טאקע דעם ווארט ביי די רוסיש-אידישע שרייבערס (לדוגמא במקורות חב"ד כמו הלקוטי שיחות - ע"י חיפוש עם ידיד נפשי אדון גוגל יר"ה), וויל איך פרעגן, איז דאס א גאנגבארע ווארט?

איך זעה אז הארקאווי האט עס נישט:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0972.png

נארוואס באגעגנט אין הכתב והקבלה פ' יתרו (שמות י"ט, י"ח)
היקף וסביבה (אומגעבונג)