בלאט 138 פון 326

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:45 pm
דורך למדן וצדיק
יא אודאי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:37 pm
דורך גרשון
קאך/קיך

די צוויי זענען צוויי באזונדערע ווערטער מיט אנדערע באדייטן: קאך איז א ווערב, דער שם פעולה פון קאכן; אין ענגליש Cook. קיך איז א זאך-ווארט, דער שטוב וואו מ'קאכט; אין ענגליש Kitchen.

צום באדויערן איז קיך עטוואס פארגעסן געווארן, און אסאך ניצן קאך פאר ביידע. מעגליך אז ס'איז שוין גענוג אן איינגעגעסענער טעות אז ס'זאל ווערן לעגיטים, אבער ס'איז פארט בעסער צו שרייבן ווי אזוי ס'איז ריכטיג -- ס'בארייכערט פשוט דעם ווערטער-אוצר מיט אזא ניצליך ווארט!

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:46 pm
דורך למדן וצדיק
ייש״כ, זייער אינטערסאנט און גוט צו וויסן

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:28 am
דורך זאג א גוטס
אין באבוב/גאליציע זאגט מען 'קעך'

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:33 am
דורך זאג א גוטס
בנוגע אפעלירן הנ"ל.
די ווארט מיינט לכאורה 'זיך (איינ)בעטן'.

אין למדן וצדיק'ס פאל קען מען עס נוצן אזוי:
ער האט זיך אייגעגעבן פאר פוד-סטעמפס, און האט אפעלירט צו די אינסטאנצן* זיי זאלן פארשנעלערן דעם פראצעדור.


*אינסטאנצן איז אפשר נישט די ריכטיגע ווארט, אויב מ'רעדט בלויז פון א נידריג-ראנגיגע ארבעטער.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 8:58 pm
דורך סטאוו יא פיטא
גרשון האט געשריבן:איז קאמאלא העריס אן ערוועלטע ווייס-פרעזידענטקע אדער ווייס-פרעזידענטין?

ייווא באפארצוגט דעם דייטשישן -ין פעמינין סופיקס, אבער טייל ברענגען אויך דעם סלאווישן -קע סופיקס.

בכל אופן, פרעזידענטקע קלינגט סאך בעסער אין אונזער שפראך, און דאס וועט ווארשיינליך אריינגיין אין לעקסיקאן (חוץ אויב מ'וועט זיך האלטן מיט'ן ענגלישן "פרעזידענט", וואס טיילט נישט אפ צווישן א מאן און א פרוי). ס'איז לכאורה א שטיקל פענאמען אז ייווא זאל זיין מער דייטשמעריש ווי חסיד'יש אידיש.

איך באמערק אז ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער' וועט 'ין' דינען פאר א לשון נקבה, ווי לדוגמא: לערערין, שרייבערין, א.ד.ג,
א פרוי א סענעטאר, איז אויפגעכאפט 'סענעטארשע' ... קלער איך אז דאס איז צוליב 'ען' איז באניצט פאר א רבים 'סענעטארען' משא"כ לערער און שרייבער ניצט מען דעם 'ס' פאר א רבים.
אויב איז דער פשט ריכטיג, וועט 'פרעזעדענטין' נישט אריינגיין אין באניץ צוליב וואס מען נישט עס שוין פאר א רבים "אלע פרעזידענטן אין היסטאריע"

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 9:58 pm
דורך אסדר לסעודתא
גערעכטע נקודה, סטאווי.

אגב, די לשון רבים פון לערער און שרייבער איז די זעלבע ווי לשון יחיד, נאר לעצטנס לייגן געוויסע צו דעם ס' אזוי ווי מ'זאגט עס. אבער ארגינעל קומט עס נישט דארט. דאס זעלבע מיט יעדע ווארט וואס ענדיגט זיך מיט 'ער', ווי א גרופע אראבער, צוויי ברידער, עטליכע גלעזער, ים-טיכער, הערליכע מעלער, און נאך...

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 10:04 pm
דורך געמבלער
א גוטע איידיע האב איך געהערט פון ר' איתמר גינזבורג (דאנט ווארי איך קען עהם נישט אפפארדן, כהאב עהם געהערט אויף קול מבשר) ווען מזוכט א ווארט אויף גוגל טרענסלעיט אויב מטרעפט נישט אין יודיש צו פרובירן די ווארט אין די דויטשע שפראך צומאל קעןנער דארטן גוט צוטרעפן

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 10:15 pm
דורך גרשון
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:איז קאמאלא העריס אן ערוועלטע ווייס-פרעזידענטקע אדער ווייס-פרעזידענטין?

ייווא באפארצוגט דעם דייטשישן -ין פעמינין סופיקס, אבער טייל ברענגען אויך דעם סלאווישן -קע סופיקס.

בכל אופן, פרעזידענטקע קלינגט סאך בעסער אין אונזער שפראך, און דאס וועט ווארשיינליך אריינגיין אין לעקסיקאן (חוץ אויב מ'וועט זיך האלטן מיט'ן ענגלישן "פרעזידענט", וואס טיילט נישט אפ צווישן א מאן און א פרוי). ס'איז לכאורה א שטיקל פענאמען אז ייווא זאל זיין מער דייטשמעריש ווי חסיד'יש אידיש.

איך באמערק אז ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער' וועט 'ין' דינען פאר א לשון נקבה, ווי לדוגמא: לערערין, שרייבערין, א.ד.ג,
א פרוי א סענעטאר, איז אויפגעכאפט 'סענעטארשע' ... קלער איך אז דאס איז צוליב 'ען' איז באניצט פאר א רבים 'סענעטארען' משא"כ לערער און שרייבער ניצט מען דעם 'ס' פאר א רבים.
אויב איז דער פשט ריכטיג, וועט 'פרעזעדענטין' נישט אריינגיין אין באניץ צוליב וואס מען נישט עס שוין פאר א רבים "אלע פרעזידענטן אין היסטאריע"

איך האב אויך געטראכט דערפון. מער אלס פראקטישקייט ווי אלס "כלל".

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 10:30 pm
דורך חלב ישראל
אפשר זאל מען דוקא יא שרייבן "פרעזידענטן", ווייל א פרעזידענט פון א לאנד איז דאך א בחינה פון א קעניג, און ביי א קעניג זענען די פעמינין און פלורעל פארמען די זעלבע "קעניגן".

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:04 am
דורך חוק תוכות
ballots אויף אידיש איז באלוטען אדער באלאטעס...

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:48 am
דורך קיקיון
חוק תוכות האט געשריבן:ballots אויף אידיש איז באלוטען אדער באלאטעס...


שטימצעטלעך

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:53 am
דורך חוק תוכות
קיקיון האט געשריבן:
חוק תוכות האט געשריבן:ballots אויף אידיש איז באלוטען אדער באלאטעס...


שטימצעטלעך


א דאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 12:27 pm
דורך זאג א גוטס
וויאזוי שרייב איך דאס:
... קארידאר, וואס איז באצירט מיט רייכע סאמעטענע פירהענג און טשענדילערס, געבנדיג א קעניגליכע וכו' ?

הענג-לייכטער וויל איך נישט נוצן אויב נוץ איך פירהענג.

יישר כוחכם

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 12:29 pm
דורך זאג א גוטס
פולע ארקעסטרע מוזיקאנטן

איז דאס גוט, אדער איז דא א(ן אנדערע) אידישע ווארט דערפאר?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:13 pm
דורך אוראייניקל
זאג א גוטס האט געשריבן:וויאזוי שרייב איך דאס:
... קארידאר, וואס איז באצירט מיט רייכע סאמעטענע פירהענג און טשענדילערס, געבנדיג א קעניגליכע וכו' ?

הענג-לייכטער וויל איך נישט נוצן אויב נוץ איך פירהענג.

יישר כוחכם

וועלכע שפראך איז "לוסטערס"?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:34 pm
דורך גרשון
אוראייניקל האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:וויאזוי שרייב איך דאס:
... קארידאר, וואס איז באצירט מיט רייכע סאמעטענע פירהענג און טשענדילערס, געבנדיג א קעניגליכע וכו' ?

הענג-לייכטער וויל איך נישט נוצן אויב נוץ איך פירהענג.

יישר כוחכם

וועלכע שפראך איז "לוסטערס"?

*לוסטרעס. געהעריג אידיש.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:35 pm
דורך גרשון
זאג א גוטס האט געשריבן:פולע ארקעסטרע מוזיקאנטן

איז דאס גוט, אדער איז דא א(ן אנדערע) אידישע ווארט דערפאר?

ענגליש, orchestra; אידיש, אָרקעסטער.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:36 pm
דורך זאג א גוטס
גרשון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:וויאזוי שרייב איך דאס:
... קארידאר, וואס איז באצירט מיט רייכע סאמעטענע פירהענג און טשענדילערס, געבנדיג א קעניגליכע וכו' ?

הענג-לייכטער וויל איך נישט נוצן אויב נוץ איך פירהענג.

יישר כוחכם

וועלכע שפראך איז "לוסטערס"?

*לוסטרעס. געהעריג אידיש.

יישר כח!

אינטערעסאנט אז גוגל טרענסלעיט צו טשאנדיליערס, און ווייסט בכלל נישט פון לוסטערס צו זאגן.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:42 pm
דורך גרשון
דאס ווארט איז *לוסטרעס*, דער ר' פאר'ן ע'. בלשון יחיד, די לוסטרע.

גוגל קען נישט צו גוט אידיש. ער וואלט געמעגט גיין צו א נאכט-קורס זיך צו בעסער דערלערנען די שפראך.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:46 pm
דורך זאג א גוטס
גרשון האט געשריבן:דאס ווארט איז *לוסטרעס*, דער ר' פאר'ן ע'.

גוגל קען נישט צו גוט אידיש. ער וואלט געמעגט גיין צו א נאכט-קורס זיך צו בעסער דערלערנען די שפראך.

אינטערעסאנט.
לשון יחיד איז יא 'לוסטער' און ל' רבים 'לוסטרעס'.
אזוי ווייזט א גוגל-זוך.

אייגנטליך איז אינטערעסאנט צו אנמערקן. לוסטערס און ארקעסטרע מישט גוגל אויף לעצטיגע ארטיקלען, (א שטייגער ווי דא אויפן וועלטל,) און לוסטרעס און ארקעסטער ברענגט ער אפיר אלטע סחורה.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:51 pm
דורך גרשון
כל האומר לוסטער אינו אלא טועה, דאס ווארט איז לוסטרע. איך זע יעצט אז מ'האט אויך אדאפטירט דאס ווארט אין העברעאיש: לוסטרה.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 6:04 pm
דורך סטאוו יא פיטא
וואס איז שלעכט מיטן אור אלטן "טשילאר" מקורו באונגאריש טאקע אבער ס'איז דאך אנגענימען ביי אינזערע קרייזן דוכצעך

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 6:16 pm
דורך זאג א גוטס
דאס איז אין 'רעדן' שפראך, נישט שרייבן.

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 6:17 pm
דורך גרשון
נאר מינדליך (אפשר אויך אויף אייוועלט), ס'איז נישט קיין ווארט צו ווערן געשריבן אין אן ארטיקל.

האקט.