וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אמבעסאדער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

תגובהדורך אמבעסאדער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:15 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?

טשעלענדש זאגט מען אין לשה"ק: נסיון

אין העברעיש איז עס "אתגר".
אבער אין יודיש איז נישט דא אזא ווארט?
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:53 pm

איך מיין אז און אידיש מיינט עס א דורכגאנג
google translate זאגט אז סמיינט ארויסרופן גיי ווייס וואס דעיס מיינט
נישט נארמאלע רייזעס ארום די וועלט מיט נארמאליזעם.



אלעס איבער לענדער

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:47 pm

אמבעסאדער האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?

טשעלענדש זאגט מען אין לשה"ק: נסיון

אין העברעיש איז עס "אתגר".
אבער אין יודיש איז נישט דא אזא ווארט?


פרואוו

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 21, 2020 5:12 pm

איינער האט עפעס א גוטע ווארט פאר connecting flight?

(אז נישט, אפשר איז שוין צייט צו מאכן. פארבינדונגס פליגער? פארזעצונג עראפלאן?)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג ינואר 21, 2020 6:53 pm

פליגער/עראפלאן זיכער נישט, פלייט איז נישט פליגער. אפשר פארבינדונג'ס רייזע.

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג ינואר 21, 2020 7:19 pm

אויף דויטש ווערט א connecting flight גערופן אַנשלוּס פלוּג
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 21, 2020 7:35 pm

יודל קליין האט געשריבן:אויף דויטש ווערט א connecting flight גערופן אַנשלוּס פלוּג

געוואלדיג, אבער ס'העלפט מיך נישט קיין סאך.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך ינואר 22, 2020 12:47 am

אין נעדערלאנדיש ווערט עס גערופן "פארבינדונגס פלוכט", אין דעניש איז עס "פארבינדעלסנעס פלונינג" איך מיין אז פאר אידיש וואלט די מערסטע געפאסט א געמיש פון די צוויי "פארבינדונגס פליאונג". למעשה אבער, וויבאלד די ווארט "פלייט" איז שוין ממש א חלק פון אונזער מאמע לשון, וואלט "פארבינדונגס פלייט" געווען אביסל מער צום זאך.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך ינואר 22, 2020 12:25 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:פליגער/עראפלאן זיכער נישט, פלייט איז נישט פליגער. אפשר פארבינדונג'ס רייזע.

יודל קליין האט געשריבן:אויף דויטש ווערט א connecting flight גערופן אַנשלוּס פלוּג

חלב ישראל האט געשריבן:אין נעדערלאנדיש ווערט עס גערופן "פארבינדונגס פלוכט", אין דעניש איז עס "פארבינדעלסנעס פלונינג" איך מיין אז פאר אידיש וואלט די מערסטע געפאסט א געמיש פון די צוויי "פארבינדונגס פליאונג". למעשה אבער, וויבאלד די ווארט "פלייט" איז שוין ממש א חלק פון אונזער מאמע לשון, וואלט "פארבינדונגס פלייט" געווען אביסל מער צום זאך.

יישר כחכם אלע מגיבים.

אני הקטן גלייך דעם אויסוואל פון "פארבינדונגס רייזע". בנוגע "פארבינדונגס פליאונג", וואלט איך אראפגעשניטן דעם -אונג און עס געלאזט "פארבינדוגנס פלי".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 22, 2020 1:23 pm

וואס איז שלעכט מיט פלוג? (אויב ביסטו נישט צופרידן מיט רייזע)
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:59 pm

מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:31 pm

א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:35 pm

גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?

אין ירושלמי-אידיש: לייקע.
בוא וראה איך הכסף מקלקל: הזכוכית כשהיא שקופה ונקיה אנחנו יכולים לראות דרכה את כל העולם, אבל אם נצפה אותה בכסף היא תהפוך לראי ואז נוכל לראות בה רק את עצמינו.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:37 pm

איך ווייס אויך פון טראכטער.

אפשר ווייל ס'ליעקט אראפ, רופט עס גוגל ליקע...

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:38 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?

אין ירושלמי-אידיש: לייקע.

לעיקע נישט לייקע...
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:42 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?

אין ירושלמי-אידיש: לייקע.

גערעכט, אזוי זאגט גוגל - מיט צוויי י'.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:44 pm

יא אבער נישט פארגעסן אז דארט איז א צייריי צעירע..
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:45 pm

איינס האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?

אין ירושלמי-אידיש: לייקע.

לעיקע נישט לייקע...

נכון - מיט א פתח נ'...
בוא וראה איך הכסף מקלקל: הזכוכית כשהיא שקופה ונקיה אנחנו יכולים לראות דרכה את כל העולם, אבל אם נצפה אותה בכסף היא תהפוך לראי ואז נוכל לראות בה רק את עצמינו.

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:46 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?

אין ירושלמי-אידיש: לייקע.

לעיקע נישט לייקע...

נכון - מיט א פתח נ'...

דו ביסט אויך פון די פאדרבענע?
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך פאברואר 19, 2020 5:10 pm

גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?


אין דויטש (German) טייטשט דאס גוגל איבער Trichter

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 5:21 pm

א מחי' האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?


אין דויטש (German) טייטשט דאס גוגל איבער Trichter

ש'כח, אלזא טראכטער קומט פון דייטש.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:10 pm

אנגענעם אדער איינגענעם? (ביידע זענען ריכטיג, כ'וויל וויסן מיט וואס דער עולם איז מער אנגענעם/איינגענעם.)

אנגעשטעלטע אדער איינגעשטעלטע? (די ערשטע איז ריכטיגער, די צווייטע איז מער פארשפרייט.)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:15 pm

אין מיינע אויגן איז 'אנגענעם' מער איינגענומען (ס'איז דא אזא ווארט? דוכט זיך מיר אז אר"י'דיגע אידן זאגן אזוי).

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:16 pm

איך בין מער אנגענעם מיט אנגענעם.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:20 pm

מחשב האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז 'אנגענעם' מער איינגענומען (ס'איז דא אזא ווארט? דוכט זיך מיר אז אר"י'דיגע אידן זאגן אזוי).

"איינגענומען" קען מען זאגן אויף א שטאט וואס ווערט איינגענומען דורך אן ארמיי, אדער א טאבלעט אד"ג וואס מ'שלינגט אראפ. אין פיגוראטיוון זין קען אויך דער שלעכטער פריץ אדער העצערישער גלח איינעמען א מיתה משונה.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט