וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:05 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
מחשבהטובה האט געשריבן:איך מוטשע מיך שוין אפשא טעג, ביז כהאב געטראפען דעם אשכול:
וויאזוי זאגט מען "תכונה מיוחדת" unique attribute, אדער unique character אויף יידיש.

מיינסט אן אייגנארטיגע כאראקטער?

איך מיין אז "אייגנארטיגע טיפ" איז בעסער אין געוויסע זאצן, געוואנדן וואו מ'וויל עס ניצן.
אמאל וועט מען אויך נוצן "א.......... מיט אייגנארטיגע שטריכן"

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:06 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ריכטיגער איז מסתמא "באאיינפלוסן".

"באאיינפלוסן" האט א ברייטערן באדייט; מ'קען באאיינפלוסן וואלן, מ'קען באאיינפלוסן די שטימונג פון מענטשן, און מ'קען אויך באאיינפלוסן די מיינונג פון עמיצן. "איבעררעדן" און "איבערצייגן" איז דעריבער בעסער געטייטשט. אין ענגליש וואלט מען געניצט Convince.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:04 pm

ווי אזוי זאגט מען א זיפער אין אידיש zipper
יישר כח

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:32 am

גברא רבא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען א זיפער אין אידיש zipper
יישר כח

זיפער איז דאס בעסטע ווארט. ס'איז באמת נישט קיין ענגליש ווארט, נאר ס'הייסט אזוי צוליב דעם קול וואס ס'גיבט ארויס ביים עס עפענען און צומאכן... גוגל טייטשט עס אין אידיש "בליץ-שלעסל", והבוחר יבחר...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:03 pm

ריטש ראטש..

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

תגובהדורך אמבעסאדער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:03 am

וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?
לעצט פאראכטן דורך אמבעסאדער אום זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:06 am

אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while?

וויילע?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

תגובהדורך אמבעסאדער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:11 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while?

וויילע?

Keep Calm "While" We process...
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:15 am

האלט אייך רואיג ווילאנג מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביז מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביזדערווייל מיר פראצעסירן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:16 am

שוויצער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען HUMBLE אין יודיש?

אויף לשון הקודש, ווען איינער האט א 'האמבל אפיניאן' איז עס "לעניית דעתי"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

תגובהדורך אמבעסאדער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:25 am

לכאורה האט געשריבן:האלט אייך רואיג ווילאנג מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביז מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביזדערווייל מיר פראצעסירן

דאס איז אן אמת'ע Challenge....
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:32 am

אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?


אויספארבירט, פריווט?

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:35 pm

לכאורה האט געשריבן:האלט אייך רואיג ווילאנג מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביז מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביזדערווייל מיר פראצעסירן

נישט אין דעם קאנטעקסט, הגם ס'קען אריינקומען אין אנדערע זאצן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:21 pm

בס"ד

"וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?"

WHILE האט אפאר באדייטן, למשל

- ביז דערווייל (יענקל איז געגאנגען אין גראסערי, און ביז דערווייל איז משה אריין געלאפן אין ספרים סטאר)

- ווילאנג (ווילאנג איך האב געווארט אויפ'ן באס, האב איך שוין אויך געטראכט פון די פאנטש-ליין אין קומענדיגן ארטיקל)

[די צוויי, "ביז דערווייל" און "ווילאנג," זענען כמעט די זעלבע, מ'קען נוצן איינס אנשטאט די אנדערע, אבער ס'פארט נישט די זעלבע]

- בשעת (קאנטראסט, למשל "ריעל עסטעיט אין וויליאמסבורג איז ארויף 'בשעת' (WHILE) אין בארא פארק איז אביסל שוואכער")

"טשאלענדזש" איז א ווארט וואס האט נישט קיין פולע איבערזעצונג אין אידיש. מ'קען פרובירן צו נוצן די ווארט נסיון/פראבע, אבער ס'איז נישט אזוי רייך ווי די עכטע באדייט פונעם ווארט. אויך איז דאס בכלל נישט קיין טייטש אין "טוענדיגע" ווערסיע פונעם ווארט, ווי Challenging. וואס ט'מען זאגן, ס'איז זייער פראבע'דיג? נאר וואס'זשע דען, מען שטעלט אויס די קאנטעקסט אויף א וועג וואס איז יא גוט פאר ארגינעלע אידיש ממילא "דארף מען נישט נוצן" אזא שווערע ענגלישע ווארט.

אהא, הייסט איבערטייטשן מיינט נישט סתם "טרענסלעיטען..." נו וודאי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:55 am

לכאורה האט געשריבן:
שוויצער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען HUMBLE אין יודיש?

אויף לשון הקודש, ווען איינער האט א 'האמבל אפיניאן' איז עס "לעניית דעתי"

און א Humble person?
איך מיין ס'האט נישט קיין ווארט, ענליך צו Fellow.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22371
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:42 am

שטומפיג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שוויצער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען HUMBLE אין יודיש?

אויף לשון הקודש, ווען איינער האט א 'האמבל אפיניאן' איז עס "לעניית דעתי"

און א Humble person?
איך מיין ס'האט נישט קיין ווארט, ענליך צו Fellow.

א באשיידענער פערזאן, אדער אן איינפאכער פערזאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:17 pm

וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

תגובהדורך בלא בלא בלא » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:21 pm

אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?

טשעלענדש זאגט מען אין לשה"ק: נסיון
בלא... בלא... בלא...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:24 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:30 pm

וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:50 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!

איך ווייס נישט אויב מיר קענען בכלל זיין אויף איין פעיזש ווייל איך וואלט געשריבן ׳אידיש ביטע׳ און אבוויעסלי שרייבסטו בשיטה ׳יידיש׳..
עניוועי, סימפל, דער מענטש וואס איז Selfless איז א Selfless מענטש
די מדה בעצם איז Selflessness.
גרונם איז Selfless, דאס selflessness זעהט זיך אן ביי אים אויף טריט און שריט

(ס׳איז בלשון סגי נהור, גראדע גרונם איז דירעקט א סעלפיש מענטש)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:01 pm

וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!

איך ווייס נישט אויב מיר קענען בכלל זיין אויף איין פעיזש ווייל איך וואלט געשריבן ׳אידיש ביטע׳ און אבוויעסלי שרייבסטו בשיטה ׳יידיש׳..
עניוועי, סימפל, דער מענטש וואס איז Selfless איז א Selfless מענטש
די מדה בעצם איז Selflessness.
גרונם איז Selfless, דאס selflessness זעהט זיך אן ביי אים אויף טריט און שריט

(ס׳איז בלשון סגי נהור, גראדע גרונם איז דירעקט א סעלפיש מענטש)

ער פרעגט וויאזוי מען זאגט די ווערטער (סיי וועלכע פון זיי) אין אידיש... כאפשטו?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:21 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!

איך ווייס נישט אויב מיר קענען בכלל זיין אויף איין פעיזש ווייל איך וואלט געשריבן ׳אידיש ביטע׳ און אבוויעסלי שרייבסטו בשיטה ׳יידיש׳..
עניוועי, סימפל, דער מענטש וואס איז Selfless איז א Selfless מענטש
די מדה בעצם איז Selflessness.
גרונם איז Selfless, דאס selflessness זעהט זיך אן ביי אים אויף טריט און שריט

(ס׳איז בלשון סגי נהור, גראדע גרונם איז דירעקט א סעלפיש מענטש)

ער פרעגט וויאזוי מען זאגט די ווערטער (סיי וועלכע פון זיי) אין אידיש... כאפשטו?

דו קומסט פיינעלי אריין קלאר :) כ׳האב דיר געזאגט איך ווייס נישט וואס ׳יידיש׳ מיינט..
איך האב מיר שוין אמאל געמוטשעט וויאזוי מ׳זאגט דאס אויך אידיש אבער אן ערפאלג, דאך גלייב איך אז ס׳דא.
ביז איינער רופט זיך אן, נוץ אפשר סתם ׳גוטהארציגער׳, אז נישט וועסטו מוזן שרייבן ווי גוגל: מויסערנעפעשדיג
אין דייטש זאגט מען פשוט זעלבסלאז אבער כ׳האב עס קיינמאל געהערט, קענסט זיין דער ערשטער העכסטנס
איך גלייב האסט שוין געקוקט אבער אויב נישט, אין דאטש איז דא א שפע פון ווערטער וואס קען דיר העלפן דערמאנען, אין קעיס מ׳טרעפט עס נישט אינעם געזאנג פון נאכן סדר
onbaatzuchtig
onzelfzuchtig
belangeloos

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:19 am

איך מיין אז דער ענטפער איז: זעלבסלאזיק און זעלבסלאזיגקייט.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:33 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער ענטפער איז: זעלבסלאזיק און זעלבסלאזיגקייט.

ריכטיג איז עס, אבער איך געדענק נישט צו האבן געהערט אדער געליינט אזא ווארט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט