וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 13, 2019 6:35 pm

דריידל האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:סתם פאר די רעקארד, מוירטל און מארסי איז נישט וויליאמסבורג, און אפי' ניי ווילי איז עס נישט עכט. עס איז א שווארצע, נידריגע געגנט פון מיט קריימס, און די פאליציי האט דארט א שטענדיגע אנוועזנהייט. עס איז דא דארט געציילטע אידישע בנינים, ארומגענומען פון אלע זייט מיט גאנצע גאסן אן קיין איד. יעצט איז דא אביסעלע מער אידן אינ'ם געגנט וויבאלד מען האט זיך שוין אנגעהויבן אריינציען אין קעסקעיד.

מיין פלימעניצע לערנט דארט אין תפארת בנות און זי זאגט אז מיידלעך וואקן אהין אליינס

פאר די רעקארד עס איז *ניכטע*, נישט פלימעניצע! וואס קומט מסתם פון פלימעניק, אבער ס'נישט די ריכטיגע ווארט.

בן אחי- פלימעניק
בת אחי- ניכטע
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג יולי 07, 2019 6:58 pm

ווי אזוי דארף מען צו שרייבן "דידזשיטעל" אין אידיש; דידזשיטעל (אזוי ווי אין ענגליש, ווייל ס'איז נישט דא עפעס אנדערש)? דיגיטאל (פארוואס עפעס)?

קען איינער אריינקומען קלאר?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3217
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 07, 2019 7:08 pm

מענטשן פארשטייען נישט, אז א ווארט וואס איז קיינמאל געווען בעפאר, האט נישט קיין אידישע ווארט, און אויך די ענגלישע ווארט דערפון איז ניי
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 07, 2019 7:14 pm

בין איך אן אוממענטש אויב איך פארשטיי? :wink:

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג יולי 07, 2019 8:50 pm

גרשון האט געשריבן:ווי אזוי דארף מען צו שרייבן "דידזשיטעל" אין אידיש;

קען איינער אריינקומען קלאר?

מיט א קיבארד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג יולי 07, 2019 8:58 pm

דיגיטאל?

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג יולי 07, 2019 9:06 pm

גרשון האט געשריבן:ווי אזוי דארף מען צו שרייבן "דידזשיטעל" אין אידיש; דידזשיטעל (אזוי ווי אין ענגליש, ווייל ס'איז נישט דא עפעס אנדערש)? דיגיטאל (פארוואס עפעס)?

קען איינער אריינקומען קלאר?

יעדע נייע ענגלישע ווארט לייענט מען אויף אידיש אזוי ווי משרייבט עס אויף ענגליש. איז יא! וויבאלד אין אידיש איז נישט דא קיין G‏ ‏(ג מיט א דגוש, לויט די תמן'ער) דערפאר לייענט מען עס דיגיטאל!
אזוי ווי די לאנד gibraltar‏ לייענט מען אויף אידיש גיבראלטאר.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 07, 2019 9:07 pm

חלב ישראל האט געשריבן:דיגיטאל?

ניין! ענדערש דידזשיטאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 07, 2019 9:32 pm

אוודאי דיגיטאל. ווי גענעראל און אסאך ענליכע ווערטער.
אידיש האלט זיך זייער נאנט צו די דייטשע כללים (אין דייטש איז עס 'דיגיטאל'), און נישט אזוי נאנט צו די עילגות לשון פון ענגליש.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג יולי 07, 2019 9:59 pm

איך זעה אינגאנצן נישט פארוואס מ'זאל זאגן "דידשיטעל", אויב ווילסטו זיין אריגינעל זאג "דידשיטאל" ווי אין לאטיין, ווי די גיהנם קומט ענגליש אריין דא?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 07, 2019 10:00 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:אוודאי דיגיטאל. ווי גענעראל און אסאך ענליכע ווערטער.
אידיש האלט זיך זייער נאנט צו די דייטשע כללים (אין דייטש איז עס 'דיגיטאל'), און נישט אזוי נאנט צו די עילגות לשון פון ענגליש.

גענעראל איז אידיש.

גי פי עס אדער דזשי פי עס? רעפרידזשעדער אדער רעפריגעדער? דזשארדזש אדער גורג? דזשאו ביידן אדער גאו?....

די איזראעליס לייגן א ג', אבער אין אידיש שרייבט מען אלעס דזש. פארוואס? ווייס איך נישט, אבער כך נוהגים.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 07, 2019 10:01 pm

חלב ישראל האט געשריבן:איך זעה אינגאנצן נישט פארוואס מ'זאל זאגן "דידשיטעל", אויב ווילסטו זיין אריגינעל זאג "דידשיטאל" ווי אין לאטיין, ווי די גיהנם קומט ענגליש אריין דא?

אזוי האב איך טאקע געשריבן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:דיגיטאל?

ניין! ענדערש דידזשיטאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 07, 2019 10:17 pm

עס האט אסאך צוטאן מיט'ן נישט באמוטשען דעם ליינער אז זיינע אויגען זאלן קענען לויפן פליסיג איבער די שורות און נישט דארפן כסדר צוריק גיין איבער ליינען א ווארט אדער א שורה.
דיגיטאל א. ד ג. וועט מיר זיין עטוואס שטאלפערדיג און פארשטייטערן דאס ליינען אין א לענגערע ארטיקל.

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג יולי 07, 2019 10:48 pm

חלב ישראל האט געשריבן:איך זעה אינגאנצן נישט פארוואס מ'זאל זאגן "דידשיטעל", אויב ווילסטו זיין אריגינעל זאג "דידשיטאל" ווי אין לאטיין, ווי די גיהנם קומט ענגליש אריין דא?

ענגליש איז זיכער נישט קיין קליינער מחותן דא, זינט אונזער אין אונזער אידיש איז אריינגעמישט אן א שיעור ענגלישע ווערטער. און אויב צוליב דעם, דארף מען לכאורה שרייבן ווי אזוי מ'זאגט עס אין אידיש, נישט בוכשטעבליך נאכגעשריבן פון ענגליש. ווי קומט אבער דא אריין לאטיין? אין לאטיין איז דא א ווארט פאר דידזשיטעל טעכנאלאגיע?

בנוגע גענעראל און גיבראלטור, די זענען אידישע ווערטער, אסאך פאר אונזער שפראך איז געווארן באאיינפלוסט פון ענגליש.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 07, 2019 10:56 pm

מר. גוגל אומר:
The word digital, is derived from the latin word digitus, which means finger or toe. The word's present form dates back to the 15th century, where it was used in a sense to designate a whole number less than 10.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 08, 2019 12:11 pm

טוב ויפה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ווי אזוי דארף מען צו שרייבן "דידזשיטעל" אין אידיש; דידזשיטעל (אזוי ווי אין ענגליש, ווייל ס'איז נישט דא עפעס אנדערש)? דיגיטאל (פארוואס עפעס)?

קען איינער אריינקומען קלאר?

יעדע נייע ענגלישע ווארט לייענט מען אויף אידיש אזוי ווי משרייבט עס אויף ענגליש. איז יא! וויבאלד אין אידיש איז נישט דא קיין G‏ ‏(ג מיט א דגוש, לויט די תמן'ער) דערפאר לייענט מען עס דיגיטאל!
אזוי ווי די לאנד gibraltar‏ לייענט מען אויף אידיש גיבראלטאר.

ס'קען זיין אז כ'בין נישט גערעכט, אבער לענ"ד שטאמט דאס יסוד פון עברית, וואס האבן אויכעט נישט א G און זיי רופן דאס אויכעט דיגיטל.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יולי 08, 2019 12:34 pm

עברית האט עס גענומען פון אידיש וואס האט עס גענומען פון די זעלבע פלאץ ווי דייטש האט עס גענומען.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 08, 2019 12:40 pm

חלב ישראל האט געשריבן:עברית האט עס גענומען פון אידיש וואס האט עס גענומען פון די זעלבע פלאץ ווי דייטש האט עס גענומען.

דהיינו?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 12:48 pm

חלב ישראל האט געשריבן:עברית האט עס גענומען פון אידיש וואס האט עס גענומען פון די זעלבע פלאץ ווי דייטש האט עס גענומען.

אבי גערעדט. נישטא אזא כלל אין אידיש. ס'איז ריין עברית.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 08, 2019 1:09 pm

לאו דווקא עברית.
די אידן אין אראבישע לענדער ספעציעל די תימנ'ע האבן אנדערע הברות ווי אונז. די אות 'גּ' איז אזוי ווי א 'J'. א 'דֿ' אדער א 'תֿ' זאגט מען ווי א ענגלישע 'TH'.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יולי 08, 2019 2:11 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:עברית האט עס גענומען פון אידיש וואס האט עס גענומען פון די זעלבע פלאץ ווי דייטש האט עס גענומען.

אבי גערעדט. נישטא אזא כלל אין אידיש. ס'איז ריין עברית.

און דייטש, פלעמיש, דעניש און שוועדיש האבן עס אויך גענומען פון עברית?!

די פאקט איז אז מאדערנע עברית איז זייער שטארק געבויעט אויף אידיש, אויסער דעם וואס אן א שיעור ווערטער זענען געבארגט פון אידיש און פאראידישטע לשה"ק, איז אויך די אויסלייג פון די ווערטער געבויעט אויף אידיש. צום ביישפיל: אין היינטיגע עברית זאגט מען "מאוד טוב", אנדערש ווי אין לשה"ק פון תנ"ך וואו מ'זאגט "טוב מאוד", דאס איז קלאר גענומען פון אידיש, וכהנה יש רבות ואטו כי רוכלא...

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 08, 2019 3:26 pm

חלב ישראל האט געשריבן:און דייטש, פלעמיש, דעניש און שוועדיש האבן עס אויך גענומען פון עברית?!

די פאקט איז אז מאדערנע עברית איז זייער שטארק געבויעט אויף אידיש, אויסער דעם וואס אן א שיעור ווערטער זענען געבארגט פון אידיש און פאראידישטע לשה"ק, איז אויך די אויסלייג פון די ווערטער געבויעט אויף אידיש. צום ביישפיל: אין היינטיגע עברית זאגט מען "מאוד טוב", אנדערש ווי אין לשה"ק פון תנ"ך וואו מ'זאגט "טוב מאוד", דאס איז קלאר גענומען פון אידיש, וכהנה יש רבות ואטו כי רוכלא...

דייטש ניצט לאטיינישע בוכשטאבן, די זעלבע ווי ענגליש, ס'איז דעריבער פארשטענדליך אז זיי האבן איבערגעזעצט דעם ענגלישן G צו א הברה פון ג'. ("דידזשיטעל" איז ענגליש, וועלכע איז היינט-צו-טאגס אומאפציעל אן אינטערנאציאנאלע שפראך, בפרט אין טעכנאלאגישע טערמינען. ארגינעל לאטיינישע שפראכן זאגן עס אדער פונקט ווי אין ענגליש [איטאליעניש], אדער אן אנדערע ווארט אינגאנצן [פראנצויזיש, שפאניש].) משא"כ אידיש ניצט אנדערע בוכשטאבן, און כאטש ס'קלינגט טאקע בעסער אין אידיש דיגיטאל, איז נישט דא קיין עכטע סיבה עס אויסצולייגן אזוי. וואלט דאס ווארט אפיציעל אריין אינעם אידישן וואקאבולאר, וואלט מסתמא נישט געווען וויכטיג צו צוריקדרייען, היות ס'איז אבער א פארהעלטניסמעסיג ניי ווארט וועלכע האט נאכנישט אנגענומען קיין קלארן וועג ווי אזוי צו ווערן געשריבן, אדרבה, מענטשן וועלן פילן מער געשמאק מיט "דידזשיטעל," איז דעריבער ענדערש עס אויסצולייגן אזוי.

עברית האט נישט גענומען דאס ווארט פון אידיש. דאכט זיך אז דאס ווארט איז אריין אין באניץ אסאך שפעטער ווי די גרינדונג פון דער עיברית'ער שפראך, און זיי האבן נישט נאכגעקוקט אין "דער איד" ווי אזוי ס'דארף ווערן אויסגעלייגט. ס'איז נאר אז ביי זיי שרייבט מען א J מיט א ג+אויבערשטריכל, האבן זיי דעריבער געפילט באקוועם צו טוישן צו דיגיטאל, היות ס'קלינגט זיי בעסער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יולי 08, 2019 7:34 pm

זיי האבן נישט געדארפט נאכקוקן אין דער איד, זיי האבן אלע גערעדט אידיש פיל בעסער ווי מיר און דיר און דער איד צוזאמען.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 10:59 am

ווי אזוי זאגט מען 'מעקעניק' mechanic אין אידיש? איז דא א ווארט?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
א.ב.ג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » זונטאג יולי 28, 2019 11:04 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען 'מעקעניק' mechanic אין אידיש? איז דא א ווארט?

מעכאַניקער


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט