וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

יאיר גאלד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען דאס ווארט "כדי" (כגון 'כדי' ר"ש לסמוך עליו) אין אידיש?

כדאי (ר' שמעון) - ס'איז ווערד
כדי (לקיים מה שנאמר) - אז (ער זאל קענען מקיים זיין...)

ביזט גערעכט איך האב געמיינט צו פרעגן איבער דאס צווייטע ווארט - כדי, אבער דאס מיינט נישט 'אז', לדוגמה" כדי דו זאלסט פארשטיין דו סוגיא לערן .... ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידיש?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

אין ענגליש ווען מ'רעדט פון משפחה-קאזינס וואס זענען אפגערוקט מיט א דור איז דא א מושג פון: removed
second cousin, once removed
אדער first cousin, twice removed

אבער כ'האב קיינמאל געהערט זאגן אין א שמועס אויף אידיש, ער איז מיין ערשטע קאזין איין מאל פארריקט (חוץ באופן וויץ)
איז אין אידיש בכלל דא דער מושג, ס'איז דא א ווארט פאר דעם?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פלאחותיך האט געשריבן:אין ענגליש ווען מ'רעדט פון משפחה-קאזינס וואס זענען אפגערוקט מיט א דור איז דא א מושג פון: removed
second cousin, once removed
אדער first cousin, twice removed

אבער כ'האב קיינמאל געהערט זאגן אין א שמועס אויף אידיש, ער איז מיין ערשטע קאזין איין מאל פארריקט (חוץ באופן וויץ)
איז אין אידיש בכלל דא דער מושג, ס'איז דא א ווארט פאר דעם?

אפגערוקט האב איך שוין געהערט
אין הלכות עדות
ראשון בראשון = ברידער
שני בשני קוזין
שלישי בשלישי SECOND COUSIN
שני בשלישי first cousin once removed

איך האב דאס שוין געהערט ניצען אין אידיש מערערע מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען דאס ווארט "כדי" (כגון 'כדי' ר"ש לסמוך עליו) אין אידיש?

כדאי (ר' שמעון) - ס'איז ווערד
כדי (לקיים מה שנאמר) - אז (ער זאל קענען מקיים זיין...)

ביזט גערעכט איך האב געמיינט צו פרעגן איבער דאס צווייטע ווארט - כדי, אבער דאס מיינט נישט 'אז', לדוגמה" כדי דו זאלסט פארשטיין דו סוגיא לערן .... ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידיש?

שווער צו טרעפן אן אלטערנאטיוו, אבער 'אז' קומט נאכאלץ אריין. אז דו זאלסט פארשטיין די סוגיא, לערן פלייסיג.

בעסער: אויב דו ווילסט פארשטיין, דארפסטו לערנען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

google טרענסעלייט דאס : צו
צו פארשטיין די גמרא לערן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

צ/ק
וויאזוי זאגט מען WOW?

איך מיין מזל טוב / אדער דארף מען פרעגן 'מזל מדיע'
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

מ'זאגט דאס נישט, ס'איז א מציאות, נישט קיין טייטש

ערנסט גערעדט, מיין איך ס'נישט דא קיין ריכטיגע אפטייטש אויף מהות.

מ'קען שרייבן זיין וועזן וכדו' אבער ס'איז נישט מדויק.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שמו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

מ'זאגט דאס נישט, ס'איז א מציאות, נישט קיין טייטש

ערנסט גערעדט, מיין איך ס'נישט דא קיין ריכטיגע אפטייטש אויף מהות.

מ'קען שרייבן זיין וועזן וכדו' אבער ס'איז נישט מדויק.

פארוואס איז וועזן נישט מדויק?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

לבי אומר לי עפעס אומ'רואיג מיט די הגדרה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

מ'זאגט דאס נישט, ס'איז א מציאות, נישט קיין טייטש

ערנסט גערעדט, מיין איך ס'נישט דא קיין ריכטיגע אפטייטש אויף מהות.

מ'קען שרייבן זיין וועזן וכדו' אבער ס'איז נישט מדויק.

נישט כאראקטער?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

'כאראקטער' איז עפעס מער אויף 'הרגשים', "מהות-וועזן" איז מער אויפן עצם מציאות,
אזוי טראכט איך...
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נאכן איבערטראכטן, בין איך געקומען צום אויספיר, אז וועזן איז יא מדויק
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גראדע, נישט אלעמאל מדויק, איבערהויפט אין ספרי קודש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ווען מ'ניצט מהות נישט אין זיין פשוט'ן טייטש, נאר אין א געדאנק, וואס דאס טרעפט מען אין ספרי קודש (פארדעם בין איך מתחילה נישט געווען רואיג), אבער ס'איז ווי יעדער פארשטייט אז לחם איז טייטש ברויט, חוץ אין ספרי קודש קען דאס אויך מיינען, כי אם את הלחם אשר הוא אוכל...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

ווען מ'וויל שרייבן איבער די מהות פון א חפץ (נישט פון א מענטש) איז לכאורה די טייטש באדייט.
למשל: "ארגון פלוני מהותה ומשמעותה".
="ארגעניזאציע פלוני איר באדייט און דערהער".
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

משה כהן האט געשריבן:

׳מהות׳ איז לכאורה טיפער און מער פודעמענטאל ווי דערהער און באדייט. מהות, איז די זאך אליין, אבדזשעקטיוו, משא״כ דערהער און באדייט וועלכע איז סובדזשעקטיוו און איז אנגעהאנגען אין דרויסענדע פאקטארן.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

This will mot happen on my watch
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

קיקיון האט געשריבן:This will mot happen on my watch

דאס גייט נישט פאסירן אונטער מיין זייגער (פארן שפריך ווארט דארף מען לכאורה אזוי שרייבן)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:דאס גייט נישט פאסירן אונטער מיין זייגער (פארן שפריך ווארט דארף מען לכאורה אזוי שרייבן)

דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט א זייגער
דאס גייט נישט פאסירן אונטער מיין "וואך"
דאס גייט נישט פאסירן אונטער מיין "קאדענץ"
דאס גייט נישט פאסירן כל זמן איך בין בעה"ב
דאס גייט נישט פאסירן כל זמן איך האב א דעה
Untitled.jpg
Untitled.jpg (122.66 KiB) געזען 2765 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דאס וועט נישט פאסירן אונטער מיין אויפזיכט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

אינטערעסאנט, דער ווארט "מהות" איז פון די פילאזאפישע ווערטער וואס מען האט באנייט ווען אידען האבען גענומען לערנען פילאזאפיא.
אין דעם ספר "האמונות והדעות" פון רס"ג, איז דא א הקדמה פון "ביאור מלים זרות", פרעמדע ווערטער וואס מען נוצט אין פילאזפיע.
שטייט דארט אזוי:
"מהות נגזר מלשון מה, והוא אחרי שידע האדם ישות ומציאות איזה דבר, ישאל על הדבר ההוא מה הוא. כלומר אמתת מציאותו מה הוא, וזה יקרא מהות, כאשר ישאל האדם על מהות הארי דרך משל החזק הוא הרפה וכיוצא".
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

ווי אזוי זאגט מען די ווארט "uplifting" אויף אידיש?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

משה ישר האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען די ווארט "uplifting" אויף אידיש?

איך גלייב נישט אז עס איז פארהאן א פונקטליכע גענויע איבערטייטש דערויף אין אידיש, אבער עכ״פ, איך קען פארשלאגן עטליכע אפציעס וואס וואלטן געשטימט אין א זאץ וואו מען נוצט uplifting אין ענגליש.

מוט-הייבענד (למשל, א מוט-הייבענדע ניגון אדער ווארט/ווערטער)

פרייליך

גוט גענויגט

געשמאק

שמייכעלדיג
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

משה ישר האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען די ווארט "uplifting" אויף אידיש?

הייבענד
התעוררתדיג

עס איז זייער א כללתדוג ווארט לאו דוקא לעבעדיג און לוסטיג
UPLIFT.jpg
UPLIFT.jpg (67.68 KiB) געזען 2707 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”