וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

"מיר זענען אויסשטאפירט פאר יעדע סעזאן, ווינטער זומער אא"וו, און ווי אויך פאר יעדע ??? וואכן שבת יו"ט אא"וו"
פארשטייסט?
איך מיין אז די בעסטע וואלט געווען "ווי אויך פאר יעדע צייט פונעם יאר: וואכן, שבת, יו"ט"
הנותן לשכוי בינה...
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

וויאזוי זאגט מען אין אידיש Skills?
תורה איז די בעסטע סחורה.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פעהיגקייטן
קענטעניסן
הנותן לשכוי בינה...
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

תרנגול האט געשריבן:פעהיגקייטן
קענטעניסן

יישר כח, אבער איך מיין אז דאס איז מער אן הסבר וואס דאס מיינט, אבער נישט די ריכטיגע אפטייטש. ריכטיג?
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ביזנעסמאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש Skills?

טאלאנטען
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביזנעסמאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש Skills?

אייגנשאפטן

אדער ער "טויג" אויף דעם און דעם
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובה דורך שטייסטענישט »

וויזוי זאגט מען אין אידיש די קאלירן "פינק" און "גרין"
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ביזנעסמאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש Skills?

סקילס זענען אויסגעארבעטע פעאיגקייטן, קענטענישן, וואס דאס קומט מיט דערפארונג.

פעאיגקייטן, ערפארונג.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

שטייסטענישט האט געשריבן:וויזוי זאגט מען אין אידיש די קאלירן "פינק" און "גרין"

גרין איז גרין. פינק ווייס איך נישט, אפשר רויז.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קראק-פאט האט געשריבן:
שטייסטענישט האט געשריבן:וויזוי זאגט מען אין אידיש די קאלירן "פינק" און "גרין"

גרין איז גרין. פינק ווייס איך נישט, אפשר רויז.

השתא דאתית להכי, אפשר העל-רויז.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

הא גופא קשיא, פארואס טאקע איז גרין גרין ? פארוואס איז נישט יעללא יעללא ?
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

װייל גרין איז א אידיש װארט אין יעלאו נישט...
אין אויף בלוי פֿרעגסט די נישט?

נ.ב.
פּינק איז ראזע
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

קרעמער האט געשריבן:
ביזנעסמאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש Skills?

אייגנשאפטן

אדער ער "טויג" אויף דעם און דעם

נאך א װארט
פאכמאנשאפט(ען)
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

אין ענגליש זאגט מען עס בלאא, אין אידיש בלוי
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

נא װאס פינקטלעך שטערט דיך? אז עס הערט זיך אזוי ענדליך ? מה כל הרעש עס איז א װדאי דא נאך אזעליכע װערטער װאס זענען כמעט די זעלבע.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

פארקערט, אז ס'הערט זיך כאטש אביסל דיפפרענט.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

וויזוי זאגט מען Meaning?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

באדייט ?
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

שטייסטענישט האט געשריבן:פארקערט, אז ס'הערט זיך כאטש אביסל דיפפרענט.

די מיינסט צו זאגען ביי בלוי?
איך האב געמיינט צו פרעגען װאס שטערט דיר ביי גרין
בד״װ איף איט מעיקס יו העפּפּי, ביי גרין איז אויך א משהו אנדערש סיי דער ״ר״ אין סיי דער ״י״ verses "ee" l
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

ס'שטערט מיר נישט, פלעין וואנדערינג פארוואס ס'נישט דא א אידיש ווארט פאר גרין.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

אקעי כ'אב געכאפט דעים טוטער, יעצט זעה איך אז אין דויטש איז עס אויך "גרין" אדער "גרון" מילא איז שוין אלעס פארשטענדליך
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטייסטענישט האט געשריבן:ס'שטערט מיר נישט, פלעין וואנדערינג פארוואס ס'נישט דא א אידיש ווארט פאר גרין.

פארוואס האט פאלט אייך ביי אז עס איז נישט אידיש? מ'טרעפט דאס נאך אין פריערדיגע פוסקים הירוק ככרתי טייטשן זיי גרי"ן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

נישט געוואסט. נו דעמאלטס אינישט דא א ענגלישע ווארט דערפאר...
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

כ'האף ס'איז נישט דאס ערשטע אידישע ווארט אויף וואס דו האסט אויפגעמערקט אז ס'איז די זעלבע אין ענגליש.

(א פייער אין די הויז - A fire in the house)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאכט זיך אז "פינק" איז "ראזעווע"
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”