וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:48 am

וויאזוי זאגט מען 'ענווייראמענט' אויף אידיש?

באמת, אני בתומי האב מעולם געמיינט אז 'ענווייראמענט' איז אידיש פונקט ווי ענגליש, והא ראי' ווייל אזוי שרייבן אלע שרייבערס וועמענ'ס ווערק איך ליין בדרך כלל, לעצטנס האט מיר עמיצער מעורר געווען אז דער אמת'ער ווארט דערפאר אין אידיש איז 'אומגעבונג', איך טרעף טאקע דעם ווארט ביי די רוסיש-אידישע שרייבערס (לדוגמא במקורות חב"ד כמו הלקוטי שיחות - ע"י חיפוש עם ידיד נפשי אדון גוגל יר"ה), וויל איך פרעגן, איז דאס א גאנגבארע ווארט?

איך זעה אז הארקאווי האט עס נישט:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0972.png

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:51 am

אטמאספערע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21594
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:53 am

איז נישט אומגעבונג די טייטש פון סביבה? אדער סקרענטאן "והגלילות"?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:10 pm

ידיד האט געשריבן:אטמאספערע?


אטמאספערע איז Atmosphere

farshlufen האט געשריבן:איז נישט אומגעבונג די טייטש פון סביבה? אדער סקרענטאן "והגלילות"?


דאס איז 'אומגעגנד'

און אז מ'רעדט שוין טאקע, דער דערמאנטער הרכבי/הארקאווי ברעגנט עס אינעם יענעם בלאט, די ענגלישע ווארט דערויך איז:
environs

וואס צייגט טאקע איז די צוויי זענען משורש אחד סיי אויף אידיש ווי אויך אויף ענגליש (איי פארוואס ברענגט ער עס נישט? א קשיא אויף א פושע)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:13 pm

די נאנטסטע איבערטייטש אויף אונזער אידיש איז: ארום און ארום

די ארבעט איז גאנץ פיין, עס איז די ארום און ארום וואס טויג נישט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:15 pm

ארום און ארום איז נישט די איבערטייטש פון ענווייערמענט, נאר א הסבר וואס ענווייערמענט מיינט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:17 pm

הוא הדבר אשר דברתי, מען נוצט היינט דעם ווארט ענווייראנמענט אין אידיש, אויסער אויב איינער וויל דוקא גיין ארום און ארום.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:18 pm

לכאורה האט געשריבן:הוא הדבר אשר דברתי, מען נוצט היינט דעם ווארט ענווייראנמענט אין אידיש, אויסער אויב איינער וויל דוקא גיין ארום און ארום.


שוין ענדערש צו נוצן דעם פאר'אידיש'טען 'ענווייראמענט', גיין סחור סחור, אבער פארוואס טאקע נישט 'אומגעבונג'?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:21 pm

פאר די זעלבע סיבה מען טייטשט נישט שפיפון א פיפער נוטער

עס איז ארויס פון באנוץ
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:25 pm

לכאורה האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה מען טייטשט נישט שפיפון א פיפער נוטער

עס איז ארויס פון באנוץ


פימפער-נוטער, און מ'טייטשט עס דייקא יא (עכ"פ ביינונז אין סקרענטן)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:26 pm

איך האב נאכגעקוקט אין דעם אלטן חק חומש און ער שרייבט פיפער נאטער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:28 pm

אולי טעות הבחור הזעצער?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:31 pm

מעגליך, אבער דערווייל יש לי על מי לסמוך. אדרבה, זאל ער מיר צייגן פימפער והיה בזה שלום.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:36 pm

פשוט אז ס'מיינט "אומגעבונג"
אין דויטש איזעס אויך Umwelt
וואס מ'ניצט דאס ווארט "סביבה" בכגון דא, מיינט אוודאי נישט "ארום און ארום" נאר "דאס ארום" כלומר נישט בלויז אנצייכנט און אנגעדייטעד דער מקום מסוים, נאר אלעס וואס 'ארום'
"אומגעגנד" איז שנעלער "ראיאן", כלומר פון פיזישן שטאנדפונקט, און נישט פון "בעלאנג" שטאנדפונקט.
ג"א מצטרף לטענת הרב מיללער פארוואס טאקע נישט ניצן "אומגעבונג".

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג ינואר 01, 2013 9:11 am

וויינרייכ'ס טייטש.
צוגעלייגטע
environment.PNG
environment.PNG (4.86 KiB) געזעהן 2186 מאל

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג ינואר 01, 2013 10:37 am

לכאורה האט געשריבן:די נאנטסטע איבערטייטש אויף אונזער אידיש איז: ארום און ארום

די ארבעט איז גאנץ פיין, עס איז די ארום און ארום וואס טויג נישט.

דאס איז אן אויסרייד ווען מען מוטשעט זיך צו טרעפן דעם ריכטיגן אידישן ווארט דערפאר.

יישר כח הרב מיללער פארן בארייכן מיין ווערטער אוצר מיט דעם ווארט "אומגעבונג". איך פלעג אממייסטענס נוצן "געזעלשאפט" אלס ערזאץ פאר ענווייראמענט.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג ינואר 01, 2013 12:22 pm

געזעלשאפט איז נאר וועגען מענטשען
נישט וועגען די אלגעמיינע סביבה
סביבה איז מסתמא דאס בעסטע ווארט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 01, 2013 3:22 pm

בלייב מיר מיט 'אומגעבונג'!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך ינואר 09, 2013 2:33 pm

וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

דאכט זיך אז די מעלות ניצט אסאך מאל די ווארט "פיצלס" אבער ס'איז לכאורה נישט קיין ריכטיגע אפטייטש, און אפשר יא? כ'ווייס נישט.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 09, 2013 2:34 pm

בייבי
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג ינואר 27, 2013 12:04 pm

ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג ינואר 27, 2013 12:50 pm

ווועלקאם בעק "ערנסטער", מיר פרייען זיך צו אייער באזוך, איך האף אז וועט שוין פארבלייבן און מחיה מתים די שפראך פארום, (אפשר וועט מען נאך א אפילו קענען צוריקברענגען "יידישיסט", און די שפראך פארום וועט קענען פארדינען די ערשטע פלאץ פון די פארום ליסטע, צוליב איר אקטיווקייט {אויך מיר א ווארט}).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 27, 2013 12:59 pm

ערנסטער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען baby אין אידיש?

אין אוקריינע פלעגט מען זאגן: קינדאלע, און אין ירושלים זאגט מען: בובאלע.

ברוך הבא בשם ה' ברכנוכם מבית ה'. געבענטשט זאל זיין דאס ווינטל וואס האט אייך אהערגעבלאזן!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג ינואר 27, 2013 1:02 pm

בחורהזעצער,לכאורה, ברוכים הנמצאים!
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג ינואר 27, 2013 1:20 pm

לכאורה; מעגסט אים זאגן ווער דיין טאטע איז.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט