וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 2:30 pm

Jewboy האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש.

מנגו.
אפרסמון.
קיווי
קולורבי
גרעיפ פרוכט
קלמטינות
סטראבערי
אבוקדו

איך וועל שרייבן דעם אמת.
כ'האב עס געוואלט שיקן צום מעלות (איך באקום עס יעדע חודש אויפן פאסט) אבער ביז כ'וועל טרעפן א פאקס מאשין וועט נעמען ווייסעך נישט ווי לאנג


קודם א הילכיגיען שלום עליכם הרב ג'ובאי, שוין לאנג נישט געזעהן.

איבער אייער אנפראגע וועגן די מיני פירות וירקות און זייער אידישע טערמין, אן אריינקוקען און קיין אידישע ווערטער-בוך (מילון) ווייס איך נישט צו איינע פון די אלע האבן א אריגינעל-אידישען טערמין, הפנים ביינונז זאגט מען/שרייבט מען אלעס;

מאנגאו
(אפרסמון?)
קיווי
קאלאראבי
גרעיפ-פרוכט
טענזשערינען/קלעמענטינען
סטראבערי
אוואקאדע

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 2:52 pm

שלום עליכם קעניג דזשו בוי!

אפרסמון איז מיסתמא "פיטש". (אויב דאס איז די זעלבע ווי אפרסק)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:01 pm

שכויח פארן שלום געבן. איך געב צוריק. :smile:

ס'האט זיך מיר גארנישט פארענטפערט, איך האב עס געריבן און עברית און איר האט עס געשריבן אין יידיענגליש.

אפרסמון איז דאס.

בילד

אגב'דיג, כ'האב נאך א גאנצע ליסט אין געשפעט וואס כ'האב געוואלט וויסן ווי אזוי מ'זאגט עס אין יידיש, אבער לאמיר שרייבן שטאטלעך.
רוב מענטשען וואס כ'האב געפרעגט אין געשעפט (די עכטע ירושלימער) האבן נישט געוויסט צו זאגן.
סטראבעריס האט יא איינער געזאגט עפעס אבער כ'דענק שוין נישט.

(ס'איז נישט קיין בושה צו זיין אין א פרוכט געשעפט, אמת?)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:04 pm

פיטש איז טאקע אפרסק
זעה בילד פון אפרסמון
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:13 pm

אהה, כ'האב מיר יעצט דערמאנט, ס'איז דא א פרי וואס הייסט פמולה,אזוי אויך איז דא פמולית (א קליינע פמולה), אין אמעריקע איז עס נישט דא כמעט, ווען איך פלעג וואוינען דארט איז געווען צו באקומען נאר ביי איין געשעפט אויף קאני איילענד, ס'איז בעסיקלי א ישראלדיגע פרי.
צוגעלייגטע
.jpg
.jpg (16.72 KiB) געזעהן 3507 מאל
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

מאטקע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:16 pm

סטראבערי = יאגדעס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:37 pm

ארפסק-פיעטש = פערזשעך

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:44 pm

מיללער, אפרסק
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 6:14 pm

שלום עליכם דזשובוי!!!

עס איז א בושה אז מיר זעהן זיך נישט אפטער!..

(אפילו דו וואלסט געהאט א פאקס מאשין, וואלסטו נישט געקענט שרייבן צום "מעלות", ווייל זיי שטעלן נישט קיין פאקס נומער, און נעמען נאר אן בריוולעך אויף די פאסט).

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

תגובהדורך חרמש בקמה » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 2:13 am

מיללער האט געשריבן:ארפסק-פיעטש = פערזשעך

אזוי האב איך טאקע געזעהן אין משניות פון שמחה פיעטרושקה(!) כלאים פ"א מ"ד, נאר דארט מוז עס זיין אן אנדער פרוכט פונעם פערזשכע (אדער פערישקע), ווייל אין משנה איז עס אזא פרוכט וועלכער איז פון מאנדלען-סארט.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:20 am

Jewboy האט געשריבן:אהה, כ'האב מיר יעצט דערמאנט, ס'איז דא א פרי וואס הייסט פמולה,אזוי אויך איז דא פמולית (א קליינע פמולה), אין אמעריקע איז עס נישט דא כמעט, ווען איך פלעג וואוינען דארט איז געווען צו באקומען נאר ביי איין געשעפט אויף קאני איילענד, ס'איז בעסיקלי א ישראלדיגע פרי.

דאס רופט זיך דאהי אויך א "פאמעלא" צייטענווייז קען מען דאס געפונען אין טייל געשעפטן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:36 am

אפרסמון האט גארנישט מיט פיטש, עס קוקט אויס ענליך צו א טאמעטע.
אויף ענגליש רופט מען עס 'פערסומען'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 11:33 am

שוועמל, Persimon איז א פרי האדמה, אפרסמון דארף לכאורה זיין א פרי העץ.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

אפרסק

תגובהדורך חרמש בקמה » זונטאג דעצמבער 20, 2009 3:04 am

אין פרשת מקץ (ברא' מג, יא) אויף "בטנים" שרייבט רש"י: "לא ידעתי מה הם ובפרושי א' ב' של רבינו מכיר ראיתי פישטיצי"ש, ודומה לי שהם פרסקין" עכ"ל.
רש"י האט אזוי ערקלערט וויבאלד פרסקין זענען א מין מאנדלען אדער ניס (כלאים פ"א מ"ד). און טאקע פישטיציש (פיסטוקן) איז נוס. פארהאן א נוס וואס הייסט פיסטוק חלווי, און אין ארץ ישראל רופט מען איהם "גן-עדן נוס", און זיין קערנדל איז ענליך צו א מאנדל-קערנדל.
דאס וואס אין עברית איז אפרסק א פערזשכע, דאס איז איינס פון די ליסטע אידישע ווערטער וועלכע זענען אריינגעטונקען אין די עברית-טבילה (פערזשכע=אפרסק).
דאס גלייכן איז געטאן געווארן מיט באַרשט=מברשת, שילט=שלט, און נאך אנדערע.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 20, 2009 6:49 am

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג דעצמבער 20, 2009 6:55 am

בנוגע אפרסק הם היא פערזיך, שמעתי פעם משו שגרעינו דומה לשקדים, ובתחלת גידולו דומה במראה' ולמעשה הם כלאים, רק ההוה אמינא היא כנ"ל, כך שמעתי, ואיני יודע הם היא אמת
למה זה תשאל לשמי...

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

תגובהדורך חרמש בקמה » זונטאג דעצמבער 20, 2009 7:19 am

פערשלופען, כל מי שאינו יודע לקרות מקרין אותו. איך קאן נישט קיין ווארט ענגליש.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

חוקר ודורש
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2010 1:39 am

תגובהדורך חוקר ודורש » דינסטאג ינואר 12, 2010 1:40 am

וויי אזוי זאגט מען און אידיש

לבנה?

חלום?

(עס איז דאך לשון הקודש)

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:42 am

חלום - טרוים
לבנה - ???
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 4:44 pm

חוקר איבער לבנה האט מען שוין דן געווען באריכות, יבואו המלנקים וילנקו הלינק.

חלום-טרוים: יישר-כח רעב יוד, הגם יעצט זעהט עס אויס פשוט ווייל עס איז אין איינקלאנג מיטן עניגלישען 'דריעם' דאך האבן מיר ניט געוואוסט דערוועגן.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג ינואר 12, 2010 4:58 pm

reb yid האט געשריבן:חלום - טרוים
לבנה - ???

קען איינער טרוימען ביינאכט?
אדער איז דא אזא זאך ווי א פארטרוימטער מענטש?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דינסטאג ינואר 12, 2010 6:20 pm

דאס א.ג. "אידיש" ווארט פאר לבנה איז "מונד". באמת זענען די אידישע ווערטער "חלום" און "לבנה"; "מונד" און "טרוים" זענען דייטשמעריזמען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 12, 2010 6:29 pm

אויף דייטש זאגט מען לבנה = מונד = MOON.
חלום = טרוים = TRAUMA (?)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » דינסטאג ינואר 12, 2010 6:53 pm

[quote="קארל"] באמת זענען די אידישע ווערטער "חלום" און "לבנה"; quote]

וואס אידיש?? דעיס זענען לשון קודשע ווערטער.

חוקר ודורש
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2010 1:39 am

תגובהדורך חוקר ודורש » מיטוואך ינואר 13, 2010 1:04 am

ריכטיג און דייטש איז א חלום = TRAUM
ווייסט איינער ווי אזוי מען א tissue napkin און אידיש (נישט פארטשיילער)?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט