וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 18, 2009 12:53 pm

קורצע איבערבליק?

באהאלטענע בליק?

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג מארטש 24, 2009 8:30 pm

איז דא א ווארט פאר עקשן אויף אידיש?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דינסטאג מארטש 24, 2009 8:38 pm

הארטנעקיג?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:14 pm

הארטע ניסל..

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:06 pm

הארטנעקיג איז מסתמא די נאנסטע אבער נישט ממש די ריכטיגע ווארט, עס זאגט זיך נאר ביי שלעכטס/נעגאטיוו, ווי למשל כי עם קשה עורף, אנדערש איז עקשן וואס פאסט זיך אויך אויף גיטס. ווי אויך קען מען נישט זאגן, פארוואס פארהארטנעקיגסטו דיך אזוי שטארק? אדער ער איז פארהארטנעקיגט.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 1:14 pm

עקשנות: איינגעשפּאַרטקייט, עקשנות, אומבויגזאמקייט, אנטשלאסנקייט,

להתעקש: זיך עקשנ´ען, זיך שפּאַרן, זיך איינשפּאַרן,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 1:45 pm

יידישיסט, גוט! כ'האב פארגעסן פון דעם ווארט.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג מארטש 29, 2009 12:28 am

יידישיסט האט געשריבן:עקשנות: איינגעשפּאַרטקייט, עקשנות, אומבויגזאמקייט, אנטשלאסנקייט,

להתעקש: זיך עקשנ´ען, זיך שפּאַרן, זיך איינשפּאַרן,


שכוח רב אידישיסט,
האסט מיר אויך אויסגעלערנט עפעס אידיש יעצט ווייל צוליב ווייניג באנוץ פונעם ווארט האב איך אלעמאל געמיינט אז 'שפארן' מיינט זיך 'טענה'ן', אזוי ווי "שפאר דיר נישט מיט מיר".
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 22109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 13, 2009 11:56 pm

נישט אפצופרעגן דברי אידישיסט, אבער כ'פארשטיי נישט וואס דו מוטשעסט דיך אזוי שטארק מיט הארטנעקיג. מ'קען עס נוצן אזוי: 'פארוואס ביזסטו אזוי שטארק הארטנעקיג?' א.א.וו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 7:52 am

איז פארהאן אין אידיש א ספעציעלער נאמען אויף זויערע מילעך?

פון דזשואיש דזשען:

Subject: Yiddish word for soured milk?

Hello friends,

My 93 year old uncle remembers that he drank some kind of soured milk in Denver
when he was young. He can't remember its name. He thinks it sometimes came when the
milk was delivered. I drink Kefir, a soured milk that originated in the Caucasus
that is very popular throughout much of the world. I suspect that Kefir is the
same beverage my ancestors drank. Does anyone know if there is a Yiddish word for
Kefir or soured milk?

Thank you, and Gut Yontif to you all!

Karen Jo Rippens
San Francisco Bay Area

In London we used to dink soured milk which was called 'shmatana' or 'shmetana'.

Harold Pollins Oxford, England


My dad and his family used to make sour milk which was simply called 'zoyermilkh'
(undrinkable when I was a child) and cream cheese 'schmirkes' - much more to my
taste. Pretty messy with milk going off in the outside storage cabinet and a bag of
dripping muslin fabric hanging over the kitchen sink - but it makes me smile to
remember.

Shana Tova

Martin Davis - London UK


Harold's post reminded me of a product I remember from my younger days made by a
Jewish dairy in St. Louis (Raskas) called "smetana" and we used it just like sour
cream. It had the same consistency and taste. What a delight this was on a nice
blintz!

Scott Schultz
JewishGen Researcher #188546.


We used shmetana this way. To a bowl of the stuff would be added some cream cheese
which was fairly solid and was called 'Polish cheese', and to that mixture would
be added cut-up pieces of radish, spring onions, and cucumber. The soured milk and
cheese would be bought, when we went into the East End of London, from the
family's grocery shop in Bethnel Green, which remained in the family from 1902 to
1963, serviced by a succession of aunts and uncles.

Harold Pollins
Oxford, England


The yiddish word for soured milk is zoyer milch, but smetana is sour cream. The
later is the same word in Russian. When I was in Belarus last year our guide said
" do you want smetana (accent on the tana) with your borscht". There is was the same
word as in Yiddish, but accented a little differently.
Shana Tova,
F. Lynn
NJ


My Mom remembers going to the Lower East Side with my grandmother in the mid 1930s
and having sour milk and a knish. She doesn't remember called it anything but sour
milk. She as well as I agree that Shmetana in Yiddish is sour cream not sour milk.
Jeff Kingsley
Maplewood, NJ


ווייס מיר שוין נישט צו אונזער Sour creamאיז טאקע "סמעטענע" אדער איז דאס עפעס א מער רינעדיגערע מאכל?

נ"ב: נעבעך נעבעך א רחמנות אויף די פארבלאנזשעטע נשמות וואס זייער גאנצער אידישקייט ליגט אין די "סמעטענע" מיט "קנישעס", הייליגער בורא "בקש אובדות וגם הנידחת" [היום בסליחות].
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 8:57 am

דאס אז זויערע-נילך האט מען גערויפען בלויז 'זויער-מילך' איז אמת אבער זויער-שמיר רופט מען [האט מען גערופען] 'סמייטע' ביינונז, וואס קומט טאקע פון 'סמעטענע'.

ווען מיר האבן דא פארמגאט א פארום די 'סמעטענע' האט מען דאכציך דעמאלטס ארומגערעדט דערוועגן, אז די 'סעמעטענע' וויבאלד דאס שווימט ארויף אויפן אויבערפלאך ווערט דאס גענוצט צו באצייכענען די 'חשוב'סטע' אבער לאו-דוקא ווייל דאס איז טאקע דאס בעסטע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 2:14 am

קען איינער אפטייטשן אין אידיש דאס ווארט SUSPENDED.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 9:43 am

שוועמל האט געשריבן:קען איינער אפטייטשן אין אידיש דאס ווארט SUSPENDED.


איך האב שוין געזעהן ב. שרייבערס נוצען א ווארט 'סוספענדירט' וואס איז לכאורה ארויסגעזויגען פון פינגער, דער אמת'ער אפטייטש איז 1) אפהאלטן 2) אויפהענגען.

שלייקעס אדער הויזן-טרעגער הייסט אויף ענגליש 'סוספענדערס' ווייל עס הענגט אויף און האלט אן די הויזען פון אראפצוגיין לארץ מתחת, פון דאנעט איז שוין געווארן אז ווען די מאטאר-וויהיקל באהערדע שטעלן-אפ (און לאזען הענגען...) איינעמס בארעכטיגונג [לייסענס] צו טרייבען אן אויטא, האבן זיי 'סוספענדעד' זיין טרייב-רעכט.

נאך א ווארט פון די משפחה איז 'סוספענס' דאס נוצט מען ווען מ'לאזט איינעם אנגעצויגען אינדערמיט, למשל אן עפיזאד אין פארזעצונגען איז געווענליך געשריבען אויף אן אופן צו האלטן דעם לייענער אין 'סוספענס' ווארטענדיג אויפן קומענדיגען פארזעצונג, דאס איז פון די זעלבע מקור פון 'אנהאלטן, אויפהענגען'.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 10:41 am

יישר כח מיללער
האסט רייך געמאכט מיין ווערטער אוצר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 10:55 am

מיללער, ס'פאסט נישט פאר דיר.

"סוספענדירט" ווערט אויך גענוצט אין דייטש אלזא אויסגעזויגן פון פינגער איז עס נישט.

"סוס" איז א סופיקס וואס ווערט אסאך גענוצט איר באדייט אין שורש איז פאר מיר קליינע קאפ נישט באקאנט, און דעם גייט אריין "סוס-פעקט" ועוד, שמעקן שמעקט עס שטארק פון לאטיין. "פענדינג" איז דיר דאך וואויל באקאנט, "סוס-פענדיד" ווערט גענוצט אויף יעדע זאך וואס איז אפגעטיילט אדער אביסעלע דערווייטערט אמאל במקום, אמאל בזמן אמאל בחוש.

זה הוא מה שהעליתי עם מיעוט ידיעתי, הרב עם רוחב בינתו קען שוין גיין פון דעם בויען סוכה'לעך כפי שכלו.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 11:30 am

יישר-כח פארשלאפן,
מקוצר בינתי קען איך נאר מעיר זיין אז 'סוס' איז א פריפיקס נישט קיין סופיקס. (פארזילבע נישט נאכזילבע) ומכאן יש לחדש שמילת 'סופיקס' יסודו בל' הקודש מל' סוף.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 12:32 pm

מיללער
זעה דעם פאלגענדן ציטאט פון הער יידישיסט
יידישיסט האט געשריבן: (אינטערעסאנט איז וואס איך האב געטראפן ביים ווארט "סופית" אז דער טייטש וואס ער גיט אן "סופיקס" איז געווען אויסגעשטראכן מיט א בליי, און איך האב אמאל דארט צוגעשריבן "ענדגילטיג". איך האב דאס ווייזט אויס געטון אלס בחור מיינענדיג אז דאס ווארט "סופיקס" איז א צוזאמשטעל פון לה"ק-יידיש [פון דעם שורש פונעם ווארט "סוף – ענדע" אויף לה"ק], און דער זעצער מיינט דערמיט דאס ווארט "ענדגילטיג" [דער ענדטייל "יקס" האב איך פארשטאנען ווי אינעם ווארט "ריכטיק" וואס ווערט אזוי אויסגעלייגט אינעם רוסיש/פוילישן יידיש. אזוי האט מען אויך געקענט מאכן פון "סופית" – סופיקס, דער ס' קען זיין ווי אינעם ווארט "גוטס"]. דען דאס איז דאך קלאר אז דאס ווארט "סופית" קען אויך גענוצט ווערן אלס אדווערב (תואר הפועל) וואס באדייט "ענדגילטיג", נאר אין דעם פאל האט דאס גאר קיין שייכות נישט געהאט מיט דעם, און עס האט גראדע געמיינט א "שם תואר" (שם עצם) פון א זאך וואס הייסט "סופית" – מיינענדיג דעם לאטיינישן "סופיקס". עס איז טאקע א פעלער פון דעם ווערטערבוך וואס עס ווערט גארנישט דערמאנט דער צווייטער – און אפילו מער נוצליכער – באדייט פונעם ווארט "סופית" אלס אן אדווערב וואס באדייט "ענדגילטיג").

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 12:38 pm

אינטעל,
אונזער לערער איז געגאנגען אז בן-יהודה וחבריו האבן געשאפן א ווארט 'סופית' פון אונזער 'סופיקס', וואס איז ווארשיינליך רעכט, אבער איך לייג צו אז דער גאנצער 'סופיקס' קומט פון לשה"ק 'סוף' ודו"ק.

א גוטן מועד ידידי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 12:53 pm

farshlufen האט געשריבן:"סוס" איז א פריפיקס וואס ווערט אסאך גענוצט איר באדייט אין שורש איז פאר מיר קליינע קאפ נישט באקאנט, און דעם גייט אריין "סוס-פעקט" ועוד, שמעקן שמעקט עס שטארק פון לאטיין. "פענדינג" איז דיר דאך וואויל באקאנט, "סוס-פענדיד" ווערט גענוצט אויף יעדע זאך וואס איז אפגעטיילט אדער אביסעלע דערווייטערט אמאל במקום, אמאל בזמן אמאל בחוש.

וכן:
פענדענט, פענשאן, זענען אויך פון די זעלבע אפשטאם און שרש.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 11:44 am

ווי אזוי זאגט מען אין אידיש troubleshoot, פעלער שיסן?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 11:50 am

אויף אידיש איז דא א גרינגערע ווארט, וואס די גוי'אישע וועלט האלט נישט ביים טאן: פארריכטן..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 11:54 am

קרעמער, איך האף אז דו מיינסט די פינטלעך...
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 12:08 pm

קרעמער,
כדאי צו קענען פארריכטען ברויך מען קודם דערגיין דעם פראבלעם וואס דאס איז טייטש 'טראבלשאטן' וואס פארשלאפן ברענגט, הגם עס איז מתחילה טאקע געבויעט אויפן תכלית פון פאררריכטען דעם פראבלעם קוק דא.

פארשלאפן,
דאס איז נישט קיין 'ווארט' וואס ברויך האבן א אידישע איבערטייטש, דאס איז א 'באגריף' וואס איז צאמגעשטעלט פון 'שיסען דעם 'טראבל' אין פינטל' דאס הייסט צוטרעפן גענוי וואס דער פראבלעם איז און דאס אטאקירען.

אויב פרעגט איר וויאזוי א שרייבער זאל דאס היינט צוטאגס איבערטייטשן אויף אידיש, הממ איך ווייס נישט.....
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דינסטאג נובעמבער 17, 2009 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 2:46 pm

יא, איך האב געמיינט די פינטעלעך.

באמת רופט זיך דאס אויף אידיש "דערגיין דעם שורש פונעם פראבלעם".

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 2:02 pm

ווי אזוי זאגט מען אין אידיש.

מנגו.
אפרסמון.
קיווי
קולורבי
גרעיפ פרוכט
קלמטינות
סטראבערי
אבוקדו

איך וועל שרייבן דעם אמת.
כ'האב עס געוואלט שיקן צום מעלות (איך באקום עס יעדע חודש אויפן פאסט) אבער ביז כ'וועל טרעפן א פאקס מאשין וועט נעמען ווייסעך נישט ווי לאנג
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 4 געסט