וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער איד דעילי

יהדות ניו יארק סיטי האט אויפגענומען מיט איינגעהאלטענעם אפּטימיזם און האפענונג, אז מען וועט קענען בעז"ה צוריקעפענען די מוסדות התורה והחינוך לשם ולתפארת, נאכדעם וואס גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געמאלדן אז דעי–קעמפּס וועלן ערלויבט ווערן צו עפענען.

אבער אין דער עכטער איד, אויפן דעקל שטייט יא קואמא - וואס איז לכאורה די ריכטיגע וועג צו שרייבן.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (251.09 KiB) געזען 912 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער אומקום פון די זעקס מיליאן קדושים ביים צווייטן וועלט קריג הייסט אין ענגליש "האלאקאוסט" און אין עברית "שואה". איז דא דערפאר אן אפיציעלן נאמען אין אידיש?

חורבן אייראפע?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:דער אומקום פון די זעקס מיליאן קדושים ביים צווייטן וועלט קריג הייסט אין ענגליש "האלאקאוסט" און אין עברית "שואה". איז דא דערפאר אן אפיציעלן נאמען אין אידיש?

חורבן אייראפע?

שואה איז לשון הקודש. די ציונים נוצן עס עמטליך אויפ'ן האלאקאוסט, אבער ס'איז א ריינע לשון הקודש ווארט וואס באדייט א שרעקליכע חורבן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

גרשון האט געשריבן:דער אומקום פון די זעקס מיליאן קדושים ביים צווייטן וועלט קריג הייסט אין ענגליש "האלאקאוסט" און אין עברית "שואה". איז דא דערפאר אן אפיציעלן נאמען אין אידיש?

חורבן אייראפע?

איך האב געהערט נאר "חורבן." אזוי שטייט די וויקיפעדיע אויכעט, און דער אינטערנעץ ארכיוו נעמט אריין א סך אידישע ביכער וועגן דער שואה מיט "חורבן" אין טיטל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ארגאן האט געשריבן:

וויקיפידיע רופט עס דאך יא "חורבן אייראפע"?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

גרשון האט געשריבן:

גערעכט, ס'איז טאקע אזוי:

חורבן אייראפע אדער גזירות ת"ש-תש"ה (ענגליש: האלאקאסט - Holocaust, פון א גריכיש ווארט גענצליך פארברענט; העברעיִש: שואה, חורבן און פארטיליגונג) באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין אייראפע, סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן אידן, און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם צווייטן וועלט קריג.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אגב, די אריגינעלע באדייט פאר דאס ווארט "holocaust" איז קרבן עולה וואס ווערט אינגאנצן פארברענט.

אגב דאגב, די holocaust נעמט אריין נאך א ליסטע פון פעלקער און גרופעס וואס די נאציס האבן סיסטעמאטיש אויסגעמארדעט, אריינגערעכנט איבער פינעף מילליאן ציווילע רוסן (נישט אריינגערעכנט אידן), דריי מילליאן רוסישע ארעסטאנטן, באלד צוויי מילליאן פאלאקן, א פערטל מילליאן ציגיינער, און נאך.
לעצט פארראכטן דורך חלב ישראל אום זונטאג יוני 07, 2020 9:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

צ/ק
קינדעריש אדער קינדיש ?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קינדיש (קינדעריש איז קינדיש גערעדט...)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:אגב, די אריגינעלע באדייט פאר דאס ווארט "holocaust" איז קרבן עולה וואס ווערט אינגאנצן פארברענט.

אגב דאגב, די holocaust נעמט אריין נאך א ליסטע פון פעלקער און גרופעס וואס די נאציס האבן סיסטעמאטיש אויסגעמארדעט, אריינגערעכנט איבער פינעף מילליאן ציווילע רוסן (נישט אריינגערעכנט אידן), דריי מילליאן רוסישע ארעסטאנטן, באלד צוויי מילליאן פאלאקן, א פערטל מילליאן ציגיינער, און נאך.

וואס טייטש, די גריכן פלעגן ארגינעל ניצן דאס ווארט פאר א קרבן?

מילליאן -- איז נישט מיליאן בעסער?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער איד דעילי

יהדות ניו יארק סיטי האט אויפגענומען מיט איינגעהאלטענעם אפּטימיזם און האפענונג, אז מען וועט קענען בעז"ה צוריקעפענען די מוסדות התורה והחינוך לשם ולתפארת, נאכדעם וואס גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געמאלדן אז דעי–קעמפּס וועלן ערלויבט ווערן צו עפענען.

אבער אין דער עכטער איד, אויפן דעקל שטייט יא קואמא - וואס איז לכאורה די ריכטיגע וועג צו שרייבן.

אינעווייניג שרייבן זיי יא קאומאו
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:וואס טייטש, די גריכן פלעגן ארגינעל ניצן דאס ווארט פאר א קרבן?
יא

גרשון האט געשריבן:מילליאן -- איז נישט מיליאן בעסער?
אזוי שרייבט מען אויך אין אלע אנדערע גערמאנישע שפראכן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:

אנדערע גערמאנישע שפראכן יא, אבער אידיש נישט. אידיש האט שוין פון לאנג ארויסגעשניטן אלע דאפלטע אותיות. (דאכט זיך אז די אייראפעאישע אידן ניצן יא מער דאפלטע אותיות; כ'ווייס נישט צי ס'איז א צופאל אדער ס'האט א סיבה.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מילליאן -- איז נישט מיליאן בעסער?
אזוי שרייבט מען אויך אין אלע אנדערע גערמאנישע שפראכן.

אנדערע גערמאנישע שפראכן יא, אבער אידיש נישט. אידיש האט שוין פון לאנג ארויסגעשניטן אלע דאפלטע אותיות. (דאכט זיך אז די אייראפעאישע אידן ניצן יא מער דאפלטע אותיות; כ'ווייס נישט צי ס'איז א צופאל אדער ס'האט א סיבה.)

כ'ווייס? איך בין אזוי צוגעוואוינט צו ענגליש און דייטש אז אנדערש קוקט מיר אויס מאדנע. אויך ווי ווייט איך געדענק שרייבן די בעסערע שרייבער יא דאפלט (קען זיין בהשפעה פון ענגליש), "מיליאן" גייט ביי מיר צוזאמען מיט "אין די בוזט" סארט געשרייבעכץ.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מילליאן -- איז נישט מיליאן בעסער?
אזוי שרייבט מען אויך אין אלע אנדערע גערמאנישע שפראכן.

אנדערע גערמאנישע שפראכן יא, אבער אידיש נישט. אידיש האט שוין פון לאנג ארויסגעשניטן אלע דאפלטע אותיות. (דאכט זיך אז די אייראפעאישע אידן ניצן יא מער דאפלטע אותיות; כ'ווייס נישט צי ס'איז א צופאל אדער ס'האט א סיבה.)

כ'ווייס? איך בין אזוי צוגעוואוינט צו ענגליש און דייטש אז אנדערש קוקט מיר אויס מאדנע. אויך ווי ווייט איך געדענק שרייבן די בעסערע שרייבער יא דאפלט (קען זיין בהשפעה פון ענגליש), "מיליאן" גייט ביי מיר צוזאמען מיט "אין די בוזט" סארט געשרייבעכץ.

כ'ווייס נישט וועמען דו רופט "בעסערע שרייבער", אבער שוין גאר לאנג וואס אידיש האט ארויסגעשניטן דאפלטע קאנסטאנאנטן. דאס איז סיי ביי די יידישיסטן און סיי אין חסיד'ישן אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

"אנקעטע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די ווארט 'אנקעטע' האט מען שוין אמאל דא דורכגעטוהן? אויב יא ביטע ציווייזן
דער ווארט איז א באסניאנער, ווי קומט עס צי אידיש? פארוואס איז דער דייטשער 'אומפראגע' נישט די אויפגעכאפט יודישע ווארט? לדעתי איז עס אסאך מער אידיש
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: "אנקעטע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די ווארט 'אנקעטע' האט מען שוין אמאל דא דורכגעטוהן? אויב יא ביטע ציווייזן

אנקעטע האט לכאורה געשטאמט פון רוסיש анке́та, פויליש ankieta אדער אן אנדער סלאווישער שפראך.

וויקטאנערי

איך האב צוגעלייגט א בילד פון דעם "גרויסער ווערטערבון פון דער יידישער שפראך" ביי "אנקעטע." (די ראשי תיבות "איי" אין בילד באטייט "אן אייראפעאיש לשון" און "פר" באטייט "פראנצייזיש").

בקיצור איז די סיבה פארוואס מען ניצט נישט דעם דייטשן ווארט אז אידיש איז נישט קיין דייטש!
אטעטשמענטס
גרויסער ווערטערבון פון דער יידישער שפראך

1.png (187.44 KiB) געזען 1141 מאל
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: "אנקעטע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ארגאן האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די ווארט 'אנקעטע' האט מען שוין אמאל דא דורכגעטוהן? אויב יא ביטע ציווייזן
דער ווארט איז א באסניאנער, ווי קומט עס צי אידיש? פארוואס איז דער דייטשער 'אומפראגע' נישט די אויפגעכאפט יודישע ווארט? לדעתי איז עס אסאך מער אידיש

בקיצור איז די סיבה פארוואס מען ניצט נישט דעם דייטשן ווארט אז אידיש איז נישט קיין דייטש!

'אומפראגע' האט משפחה אין אידיש. 'אנקעטע' איז ווי דו שרייבסט א באלטישער ווארט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: "אנקעטע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

עס זענען דא א סך אידישע ווערטער וואס זיי האבן געשטאמט פון סלאווישע שפראכן: טאטע, זיידע, כאטש, אא"וו.

אגב, סלאווישע שפראכן זענען נישט באלטישע שפראכן.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

vaccine

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רוב וועלן עס היינט שרייבן וואקסין, אבער ריכטיגער איז וואקצין. vaccination איז נישט וואקסינאציע, נאר וואקצינירונג, און vaccinate איז וואקצינירן.

כ'בין נייגעריג איבער'ן ווארט "אומפונג". אין דייטש איז "אימפונג" די טייטש פון vaccination, בעת vaccine איז "אימפשטאף" און vaccinate איז "אימפען".

איז דאס ווארט בכלל אמאל געהעריג אריין אין אידיש, און אויב יא, פארוואס האט זיך עס פארדרייט פון דייטש?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אימפעט האט מיט דעם?
אויב vaccinate איז "אימפען", קען זיין די אפטייטש אז די פליסיגקייט פארט אריין מיט א שטראם, דאן קען זיין אז אימפעט איז related דערצו.
אידיש גראמאטיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:38 pm

א פרואוו מיינע אויסצוקלארן די פארבינדונג צווישן גערמאניש/דייטש און אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גראמאטיק »

שוין אן ערך 500 יאר וואס אידיש האט אויפגעשטעלט א מחיצה צווישן זיין אנטוויקלונג און דעם גערמאנישן שפראך,
פון דעמאלט אן פארעמט ער זיך בעיקר אויס פון די סלאווישע שפראכן בפרט פויליש,
צום באדויער, באווייזט ער זיך ווידער מיט זיין גע'גט'ער געשטאלט זיך אריינשמאגלנדיג אין דער שפראך.

זיין צוריקקער צו דער שפראך איז געווען א משכילישע טואונג (אקט),
פארקומענדיג אינעם 19 י"ה האבן זיי עס פראבירט פארדויטשן, 'מאדערניזירן',
נאך אנהייב דעם 20 י"ה האט מען שוין געשפירט א פארוויייכונג אין דער דאזיגע טענדענץ,
מ'האט ארויסגעזארקעט פיל אומניצליכע און איבריגע ווערטער און כמעט אינגאנצן אפגעשטעלט דאס שאפן נייע דייטשמעריזמען, דאס מערהייַט נייע ווערטער האט מען גענומען טיילווייז פון דער אינטערנאציאנאלע ווארט-סיסטעם און דאס רעשטע פון לש"ק און שכנות'דיגע פעלקער.

נאך דער חורבן אייראפע ווען א טייל אידנטום האט עמיגרירט קיין אמעריקע,
האט מען פון זי (אמעריקאנער שפראך) געבארגט פיל טערמינען און באגריפן
אזוי שאפנדיג נייע ווערטער וואס האבן על פי רוב נאך נישט פארמאגט קיין ווארט צי ווערטער מיט אזא סארט באגריף אין דער שפראך.
---
וואס איך טו ארויסברענגען פון דאס אלץ:
ווי מ'שטייט היינט, טאר מען נישט שאפן קיין נייע ווערטער פון גערמאניש, חוץ:

1) ס'איז אן אלט ווארט וואס האט שוין ארויסגעפאלן פון דער כלל שפראך
און ס'געפינט זיך נישט קיין אנדער ווארט צו אילוסטרירן דעם באגריף,
אדער ס'פעלט אויס אן אנדער סינאנים, מער א פינקטלעכער, א זאפטיגער.

2) א ווארט מיטן פולן באדייט און אינערליכן באגריף פעלט סיי אין דער אינטערנאציאנאלע ווארט סיסטעם און סיי דער אמעריקאנער.

3) ווען זיין סטרוקטור פאסט זיך צו דאס בעסטן צום אידישן טעם, בעסער געזאגט: גיט צו מער אן אידישלעכן געפיל פון זיינע קאנקורענטן.

כ'האף אז מיינע ווערטער זענען געווען פאר אייך קלארע און פארשטענדליכע.

נ.ב. ווי דער באקאנטער מנהג איז דא איינגעפירט פאר די נייע איינגעשריבנע נאך מימי 'עוונות עוונותינו' :lol: לאזט זיך הערן אביסל קריטיק... (גראדע האב איך ליב קאמענטארן, אזוי לערנט מען זיך...)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א פרואוו מיינע אויסצוקלארן די פארבינדונג צווישן גערמאניש/דייטש און אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אידיש גראמאטיק האט געשריבן:שוין אן ערך 500 יאר וואס אידיש האט אויפגעשטעלט א מחיצה צווישן זיין אנטוויקלונג און דעם גערמאנישן שפראך,
פון דעמאלט אן פארעמט ער זיך בעיקר אויס פון די סלאווישע שפראכן בפרט פויליש,
צום באדויער, באווייזט ער זיך ווידער מיט זיין גע'גט'ער געשטאלט זיך אריינשמאגלנדיג אין דער שפראך.

זיין צוריקקער צו דער שפראך איז געווען א משכילישע טואונג (אקט),
פארקומענדיג אינעם 19 י"ה האבן זיי עס פראבירט פארדויטשן, 'מאדערניזירן',
נאך אנהייב דעם 20 י"ה האט מען שוין געשפירט א פארוויייכונג אין דער דאזיגע טענדענץ,
מ'האט ארויסגעזארקעט פיל אומניצליכע און איבריגע ווערטער און כמעט אינגאנצן אפגעשטעלט דאס שאפן נייע דייטשמעריזמען, דאס מערהייַט נייע ווערטער האט מען גענומען טיילווייז פון דער אינטערנאציאנאלע ווארט-סיסטעם און דאס רעשטע פון לש"ק און שכנות'דיגע פעלקער.

נאך דער חורבן אייראפע ווען א טייל אידנטום האט עמיגרירט קיין אמעריקע,
האט מען פון זי (אמעריקאנער שפראך) געבארגט פיל טערמינען און באגריפן
אזוי שאפנדיג נייע ווערטער וואס האבן על פי רוב נאך נישט פארמאגט קיין ווארט צי ווערטער מיט אזא סארט באגריף אין דער שפראך.
---
וואס איך טו ארויסברענגען פון דאס אלץ:
ווי מ'שטייט היינט, טאר מען נישט שאפן קיין נייע ווערטער פון גערמאניש, חוץ:

1) ס'איז אן אלט ווארט וואס האט שוין ארויסגעפאלן פון דער כלל שפראך
און ס'געפינט זיך נישט קיין אנדער ווארט צו אילוסטרירן דעם באגריף,
אדער ס'פעלט אויס אן אנדער סינאנים, מער א פינקטלעכער, א זאפטיגער.

2) א ווארט מיטן פולן באדייט און אינערליכן באגריף פעלט סיי אין דער אינטערנאציאנאלע ווארט סיסטעם און סיי דער אמעריקאנער.

3) ווען זיין סטרוקטור פאסט זיך צו דאס בעסטן צום אידישן טעם, בעסער געזאגט: גיט צו מער אן אידישלעכן געפיל פון זיינע קאנקורענטן.

כ'האף אז מיינע ווערטער זענען געווען פאר אייך קלארע און פארשטענדליכע.

נ.ב. ווי דער באקאנטער מנהג איז דא איינגעפירט פאר די נייע איינגעשריבנע נאך מימי 'עוונות עוונותינו' :lol: לאזט זיך הערן אביסל קריטיק... (גראדע האב איך ליב קאמענטארן, אזוי לערנט מען זיך...)

עפען א אשכול איבער דעם ענין, דיזע אשכול איז פאר וועטער, לאזונגען וכו' נישט פאר אזא פארצווייגטע נושא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

'I'm not a 'unicorn

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וויזוי זאגט מען דאס אויף יידיש?
ענטפערט נאר אויב איר ווייסט איר פונקטליכע באדייט אויף ENGLISH
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: 'I'm not a 'unicorn

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וויזוי זאגט מען דאס אויף יידיש?
ענטפערט נאר אויב איר ווייסט איר פונקטליכע באדייט אויף ENGLISH

"איך בין נישט קיין איינהארן"?
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”