וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

וויאזוי זאגט מען אויף אידיש
Torah anytime has) Bursts of inspiration)

אויספלאצונגען פון אינספיראציע?

אבער אמתדיג גערעדט, איז דא אן אמת'ע אידישע ווארט פאר inspiration? חוץ סענדער דייטש'נס ווארט "אינספיראציע"
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

באגייסטערונג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

צו געזונט האט געשריבן:באגייסטערונג

כ'האב אויך אזוי געטראכט אנהויב, אבער כ'בין מסופק
וויאזוי זאגט מען אויף איינעם ער איז א inspirational speaker
אדער inspirational quotes

א באגייסטערונג רעדנער?
באגייסטערונג ווערטער?

א רעדנער וואס באגייסטערט די צוהערער
מען ווערט ממש באגייסטערט פון זיינע מליצות

קאנסט אפשר שפילן מיט די ווערטער (איבערגענומען)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ברענגט מיך צו דער פראגע וואס איז די חילוק צווישן באגייסטערט און באצויבערט?

באגייסטערט איז נענטער צו איבערגענימען און באצויבערט איש מער אזויווי אין-שאק?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

דראמאטיש?? ?
איינער קען מיר ענטפערן?
כ'האב א ספק צווישן שפאנענד\ציענד\אטעם-פארכאפנד\וכדו'. אבער כ'דארף א טריקענעם אפטייטש, ביטע...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פלאחותיך האט געשריבן:ברענגט מיך צו דער פראגע וואס איז די חילוק צווישן באגייסטערט און באצויבערט?

באגייסטערט איז נענטער צו איבערגענימען און באצויבערט איש מער אזויווי אין-שאק?

יא גענוי.
באגייסטערט - איבערגענומען
באצויבערט - פארגאפט, געכאפט אין שאק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איסר האטלקי האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:ברענגט מיך צו דער פראגע וואס איז די חילוק צווישן באגייסטערט און באצויבערט?

באגייסטערט איז נענטער צו איבערגענימען און באצויבערט איש מער אזויווי אין-שאק?

יא גענוי.
באגייסטערט - איבערגענומען
באצויבערט - פארגאפט, געכאפט אין שאק.

ביידע זענען א לשון מושאל און אביסל מוגזם.

באגייסטערט = אזוי ווי באהערשט פון רוחות.
באצויבערט = פאר'כישופ'ט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פלאחותיך האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:באגייסטערונג

כ'האב אויך אזוי געטראכט אנהויב, אבער כ'בין מסופק
וויאזוי זאגט מען אויף איינעם ער איז א inspirational speaker
אדער inspirational quotes

א באגייסטערונג רעדנער?
באגייסטערונג ווערטער?

א באגייסטערנדער רעדנער, באגייסטערנדע ציטאטן. (אויב inspiration מיינט באגייסטערונג)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:דראמאטיש?? ?
איינער קען מיר ענטפערן?
כ'האב א ספק צווישן שפאנענד\ציענד\אטעם-פארכאפנד\וכדו'. אבער כ'דארף א טריקענעם אפטייטש, ביטע...

וואס איז דיין שאלה? וואס מיינט דראמאטיש?

"דראמע" מיינט א שוי-שפיל, און "דראמאטיש" מיינט ממש ווי לעבעדיג אראפגעשפילט.
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

מיר האבן געטייטשט 'דראמא' א גאר אנגעצויגענע טאפעדיגע מצב אויך א אמת'ע, "ווען ער איז אריינגעקומען און שטוב און אראפגעלייגט זיין רעוואלווער אויםן טיש מיט א קנאק און ארויס געוואקט, האט געהערשט א דראמא און צימער, אפשר בין איך נישט גערעכט.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

פלאחותיך האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:באגייסטערונג

כ'האב אויך אזוי געטראכט אנהויב, אבער כ'בין מסופק
וויאזוי זאגט מען אויף איינעם ער איז א inspirational speaker
אדער inspirational quotes

א באגייסטערונג רעדנער?
באגייסטערונג ווערטער?

אינספירירנדער רעדנער.
ס'האט גארנישט מיט סענדר דייטש און אינספיראציע ווערט געהעריג באנוצט דורך אידישע שרייבערס.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוי וויי טאטע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:דראמאטיש?? ?
איינער קען מיר ענטפערן?
כ'האב א ספק צווישן שפאנענד\ציענד\אטעם-פארכאפנד\וכדו'. אבער כ'דארף א טריקענעם אפטייטש, ביטע...

וואס איז דיין שאלה? וואס מיינט דראמאטיש?

"דראמע" מיינט א שוי-שפיל, און "דראמאטיש" מיינט ממש ווי לעבעדיג אראפגעשפילט.

מיר האבן געטייטשט 'דראמא' א גאר אנגעצויגענע טאפעדיגע מצב אויך א אמת'ע, "ווען ער איז אריינגעקומען און שטוב און אראפגעלייגט זיין רעוואלווער אויםן טיש מיט א קנאק און ארויס געוואקט, האט געהערשט א דראמא און צימער, אפשר בין איך נישט גערעכט.

קען זיין אז היינט ווערט דאס אזוי געניצט, אבער דאס איז געמאכט א שם דבר פון דראמאטיש נאכ'ן עס נישט ריכטיג אפטייטשן.
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

נאר וואזשע דען יא?
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:דראמאטיש?? ?
איינער קען מיר ענטפערן?
כ'האב א ספק צווישן שפאנענד\ציענד\אטעם-פארכאפנד\וכדו'. אבער כ'דארף א טריקענעם אפטייטש, ביטע...

וואס איז דיין שאלה? וואס מיינט דראמאטיש?

"דראמע" מיינט א שוי-שפיל, און "דראמאטיש" מיינט ממש ווי לעבעדיג אראפגעשפילט.

מיר האבן געטייטשט 'דראמא' א גאר אנגעצויגענע טאפעדיגע מצב אויך א אמת'ע, "ווען ער איז אריינגעקומען און שטוב און אראפגעלייגט זיין רעוואלווער אויםן טיש מיט א קנאק און ארויס געוואקט, האט געהערשט א דראמא און צימער, אפשר בין איך נישט גערעכט.

קען זיין אז היינט ווערט דאס אזוי געניצט, אבער דאס איז געמאכט א שם דבר פון דראמאטיש נאכ'ן עס נישט ריכטיג אפטייטשן.

אויב דאס אידישע ווארט "דראמאטיש" איז די גלייכע אפטייטש פון די ענגלישע ווארט dramatic
און עס ווערט אויך גענוצט אין אידיש אויפן זעלבן משמעות ווי אין ענגליש דאן איז אוי וויי טאטע יא גערעכט

אבער ס'קען זיין אזויווי אסאך אנדערע ווערטער וואס זייער אפטייטש אין אידיש ווערט גענוצט אויף אנדערע משמעות ווי אין ענגליש
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:דראמאטיש?? ?
איינער קען מיר ענטפערן?
כ'האב א ספק צווישן שפאנענד\ציענד\אטעם-פארכאפנד\וכדו'. אבער כ'דארף א טריקענעם אפטייטש, ביטע...

וואס איז דיין שאלה? וואס מיינט דראמאטיש?

"דראמע" מיינט א שוי-שפיל, און "דראמאטיש" מיינט ממש ווי לעבעדיג אראפגעשפילט.

מיר האבן געטייטשט 'דראמא' א גאר אנגעצויגענע טאפעדיגע מצב אויך א אמת'ע, "ווען ער איז אריינגעקומען און שטוב און אראפגעלייגט זיין רעוואלווער אויםן טיש מיט א קנאק און ארויס געוואקט, האט געהערשט א דראמא און צימער, אפשר בין איך נישט גערעכט.

קען זיין אז היינט ווערט דאס אזוי געניצט, אבער דאס איז געמאכט א שם דבר פון דראמאטיש נאכ'ן עס נישט ריכטיג אפטייטשן.

למעשה, דראמא איז א אידישע ווארט?
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

ווייס איך נישט פון וואו איר נעמט אז דראמא מיינט פשוט א שוי שפיל, מער ווייניגער איז עס ווי "אוי וויי טאטע" האט געשריבן, עס מיינט דייקא א דראמאטישן סצענע, ווי אויך אין ענגליש ווערט דאס אזוי פארטייטשט
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

פון מעריעם וועבסטער איז משמע אז ביידע זענען גערעכט.

dra·ma\ˈdrä-mə, ˈdra-\
noun

: a piece of writing that tells a story and is performed on a stage

: a play, movie, television show, or radio show that is about a serious subject and is not meant to make the audience laugh

: the art or activity of performing a role in a play, show, etc.
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

-c:o יישר כח פאר יעדן, כ'בין שוין מער ווייניגער קלאר.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

דאנציגער האט געשריבן:כ'וויל באמת וויסן, די ווארט קיפעלע איז יודיש אונגאריש צו גאר לשון הקודש.
מ'רופט עס ראגעלעך, און וואס איז ראגעלעך יודיש צו גאר א אנדערע שפראך.

קיפעלע קומט אפשר פון https://en.wikipedia.org/wiki/Kifli
מיין אונגארישע באבע רופט עס טאקע פ"א אן א פינטל
זעה אויך https://en.wikipedia.org/wiki/Croissant
https://he.m.wikipedia.org/wiki/קרואסון

ראגעלעך https://en.wikipedia.org/wiki/Rugelach
https://he.m.wikipedia.org/wiki/רוגלך
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

ווי אזוי זאגט מען די "לבנה" אויף אידיש?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

גוגל זאגט לעוואנע
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

משה כהן האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען די "לבנה" אויף אידיש?

viewtopic.php?f=17&t=8939

viewtopic.php?p=311293#p311293
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש די פאלגענדע ווערטער
Sea
Ocean
River
Lake
Pond
Creek
Gulf
Bay
Straight
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

בערך אזוי:
Sea - ים
Ocean - אוקעאן
River - טייך
Lake - אזערע
Pond - טייכל
Creek - קוואל
Gulf - ים-אויסגוס
Bay - ים-אויסגוס (בוכטע)
אבער באמת אין אידיש קענסטו צושטעלן איינס צו די צווייטע זינט ס'איז נישט פונקטליך אויסגעשטעלט אז יעדע סארט ים האט א באזונדערע אידישע אפטייטש

פאלגענד איז די ספעציפישע סארט וואסער-זאמלונג וואס די ענגלישע נעמען טראגן אונטער זיך

Ocean
Oceans, the largest bodies of water, cover more than two-thirds of the Earth's surface. An ocean is a vast body of salt water that surrounds a continent.

Sea
A sea is also a body of salt water, partly or completely surrounded by land, and often connected to the ocean. Seas are generally smaller than oceans.

River
A river is a large, flowing body of water that empties into a sea or an ocean. Streams, creeks, and brooks are smaller tributaries of a river.

Lake
A lake is a large body of water that is surrounded on all sides by land. Lakes are generally larger and deeper than ponds.

Pond
A pond is also surrounded on all sides by land and is typically smaller than a lake. Many lakes and ponds are human-made.

Lagoon
A lagoon is a shallow body of salt or brackish water along a coastal area. It is usually separated from the deeper sea by a shallow or exposed barrier beach area.

Cove
A cove is a small circular or oval inlet along a coastal area, often with a protected entrance. The water is partly enclosed by land formed by soft rock.

Fjord
A fjord is a sea inlet characterized by long, narrow cliffs bordering it on either side.

Channel
A channel is a body of water that connects two larger bodies of water and is often used for transportation and navigational purposes.

Bay
A bay is a body of water partly enclosed by land and typically smaller than a gulf. Bays generally have calmer waters than the surrounding sea areas because they are protected by the land.

פון דא https://sciencing.com/differences-betwe ... 76759.html

פון א pool רעדט ער נישט, Pool איז א באסיין. קען זיין א בעי קען מען אויך אנרופן א באסיין, ואפשר ג"כ ב'גאלף'

Straight - גלייך/גראד
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”