ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אפגערעדט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך אפגערעדט » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:13 pm

גרשון האט געשריבן:מסכת איז נאר ווען ס'איז מחובר מיט'ן נאכפאלגנדן נאמען, אדער ס'קען אויך שטיין פאר זיך: איך הייב אן די מסכת, אדער איך הייב אן די מסכתא?

אין די גמרא שטייט מסכתא אלס א ווארט פאר זיך, אבער ס'איז אראמיש

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:37 pm

אוראייניקל האט געשריבן:לכאורה איז א חילוק צו אויף לשה"ק (מלשון אריגה או מזיגה) אדער אראמיש.

דהיינו? מסתכא/מסכת שטייט ערגעץ פאר גמרא? מיינסט מיט א ה'?

@אפגערעדט, וואו שטייט מסכתא אין גמרא? (אין פרק כל כתבי שטייט "מסכתיה".)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:40 pm

גרשון האט געשריבן:@אפגערעדט, וואו שטייט מסכתא אין גמרא?

שבת ג: אמר ליה רבי חייא לרב: בר פחתי לא אמינא לך כי קאי רבי בהא מסכתא לא תשייליה במסכתא אחריתי דילמא לאו אדעתיה.

כ'מיין ס'איז דא נאך.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:43 pm

גרשון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:לכאורה איז א חילוק צו אויף לשה"ק (מלשון אריגה או מזיגה) אדער אראמיש.

דהיינו? מסתכא/מסכת שטייט ערגעץ פאר גמרא? מיינסט מיט א ה'?

לויט ווי די מפרשים זענען מסביר פשט פונעם ווארט (עי' כאן) איז די שורש א לשה"ק ווארט, ולכאורה דארף מען זאגן מסכת.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14003
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:46 pm

גרשון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:לכאורה איז א חילוק צו אויף לשה"ק (מלשון אריגה או מזיגה) אדער אראמיש.

דהיינו? מסתכא/מסכת שטייט ערגעץ פאר גמרא? מיינסט מיט א ה'?

@אפגערעדט, וואו שטייט מסכתא אין גמרא? (אין פרק כל כתבי שטייט "מסכתיה".)

שבת ג ב, כי קאי רבי בהא מסכתא לא תשייליה במסכתא אחריתי
נדרים ח א ,האומר אשכים ואשנה פרק זה אשנה מסכתא זו, נדר גדול נדר לאלקי ישראל

אין תענית י ב שטייט טאקע יא מסכת און טאקע - ווי דו האסט געזאגט - מיט א מסכת נאמען דערנאך, ואפילו במסכת דכלה.

און לגבי פאר גמרא, מסכת איז שוין גענוצט געווארן לכאורה פאר משניות אויך.
לעצט פאראכטן דורך קנאפער ידען אום מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:46 pm

נאך א מ"מ

ב"ק קב. כי לא אמרינן אין סדר למשנה בחדא מסכתא אבל בתרי מסכתות אמרינן ורב יוסף כולה נזיקין חדא מסכתא היא
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: Re:

תגובהדורך מחנך » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:47 pm

גרשון האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:שהבריות נראות יפות זו לזו, שאין עין בריה צרה בחברתה (רש"י מקץ)

אויף וואס באציהט זיך אייער תגובה?

ערגעץ איז געווען א שמועס ווי אזוי מ'זאגט אויף לשון קודש פארגינען, איז עס נישט געווען אין דעם אשכול?

אינטערסאנט אז אין עברית זאגט מען לפרגן.

ווי פארשטענדליך, גענומען פון אידיש. אזוי ווי אסאך אנדערע ווערטער. פארגעס נישט אז דאס מאמע לשון פונעם ערשטן דור ציונים איז געווען אידיש.


אזוי ווי לפספס קומט פון פארפאסען

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 05, 2021 3:50 pm

די בעסטע ווארט (אדער קורצסטע המשך פון ווערטער) פאר "מינימום" און "מאקסימום" אין לשון הקודש?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג ינואר 05, 2021 3:52 pm

לכל הפחות, לכל היותר.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג ינואר 05, 2021 3:58 pm

נא_שכל האט געשריבן:די בעסטע ווארט (אדער קורצסטע המשך פון ווערטער) פאר "מאקסימום" אין לשון הקודש?

איך בין נישט זיכער צו דאס איז וואס דו זוכסט, אבער אין היינטיגע סלענג זענען דא וואס זאגן ״גג״ (דאך) צ.ב. ״זה יעלה גג מאה שקל״, אדער ״אני אהיה שם בארבעים דקות גג״.

אוועטאר
תלישא קטנה
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך תלישא קטנה » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:38 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:די בעסטע ווארט (אדער קורצסטע המשך פון ווערטער) פאר "מאקסימום" אין לשון הקודש?

איך בין נישט זיכער צו דאס איז וואס דו זוכסט, אבער אין היינטיגע סלענג זענען דא וואס זאגן ״גג״ (דאך) צ.ב. ״זה יעלה גג מאה שקל״, אדער ״אני אהיה שם בארבעים דקות גג״.

רואה אני את דברי
ממוצע האט געשריבן:לכל הפחות, לכל היותר.

השואל בשאלתו "בלשון הקודש" ...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:40 pm

יא, איך בין נאר נישט זיכער צו יענץ איז יא לשה״ק...

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך להודות » דינסטאג ינואר 05, 2021 9:33 pm

נא_שכל האט געשריבן:די בעסטע ווארט (אדער קורצסטע המשך פון ווערטער) פאר "מינימום" און "מאקסימום" אין לשון הקודש?

פארשידענע אופנים אין אנדערע תקופות

בתורה: לא ירבה ולא ימעיט

במשנה: שיעור אתרוג הקטן... ובגדול...
אין פוחתין ואין מוסיפין

אין ספרים איז דא לשונות בערך: "לא יעלה על..." "לא יותר מ-"
בהקדמת הרמב"ם לפירוש המשנה (איבערגעטייטשט פון אראביש): לא יגיעו לעשר בשום פנים
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 05, 2021 9:49 pm

להודות האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:די בעסטע ווארט (אדער קורצסטע המשך פון ווערטער) פאר "מינימום" און "מאקסימום" אין לשון הקודש?

פארשידענע אופנים אין אנדערע תקופות

בתורה: לא ירבה ולא ימעיט

במשנה: שיעור אתרוג הקטן... ובגדול...
אין פוחתין ואין מוסיפין

אין ספרים איז דא לשונות בערך: "לא יעלה על..." "לא יותר מ-"
בהקדמת הרמב"ם לפירוש המשנה (איבערגעטייטשט פון אראביש): לא יגיעו לעשר בשום פנים

נייס ;l;p-
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג ינואר 11, 2021 5:13 pm

וואס איז ריכטיג?
מסתם
מן הסתם
מסתמא (מיט א קמץ ת' אדער פתח?)
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re:

תגובהדורך חנן » מאנטאג מארטש 08, 2021 6:23 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:לכאורה איז א חילוק צו אויף לשה"ק (מלשון אריגה או מזיגה) אדער אראמיש.

דהיינו? מסתכא/מסכת שטייט ערגעץ פאר גמרא? מיינסט מיט א ה'?

@אפגערעדט, וואו שטייט מסכתא אין גמרא? (אין פרק כל כתבי שטייט "מסכתיה".)

שבת ג ב, כי קאי רבי בהא מסכתא לא תשייליה במסכתא אחריתי
נדרים ח א ,האומר אשכים ואשנה פרק זה אשנה מסכתא זו, נדר גדול נדר לאלקי ישראל

אין תענית י ב שטייט טאקע יא מסכת און טאקע - ווי דו האסט געזאגט - מיט א מסכת נאמען דערנאך, ואפילו במסכת דכלה.

און לגבי פאר גמרא, מסכת איז שוין גענוצט געווארן לכאורה פאר משניות אויך.

שוין גארנישט אזא'ן 'קנאפער ידען'...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך חנן » מאנטאג מארטש 08, 2021 6:29 am

זאג א גוטס האט געשריבן:וואס איז ריכטיג?
מסתם
מן הסתם
מסתמא (מיט א קמץ ת' אדער פתח?)

מן הסתם איז 'מסתם' א גרייז פון 'מן הסתם', מסתמא איז 'מסתמא' ריכטיגער מיט א קמץ כזה מִסְתָּמָא, 'מסתמא' קלינגט אראמיש אין דערצייט וואס 'מן הסתם' קלינגט לשון הקודש.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג מארטש 15, 2021 6:06 pm

דורון דרשה אדער דורן?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך להודות » מאנטאג מארטש 15, 2021 7:45 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:דורון

אזוי שטייט אין גמרא בכמה מקומות
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג מארטש 15, 2021 8:33 pm

להודות האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:דורון

אזוי שטייט אין גמרא בכמה מקומות

און אין אנדערע מקומות אין די גמרא און אזוי אויך אין מדרש שטייט דורן

וויאזוי מ'שרייבט איז גוט

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך להודות » מאנטאג מארטש 15, 2021 8:39 pm

איש חמודות האט געשריבן:און אין אנדערע מקומות אין די גמרא און אזוי אויך אין מדרש שטייט דורן
וויאזוי מ'שרייבט איז גוט

וואו אין גמרא? און נאכדעם קען מען זוכן אויב עס איז אזוי אין אלע דרוקן...

איך שיהיה, און אפילו אויב ביידע זענען גוט, איז דא אן אנגענומענע וועג פון שרייבן און אזוי איז גרינגער פאר'ן ליינער.

איה"נ אז ביי א קאמפליצירטע נישט אזוי באקאנטע ווארט וואס מ'געפונט עטליכע וועגן איז אנדערש.
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג מארטש 15, 2021 9:13 pm

אחרי שובי נחמתי, אין גמרא טאקע נישט, אבער אין מדרש יא.

אוועטאר
דער יעניגער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re:

תגובהדורך דער יעניגער » דינסטאג מארטש 16, 2021 5:00 pm

שוועמל האט געשריבן:קהלת פרק א
פסוק יג: ואנטתחתלהי אזת-להבלהי, להדארוישס ואלטתולר בלחחטכאמטה, עחל כלטל-אגשסזר נחעגשעטה, תלחחחת החשלסטמטיהם; הולא עהנאיחן רטע, נטתחן אבליההים להבאנוי הטאטדטם--לחעגנוית בלוי.
קוהלת פרק ב
פסוק כו: כלהי לאאטדטם שסזטלויב לאפטנטיו, נטתחן חטכאמטה ואדחעחת ואשעהמאחטה; ואלחחויטזא נטתחן עהנאיטן לזאבסיף ואלהכאנויס, לטתות לאטויב להפאנוי הטאבליההים--גלחם-זזה הזבזל, ולראעולת רולחח.
קוהלת פרק ה
פסוק ב: כלהי בלטא החחגלוים, בלאריב עהנאיטן; ואקויל כלאסהיל, בלאריב דלאבטרהים

שטארק מוכיח פון די דערמאנטע פסוקים, רשי זאגט מלשון עיון ומחשבה. מנהג דאגה.


קוקט אויס ווי דו ביסט מעתיק א מורה נבוכים פאר רבי יהודה בן תיבון האט עס איבערגעזעצט...
שמעקטערניש? נישוין...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:17 pm

וואס איז דער חילוק פון איך \ האיך ?
לעצט פאראכטן דורך פאר'מוח'ט אום דינסטאג אפריל 13, 2021 7:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: ווי אזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש?

תגובהדורך בועז » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:20 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:.

נישט פארהאן קיין חילוק איך איז לשון מקרא, האיך לשון חכמים.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט