איי - אייער-נעכטן - בעפאר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

איי - אייער-נעכטן - בעפאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כדי ליתן ריוח בין עדר לעדר שנייד איך אהער דעם 'איי' דיסקאסיע וועלכער איז בטעות אריינגעפאלן אינעם קל-וחומר סומטאכע.

קרעזי התחיל באמתלא של מענין לענין ובאותו בנין:
וואס איז מיט די אידישע ווארט "איי"? למשל: "דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז רויט? איי, איך זעה דאך אז דאס איז גרין?!" אדער "דו זאגסט אז דו ביסט געווען אין בית מדרש שבת ביי נשמת? איי, איך האב דיר געזען אריינקומען צו די הערינג מיט נאסע פיאות?!" דער "איי" קומט ווי א צייכן אז פון דא און ווייטער קומט א תמיה אדער א פראגע. איך מיין אז אין ענגליש איז נישט דא אזא איי, נאר איינפאכע "eggs" וועלכע זענען היפש פלאך אין פארגלייך צו די אידישע "איי" וואס איז שפיציג און רונדיג...


מיללער הגיב בהוספות מילת אייער-נעכטן:
קרעזי, (דו האסט עפעס מיט די נייעס אגענטור מיט די זעלבע נאמען?) וועגן דעם אפטייטש פון די ווארט 'איי' איז כדאי צו ערווענען דעם אייער-נעכטן אז הארקאווי דערמאנט אין איינער פון זיינע אפטייטשן אויף די ווארט 'איי' BEFORE וואס שטימיט מיט דעם אייער-נעכטן/פאר-נעכטן, איך קלער נאר צו דאס האט נישט קיין שייכות מיט די 'איי' וואס דו רעדסט, כלומר 'בעפאר' האבן מיר דאך אנדערש געזעהן כנךפע"ד בדרך אפשר


בראותו כי כלתה אליו האייער ואף אחד לא ענה ולא קרא, פנה מיללער לבני היכלא:
אה, דא ביסטו זאג דעם 'איי' פון הארקאווי האסטו געזעהן, כ'פלעג האלטן איז אייער-נעכטן איז עפעס א אויפגע'באבע'רטע זאך, זעהסט מ'טאר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזיעס, מ'קען קיינמאל וויסן.


בני היכלא שמח להשיב בתקנו את תגובתו האריגינאלי:
אויף "אייער" שאלה צי "אייער" טייטשט "בעפאר" ערגעץ אנדערשוואו, איך דערמאן מיך נישט אויף די רגע, ס'איז גאנץ מעגליך אז הארקאווי מיינט טאקע נאר דעם ווארט נישט מער, אבער דער איי וואס מיר אידן נוצן ווען מ'דרייט מיטן דומן פינגער, האט נישט מיט בעפאר גארנישט לענ"ד, איי, איז אן אויסשרייענדיגע תמי' וואס טאנצט ארויף מיטן גאנצן אימפעט צום אויבערפלאך אזוי פון זיך אליינס, אן דעם וואס מ'זאל אים דארפן ארויסהעלפן ווער אימער, ונקוט כלל זה בידך, אלע ווערטער אין אלע שפראכן וואס דער גאנצער שורש התיבה באשטייט פון אן אות הגרון, ווי הוי, הה, אהה, וי, אוי, איי, ייי, יוי, וויי, אה, אהא, OH OY OO וכו', די אלע זענען אינסטינקטע אויסשרייאונגען פונעם נפש, ביי פרייד אדער ביי ווייטאג, ביי איבערראשונג אדער ביי שאק, די זעלבע געניאלע צושטעל קען געזאגט ווערן דאהי, דער איי שרייט ארויס דער אויטאמאטישע תמי', אזוי ווי זייער ווערטער האט צוטון מיט די ה' מוצאות הפה, וועגן דעם זאגט מען האט כמעט יעדע שפראך דער אם, מאם, מאמע [האסט כאטש געציילט וןיפיל ווערטער עס האט מיר גענומען צו מסביר זיין דאס פשוטע].. נאכדעם ווינדערסטו דיך אז איך זאג אז איך קען נישט שפראך, און זרח מאכט נאך חוזק, געניאל.. יא יא בני היכלא איז א נאון, אבער וויי צו אזא נאון.... במסורה איתא דהיא יתיר ו', עס קומט באמת נאן!!!


מיללער התפלא על המצאת בני היכלא כדרכו, והגיב:
סך-הכל איז דיין תגובה בני היכלא נאר נערך געווארן פעם אחת, אבער ווען נישט וואס ערבים עלי דבריך כקענדיס לחיך וואלט איך ניטאמאל באמערקט דיין אייער-מיט-צוויבל כ'מיין אייער-קוגל אפי' פעם אחת.

ס'ריזיג, געניאל איז נישט דאס ווארט!

איי וועסטו פרעגן, אזוי שנעל געסטו אויף? ניין, איך האלט נאך אלס אז 'איי' איז יא א ווארט נישט קיין אינסטינקט אדער גרימאס, אבער ווי לאנג כ'טרעף נישט קיין ראי' לדבר (הארקאווי'ס 'איי' איז נאר א זכר לדבר) זעמיר דערווייל אייניג, אתה בסברתיך אני בסברתי, זה סברתי וזה חליפתי, אבע"א היכלא איבע"א מיללער, סברא לן סברא להו.


ע"כ מאשכול הק"ו, מי שרוצה להשיב יבא הנה וישיב אי בק"ו או במה-מצינו, כל אשר ידבנו לבו.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

א פשוטע טעות, עס קומט באמת "איידער"-נעכטן, און די דל"ת איז ערגעץ אינדערמיט פארלוירען געווארן, איז עס געווארן "אייער"-נעכטן.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אלעקסיי, שלום עליכם שוין לאנג נישט געזעהן, מסתמא ביסטו געווען ביי א נסיעה מיטן בעש"ט.

יישר כוח פאר די אויפקלערונג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך בין געווען מיטן פנים אויסגעדרייט, פארענדיג אויף וועגן און שטעגן וואס א מענטשליכע פוס האט נאכנישט באטראטן, דערנאך בין איך איינגעזינקען געווארן אין א זיסען שלאף ביז יעצט, א שטייגער ווי חוני המעגל זעלבסט, זיך אויפוועקענדיג דערזעה איך מיר נעבן א פרישע קרעטשמע, מיט א נייע מאשקע, וכו' וכו', איך האף אז די בעש"ט זאל זיך אביסל דא אביסל אויפהאלטן מייחד זיין יחודים, אז איך זאל קענען אביסל זיך אונטערהאלטען דא...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלעקסיי (שלום עליכם אין א זייט) פארוואס איז שלעכט מיין פשט אויף אייער-נעכטן אז די זאלסט זיין געצווינגען משבש צו זיין אלע ספרים?
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

כך קיבלתי מפי מורי ורבותי בדקדוק הלשון
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

איך האב אויך אזוי געליינט ערגעץ, אפשר אין די מעלות, אז דער אויסדרוק ''אייער-נעכטן'' איז אריגינעל "איידער-נעכטן", און מיט דער צייט איז ארויסגעפאלן ''דער דל''ת." אבער לויט וויאזוי מיללער האט דא צוגעברענגט, אז אין "הארקאווי'ס בוך" איז איינע פון די אפטייטשן אויף דעם ווארט ''איי'' Before, איז זייער פשוט דער אייער-נעכטן, און לכאורה פעלט שוין נישט אויס די פשט'לע מיטן דל''ת.

אז מ'רעדט שוין פון דעם ווארט "בעפאר", פארוואס זאל מען עס נישט נוצן מער אפטער? על פי רוב נוצט מען היינט דעם ''פאר'' סיי פאר דעם ענגלישן for און סיי פאר דעם ענגלישן before.
''פאר דו זאגסט פאר חיים, זאג פאר משה."

פארוואס דארף מען נוצן די זעלבע ווארט פאר צוויי באזונעדערע באדייטן ווען מען האט א באזונדערע ווארט דערפאר?
פארוואס זאל מען נישט זאגן, אדער כאטש שרייבן:
"בעפאר דו זאגסט פאר חיים, זאג פאר משה."

לאמיר מאכן א דרייוו, און אנהייבן נוצן דעם ''בעפאר'' פאר ''ביפא''ר'' בלע''ז.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

בעפאר ווערט גראדע אסאך גענוצט, איינער האט שוין אפילו געהאט טענות דערקעגן.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

האפ קאזאק האט געשריבן:איך האב אויך אזוי געליינט ערגעץ, אפשר אין די מעלות, אז דער אויסדרוק ''אייער-נעכטן'' איז אריגינעל "איידער-נעכטן", און מיט דער צייט איז ארויסגעפאלן ''דער דל''ת." אבער לויט וויאזוי מיללער האט דא צוגעברענגט, אז אין "הארקאווי'ס בוך" איז איינע פון די אפטייטשן אויף דעם ווארט ''איי'' Before, איז זייער פשוט דער אייער-נעכטן, און לכאורה פעלט שוין נישט אויס די פשט'לע מיטן דל''ת.

"מעלות" האט רעכט אבער נאכנישט גענוג.
נישט "איידער נעכטן" נאר "דער טאג איידער נעכטן".
ביי די [שמוציגע] יודישיסטן איז עס נאך אין בענוץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”