קרעזי התחיל באמתלא של מענין לענין ובאותו בנין:
וואס איז מיט די אידישע ווארט "איי"? למשל: "דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז רויט? איי, איך זעה דאך אז דאס איז גרין?!" אדער "דו זאגסט אז דו ביסט געווען אין בית מדרש שבת ביי נשמת? איי, איך האב דיר געזען אריינקומען צו די הערינג מיט נאסע פיאות?!" דער "איי" קומט ווי א צייכן אז פון דא און ווייטער קומט א תמיה אדער א פראגע. איך מיין אז אין ענגליש איז נישט דא אזא איי, נאר איינפאכע "eggs" וועלכע זענען היפש פלאך אין פארגלייך צו די אידישע "איי" וואס איז שפיציג און רונדיג...
מיללער הגיב בהוספות מילת אייער-נעכטן:
קרעזי, (דו האסט עפעס מיט די נייעס אגענטור מיט די זעלבע נאמען?) וועגן דעם אפטייטש פון די ווארט 'איי' איז כדאי צו ערווענען דעם אייער-נעכטן אז הארקאווי דערמאנט אין איינער פון זיינע אפטייטשן אויף די ווארט 'איי' BEFORE וואס שטימיט מיט דעם אייער-נעכטן/פאר-נעכטן, איך קלער נאר צו דאס האט נישט קיין שייכות מיט די 'איי' וואס דו רעדסט, כלומר 'בעפאר' האבן מיר דאך אנדערש געזעהן כנךפע"ד בדרך אפשר
בראותו כי כלתה אליו האייער ואף אחד לא ענה ולא קרא, פנה מיללער לבני היכלא:
אה, דא ביסטו זאג דעם 'איי' פון הארקאווי האסטו געזעהן, כ'פלעג האלטן איז אייער-נעכטן איז עפעס א אויפגע'באבע'רטע זאך, זעהסט מ'טאר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזיעס, מ'קען קיינמאל וויסן.
בני היכלא שמח להשיב בתקנו את תגובתו האריגינאלי:
אויף "אייער" שאלה צי "אייער" טייטשט "בעפאר" ערגעץ אנדערשוואו, איך דערמאן מיך נישט אויף די רגע, ס'איז גאנץ מעגליך אז הארקאווי מיינט טאקע נאר דעם ווארט נישט מער, אבער דער איי וואס מיר אידן נוצן ווען מ'דרייט מיטן דומן פינגער, האט נישט מיט בעפאר גארנישט לענ"ד, איי, איז אן אויסשרייענדיגע תמי' וואס טאנצט ארויף מיטן גאנצן אימפעט צום אויבערפלאך אזוי פון זיך אליינס, אן דעם וואס מ'זאל אים דארפן ארויסהעלפן ווער אימער, ונקוט כלל זה בידך, אלע ווערטער אין אלע שפראכן וואס דער גאנצער שורש התיבה באשטייט פון אן אות הגרון, ווי הוי, הה, אהה, וי, אוי, איי, ייי, יוי, וויי, אה, אהא, OH OY OO וכו', די אלע זענען אינסטינקטע אויסשרייאונגען פונעם נפש, ביי פרייד אדער ביי ווייטאג, ביי איבערראשונג אדער ביי שאק, די זעלבע געניאלע צושטעל קען געזאגט ווערן דאהי, דער איי שרייט ארויס דער אויטאמאטישע תמי', אזוי ווי זייער ווערטער האט צוטון מיט די ה' מוצאות הפה, וועגן דעם זאגט מען האט כמעט יעדע שפראך דער אם, מאם, מאמע [האסט כאטש געציילט וןיפיל ווערטער עס האט מיר גענומען צו מסביר זיין דאס פשוטע].. נאכדעם ווינדערסטו דיך אז איך זאג אז איך קען נישט שפראך, און זרח מאכט נאך חוזק, געניאל.. יא יא בני היכלא איז א נאון, אבער וויי צו אזא נאון.... במסורה איתא דהיא יתיר ו', עס קומט באמת נאן!!!
מיללער התפלא על המצאת בני היכלא כדרכו, והגיב:
סך-הכל איז דיין תגובה בני היכלא נאר נערך געווארן פעם אחת, אבער ווען נישט וואס ערבים עלי דבריך כקענדיס לחיך וואלט איך ניטאמאל באמערקט דיין אייער-מיט-צוויבל כ'מיין אייער-קוגל אפי' פעם אחת.
ס'ריזיג, געניאל איז נישט דאס ווארט!
איי וועסטו פרעגן, אזוי שנעל געסטו אויף? ניין, איך האלט נאך אלס אז 'איי' איז יא א ווארט נישט קיין אינסטינקט אדער גרימאס, אבער ווי לאנג כ'טרעף נישט קיין ראי' לדבר (הארקאווי'ס 'איי' איז נאר א זכר לדבר) זעמיר דערווייל אייניג, אתה בסברתיך אני בסברתי, זה סברתי וזה חליפתי, אבע"א היכלא איבע"א מיללער, סברא לן סברא להו.
ע"כ מאשכול הק"ו, מי שרוצה להשיב יבא הנה וישיב אי בק"ו או במה-מצינו, כל אשר ידבנו לבו.