טייטש פון "בחינה"

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

טייטש פון "בחינה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס איז טייטש בחינה און וואו איז די מקור פון די ווארט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני מאמין »

נישט בוחן זיין צו ער קען?
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אין ישיבה פלעגט מען זאגען אז א פארהער-בחינה איז א זאך וואס מען ווייסט נישט.
ווייל די ווארט בחינה נוצט מען ווען מען וויל זאגען א העכערע זאך א געוויסע בחינה אבער מען ווייסט נישט די הסבר.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

בלשון בני אדם דהיום איז יאפין גערעכט.
דער אמת'ער טיישט איז אבער "אנאליז" "אונטערשייד" = דורך קוקן גרונטליך. "בוחן כליות ולב" "שאם יזכה יבחין"
די בחינות וואס אונז האבן 'מיטגעמאכט' אין חדר/ישיבה/כולל איז געוועהן "בוחן" זיין ווי אונז האבן געלערנט, וואס מיט געווענליך שטרענג אויפזיכט קען מען נישט וויסן...
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אין חסידישע ספרים ווערט גענוצט די ווארט מגדיר צו זיין צוויי זאכן וואס זענען בעצם אנדערע זאכן, אבער אין זייער מצב זענען זיי די זעלבע בחינה.
למשל לעכטיקייט אין פראקטישע מיינונג איז עס אז די זוהן שיינט איז לעכטיג. אבער רוחניות איז א 'בחינה' פון לעכטיקייט, ווייל די עולם הזה איז א 'בחינה' פון חושך, ס'איז טונקל מ'קען נישט זעהן דעם אמת, אבער רוחניות איז א 'בחינה' פון לעכטיקייט וואס שיינט אריין אין די 'חשכות' העולם הזה, אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.

א זיסע קענדי איז א בחינה פון חסדים, ווייל אין טעמים איז זיס מער חסדים, און ביטער מער גבורה, די זעלבע 'בחינה' ווי אין מידות טובות איז א גוסקייט חסד און שארפקייט גבורה ודו"ק.

יעדע זאך וואס אין 'פנימיות' איז עס די זעלבע, אפילו אין 'חיצוניות' איז עס גאר א צווייטע זאך, איז עס למעשה די זעלבע בחינה.

עס קען טאקע זיין מלשון מבחין זיין, -ווי בעאבאכטער האט שוין געשריבן- אז הגם ס'זעהט אויס גאר עפעס אנדערש, אבער ווען דו ביסט מבחין די עצם זאך, זעהסטו אז ס'איז יא די זעלבע 'בחינה'.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

בעאבאכטער האט געשריבן:בלשון בני אדם דהיום איז יאפין גערעכט.
דער אמת'ער טיישט איז אבער "אנאליז" "אונטערשייד" = דורך קוקן גרונטליך. "בוחן כליות ולב" "שאם יזכה יבחין"
די בחינות וואס אונז האבן 'מיטגעמאכט' אין חדר/ישיבה/כולל איז געוועהן "בוחן" זיין ווי אונז האבן געלערנט, וואס מיט געווענליך שטרענג אויפזיכט קען מען נישט וויסן...

וועלקאם בעק הרב בעאבאכטער,
מיין בחינה פון ישיבה איז פארשטייט זיך נאר א ווערטעל
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

יאפין האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:בלשון בני אדם דהיום איז יאפין גערעכט.
דער אמת'ער טיישט איז אבער "אנאליז" "אונטערשייד" = דורך קוקן גרונטליך. "בוחן כליות ולב" "שאם יזכה יבחין"
די בחינות וואס אונז האבן 'מיטגעמאכט' אין חדר/ישיבה/כולל איז געוועהן "בוחן" זיין ווי אונז האבן געלערנט, וואס מיט געווענליך שטרענג אויפזיכט קען מען נישט וויסן...

וועלקאם בעק הרב בעאבאכטער,
מיין בחינה פון ישיבה איז פארשטייט זיך נאר א ווערטעל

פארשטייט זיך, אבער א גוטער ביישפיל אויף 'הבחנה' בין בחינה המדובר כהיום, לבחינה הבוחן והמבחין.
נייס טו מיט יו עגען, יאפין.

האנטעך, מקרא אני אומר, ולשון חכמים אני מביא.
די "בחינות" פון די ספרים זענען די זעלבע, "הגדרה" קומט מיט "הבחנה" און די "בחינה" איז אנגעדייטעד די וואס איז 'נבחן' און 'מוגדר' געווארן.

"בחנוני בזאת" וועט אפשר זיין די נענסטע וואס איז אין באנוץ כהיום, אבל כאמור, הכל אחד הוא.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

לדעת איז בחינה מלשון אונטערזוכן, וועריפייען, מדמה זיין, צוזאמענשטעלן צוויי זאכן צו זיי זענען דומה זו לזו.

דאס איז פשט פאר א בחינה א פארהער, בוחן כליות ולב, און א בחינה וואס ווערט געברענגט אין ספרים צו מדמה זיין צוויי זאכן.
___
בעאבאכטער האקט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בעאבאכטער האט געשריבן:האנטעך, מקרא אני אומר, ולשון חכמים אני מביא.
די "בחינות" פון די ספרים זענען די זעלבע, "הגדרה" קומט מיט "הבחנה" און די "בחינה" איז אנגעדייטעד די וואס איז 'נבחן' און 'מוגדר' געווארן.
"בחנוני בזאת" וועט אפשר זיין די נענסטע וואס איז אין באנוץ כהיום, אבל כאמור, הכל אחד הוא.

הגם איך האב אויך גענוצט די ווארט מגדיר זיין, אבער למעשה איז בחינה והגדרה צוויי פארקערטע זאכן. בחינה איז די עצם הדבר וואס איז איינס ביי ביידע. משא"כ הגדרה איז ווען עס איז דא צוויי זאכן וואס זעהן אויס דומה, איז מען מגדיר יעדע איינס מיט זיין ריכטיגן הגדרה, און מ'זעהט אז יעדע זאך איז טאקע אנדערש פון די אנדערע.
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

"הגדרה" מיינט בכלל נישט די כוונה התיאורטית המשמש כהיום, דאס איז אנטוויקלט געווארן בעת'ן "מבחין" זיין און "מבדיל" זיין.
ולזה נתכווין הרב המשקיף, ודי בזה.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אין די כתבים פון גדולי ישראל צו תלמידים, פלעגט מען נוצן די מליצה:
תהיתי על קנקנו וידע להשיב בטטו"ד.

בחינה אויף א פארהער, טרעפט מען נישט אזוי.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

און וואס איז מיט 'ה' צדיק יבחן'?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”