געניאל - געניוס (Genious) - גאון - עילוי

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אלץ ווייסער, הן ולאו. ס'הייסט אזוי, 'עילוי' ניצט מען אויפן קאפ און 'גאון' ניצט מען אויף די ידיעה, אבער צי ס'ריכטיג? דאס וועל איך שוין לאזן פאר רבינו הגדול בני היכלא ובן גילו עמו ר' יענקל. יבואו העילויים והגאונים ויעלה ויצמח גאונתם בדבר הקשה הלז.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

ביידע איז א טיטל אויפן מענטש.

עילוי איז מער אויף געאייגענט פאר א יונגען גאון. א בחור'ל פון 15 יאר וועט קיינער נשט זאגן גאון.
וועט מען זאגן ער איז א עילוי.

ווען איינער איז א תלמיד חכם עצום, כאטש וואס ער האט אן עילוי'ישן קאפ, וועט מען ליבערשט באצייכענען אלס א גאון.

א זשעני, איז יעדער אויסגערופענער מושלם אין זיין פאך קען מען אויך רופן א זשעני, כאטש וואס ער איז "בעצם" נישט קיין זשעני.
למשל, 'ר' פינקי וועבער איז א זשעני אין בדחנות.
מאנא ראזענבלום איז א זשעני אין מוזיק

קיינער וועט נישט זאגן "עילוי" אויף זיי.
ווייל זיי באזיצן נישט קייו ספעציעל עילו'ישע קעפ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך בין מיט ווייסער בדעה אחת אז גאון שטימיט מיט געניוס ענדערש ווי עילוי, עילוי נוצט מען דייקא אויף תורה משא"כ גאון נוצט מען אויף יעדע חכמה אדער ארט.

אלץ-ווייסער איז א גאון און נגינה און ער פארמאגט געניאלע געדאנקען און זיי מסדר צו זיין אז עס זאל זיין ראוי להעלותם על שלחן מלכים.

בני היכלא איז שוין אלס אינג-קינד באצייכנט געווארן ווי אן עילוי דורך זיינע מלמדים, היינט זייענדיג דער אנערקענטער גאון הקרעטשמע ווייסט שוין קינד-און-קייט אז ער איז א געניאל אפי' און וועלטליכע אנלעגנהייטן.

ר' זארעך קומט אויף מיט געניאלע איידיעס ווען ס'קומט צו באדאנקען די כותבים ולבלרים אויף זייער ווערק.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מילער איז דער זשעני דקרעטשמע ב'זיין' הידיעה.
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

בין איך דער איינציגסטער וואס באמערקט אז די דייטשע דריטע טרענסעלאציע אויף געניוס זאגט "באגאבונד"?

בנוגע GENIUS און INGENIOUS, די צווייטער ווערט בעיקר באנוצט צו באצייכענען INVENTIVE, CREATIVITY, אויפטרעף און חידוש (היינו הך).

INGENIOUSNESS איז די נאון ווערסיע. א מער פאפעלערע נאון פארם איז INGENUITY.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”