ארימאן אדער ארעמאן

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

ארימאן אדער ארעמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

איך זיץ מיך זמן חירותנו אויפ'ן קאוטש און איך טרעף מיך מיט א "מאמענט באלעבאסטע" אין די הענט
מיינע אויגן זענען געפאלן אויף א ארטיקל "שלא שינו לשונם" איך פאנג אן צו ליינען און איך זעה שטיין אזוי (איך האב עס נישט פאר מיך, אבער בערך אזוי איז געשטאנען) "די אידישע שפראך האט נישט קיין כללים ס'איז נישט קיין חילוק אויב מ'שרייבט ארימאן אדער ארעמאן" איך קוק מיר אזוי אן איך קליינע נארישע שרייבער ווייסט אז די אידישע שפראך האט יא כללים און מ'קען נישט שרייבן ארעמאן...
האב איך תיכף אריינגעשריבן א אימעיל צום "מאמענט" צו זעהן אז אפשר איז די מאמענט יא גערעכט
דערווייל האב איך נישט צוריק באקומען קיין שום אימעיל און די מאמענט האט נישט געשריבן קיין שום אפאלידשי
ממילא וויל איך הערן פון אייוועלט'ס שרייבער'ס ווי אזוי שרייבט מען טאקע עני אין אידיש
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

געוואנדן צו דו שרייבסט ארים צו ארעם.

דאכצעכמער ביינונז פירט מענזיך צו שרייבן ארים.
אייביג צום פינטל...
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

מיין ערפארונג הייסט מיך שרייבן ארעם.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ארעם איז א האנט
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

פלטיאל האט געשריבן:ארעם איז א האנט

עס מיינט ארעם אויך...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

געזעהן די וואך שבת אין די עברי-טייטש פירוש אין נ"ך "ארום מאן".
אטעטשמענטס
IMG_1027.PNG
IMG_1027.PNG (26.67 KiB) געזען 5312 מאל
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

מיסטעריעז האט געשריבן:געזעהן די וואך שבת אין די עברי-טייטש פירוש אין נ"ך "ארום מאן".

פין דא איז נישט קיין ראיה ווייל איין תפילה קימט א תפילה
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ערשטנס, פון נישט פין, און קומט נישט קימט.
צווייטנס, 'איין' איז די פארצייטישע אידיש.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

איך האב א מאהל גיזוכט אין 'צאנה ראנה' פון עטליכע דרוקן, און איינער איז גיווען אנדערש ווי דער אנדערער אין אסאך זאכין.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

אין אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה:

ארעמאן און נישט ארימאן
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

עס ווענדט זיך לכאורה צו דער מענטש איז ארים אדער ארעם.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

האפ קאזאק האט געשריבן:אין אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה:

ארעמאן און נישט ארימאן

לכאורה, א. ראטה לשיטתה, א שטייגער ווי צעבראכן, צעמישט און צעווארפן, והבן.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובה דורך בראשית ברא »

משה כהן האט געשריבן:

דו מישט צוויי באזונדערע זאכן

בראשית ברא האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:
האפ קאזאק האט געשריבן:אין אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה:

ארעמאן און נישט ארימאן

לכאורה, א. ראטה לשיטתה, א שטייגער ווי צעבראכן, צעמישט און צעווארפן, והבן.

דו מישט צוויי באזונדערע זאכן

טאקע דערפראר האב איך געשריבן והבן, וויל עס איז באמת לכאורה יא איין סיבה און מהלך. זי האלט אז יעדע נעגאטיווע זאך, א חורבן, א געשעניש וכו', קומט מיט אן ע'
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

משה כהן האט געשריבן:טאקע דערפראר האב איך געשריבן והבן, וויל עס איז באמת לכאורה יא איין סיבה און מהלך. זי האלט אז יעדע נעגאטיווע זאך, א חורבן, א געשעניש וכו', קומט מיט אן ע'

ניין.

דוקא ביי די פארזילבע צע/צו וואס מען קען צולייגן צו טאט-ווערטער, צ.ב.ש. זאגן -צוזאגן, האלט זי אז ביי טאט-ווערטער וואס טוען אויף א נעגאטיווע ווירקונג, דארף מען מעג מען, אויב מ'וויל זיך קלארער אויסדריקן, שרייבן צע- אנשטאט צו-. צ.ב.ש. ברעכן -צעברעכן.

אבער נישט, אז ביי יעדן זאך-ווארט וואס איז א נעגאטיווע זאך זאל מען אריינלייגן אן ע'.

איר החלטה צו שרייבן ארעמאן, דארף זי אליינס פארענטפערן.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

האפ קאזאק האט געשריבן:

אויך נישט.

קוקט דא

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 17#p203317
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

בראשית ברא האט געשריבן:אויך נישט.

קוקט דא

viewtopic.php?p=203317#p203317

א דאנק פארן אנגעבן דעם לינק וואו נאך מ'רעדט דערפון.

אבער וואס פונקטליך האב איך נישט ריכטיג געזאגט? כ'האב געליינט דארטן, און נישט געכאפט וואס איך האב נישט גוט געשריבן.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ס'האט נישט דייקא מיט נעגעטיוו
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

אהא, ס'האט מיט צעטיילונג, ריכטיג?
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

עס האט צו טון מיט פעולה, סיי וועלכע זאך ווערט נפעל שרייבט מען צע-
א מענטש קען זיין צעטראגן ווען מען טוט אים צוטראגן א שלעכטע בשורה.

צו שרייבט מען נאר ווען מגייט, מלייגט, מטראגט צו צו עפעס (to or toward)
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

בראשית ברא האט געשריבן:ס'האט נישט דייקא מיט נעגעטיוו

לאמיר זען, ביי וואס בלייבט מען.
קיטשי זאגט זייער גוט, דו שטימסט אויך צו?
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

דא איז נאך א לינק וואו אינטעליגענט רעדט דערפון.
ער זאגט ס'האט מיט צעטיילונג, און לגבי צעשמייכלט מאכט ער א דוחק פשט, אז וויבאלד ס'איז ארויס פון מענטשנ'ס קאנטראל, איז עס אויך עפעס א צעטיילונג.

אבער וואס קיטשי זאגט, קוקט אויס ריכטיגער. מ'פארשטייט בעסער צעשמייכלט, צעשפרינגען, א.ד.ג. ווייל דער מענטש זעלבסט איז צעשמייכלט.
ס'האט מיט נפעל.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

האפ קאזאק האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:ס'האט נישט דייקא מיט נעגעטיוו

לאמיר זען, ביי וואס בלייבט מען.
קיטשי זאגט זייער גוט, דו שטימסט אויך צו?

יא
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אפטימיסט האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:ארעם איז א האנט

עס מיינט ארעם אויך...

באמת קען מען שרייבן ארעם אויך אויף ארימקייט, אבער א האנט קומט זיכער נאר מיט אן ע'. טא פארוואס שרייבן ארעם/ארעמאן ווען מען קען עס פונאנדערשיידן פון האנט דורך שרייבן איינס מיט א י' און די אנדערע מיט אן ע'?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע טינט »

קיטשי האט געשריבן:עס האט צו טון מיט פעולה, סיי וועלכע זאך ווערט נפעל שרייבט מען צע-
א מענטש קען זיין צעטראגן ווען מען טוט אים צוטראגן א שלעכטע בשורה.

צו שרייבט מען נאר ווען מגייט, מלייגט, מטראגט צו צו עפעס (to or toward)

שיינע הסברה! זעהט אויס אסאך מער ריכטיג ווי ביידע אנדערע.
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”