דארט / דארטן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

דארט / דארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

וויאזוי איז ריכטיג "דארט" צי "דארטן" צי ביידע פארעמען?
אין פארווערטס שטייט "דארטן"
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

'דארטן' גרילצט מיר פון אייביג אן, אינטערעסאנט, מיר נישט איינגעפאלן אז דארטן איז מער ריכטיג ווי זאכענעס
נאך גוט אז איך ליין נישט די פֿאָרווערטס

כאפ איך נישט וואו זיי נוצן דארט זיין דארטן און וואו דארט
אויבן אויף קוקט אויס צו זיין געוואנדן אינעם שרייבער
http://www.google.com/search?q=site%3Af ... 7%A8%D7%98
http://www.google.com/search?q=site%3Af ... 7%98%D7%9F
אדער נישט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נאכאמאל, דארט אין די פארווערטס, שרייבט מען נישט צו די זאכענעס, אטו כי רוכלא ניזל? נאר דארטן אין די ארטיקלן, איז דא צו מאל וואו עס קומט באמת אריין דארטן, און צומאל באלאנגט עס נישט.

יאך וואלט עס צעטיילט עפעס אזוי.
ווען מ'רעדט לשון יחיד, דארט אין די פארווערטס. = דארט
ווען מ'רעדט לשון רבים, דארטן אין די ארטיקלן. = דארטן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

"וויענעריש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

אויף "וויענעריש" - די וויענער דיאלעקט פון דויטש, (ווי באוואוסט האט דייטש אסך דיאלעקטן, אבער די דיאלעקט וואס הערשט אין שרייבן איז "האָכדויטש" וואס דאס הייסט די הויכע דיאלעקט פון דייטש און די דיאלעקט האט גענומען די פלאץ פון די אלע דיאלקטן וואס זענען אין דער מאדערנע תקופה (כמעט) אינטערגעגאנגען, און נאר אלטע מענטשן קענמען הערן ווי זיי ניצן עס)
זאגטמען אויך "דארטען" שטאץ דאָרט וואס מען זאגט אויף האָכדויטש, און אייביג זאגטמען דארטען.
אגב אין וויענעריש זאגטמען אויך "יאָ" אין נישט יאַ ווי אין האָכדויטש. און די סילאבאל פון קליין מאכן, וואס איז דער "ל" וואס ווערט גענוצט אין אידיש, ווערט אויך גענוצט אין וויענעריש" שטאץ "כען" אין האכדויטש, ווי למשל "מעדל" (mädl מיידל) און "שטעטל" (stätl). און נאך א פאר ענליכקייטן ווי "איך האָב", "געזאָגט" (gesogt), "וואס" (vos מיט די ענגלישע אויסלייג) (wos) און נאך איינע פון די וויכטיגע זאכן איז אז אויף וויענעריש רעדטמען מיט א "כ" ווי אויף אידיש און נישט מיט א דייטשע "כ" וואס איז אביסל ענליך צו א "ש".

אבער וואס איז די כלל אויף אידיש ווייס איך נישט
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און וואס איז 'שטאץ' אין קאפ אריין? איר ווייסט נישט אז מיר זאגן דאס אנשטאט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

סאכדעס האט געשריבן:און וואס איז 'שטאץ' אין קאפ אריין? איר ווייסט נישט אז מיר זאגן דאס אנשטאט.

ר' @סאכדעס א שיינעם דאנק פארן פארעכטן
איך האב אנגעהויבן צו ליינען און שרייבן אידיש אונגעפער מיט זיבן אכט מאנאטן צוריק, דערפאר קענען זיך מאכן ביי מיר אזעלעכע טעותים, און איך האף אז איר וועט מיר מוחל זיין.
(דאן האב איך געשריבן מיט גרעבערע גרייזן, גלייבט מיר)

נ.ב. די פארשער זענען זיך מחיה פאר אזאלאע טעותים עס העלפט זיי צו פארשן...
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

מאָזעס האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן צו ליינען און שרייבן אידיש אונגעפער מיט זיבן אכט מאנאטן צוריק

wow!
רעדן קענסטו שוין פון בעפאר?
וואס איז דיין ארגינעלער שפראך אויב מעג מען פרעגן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

די מוטערשפראך מיינע איז עברית, רעדן אידיש האב איך אייביג געקענט און מיט דער צייט בעסער און בעסער. אבער שרייבן איז א פאך פאר זיך, די יסודות'דיגע כללים האב איך געוואוסט, אבער שרייבן גוט אן גרייזן האב איך נישט געוואוסט, ס'האט מיר אייביג געגלוסט צו קענען ליינען אידיש אבער פאר א געהעריגע ארץ ישראל'דיגער איז ליינען אידיש ווי ליינען ריין דייטש. אין ישיבה האב איך פראבירט איין מאל צו ליינען און ס'איז געווען צו שווער. ביז אכט חודשים צוריק וואס איך האב אנגעהויבן ליינען מאסיוויש, מעלות, פארווערטס, און אויך דא אין פארום און איך זע ב"ה גוטע פירות.
די חלום צו קענען ליינען אידיש פאנג שוין אן צו ווערן מגושם און היינט גייט עס א סך גרינגער ווי אמאל, אל אף אז עברית איז מיר נאך אלץ גרינגער.
מיינע קינדער וועל איך געבן פון יונגערהייט אן צו ליינען אידיש כדי זיי זאלן קענען גוט רעדן און זיי זאלן האבן א רייכע וואקאבולאר, די יוגנט אין ארץ ישראל וועט ווייטער נישט קענען גוט אידיש ווייל ווער איז משוגע ווי מיר צו משקיע זיין אזוי פיל אין אזא זאך
כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוכבי לכת »

אין אלגעמיין שרייבט מען דארט. 'דארטן' איז לפי ידעתי נישט קיין באנוצטע ווארט אין שריפט.

מאזעס, מ'שרייבט אזעלכע, נישט אזעלעכע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מאָזעס האט געשריבן:די מוטערשפראך מיינע איז עברית, רעדן אידיש האב איך אייביג געקענט און מיט דער צייט בעסער און בעסער. אבער שרייבן איז א פאך פאר זיך, די יסודות'דיגע כללים האב איך געוואוסט, אבער שרייבן גוט אן גרייזן האב איך נישט געוואוסט, ס'האט מיר אייביג געגלוסט צו קענען ליינען אידיש אבער פאר א געהעריגע ארץ ישראל'דיגער איז ליינען אידיש ווי ליינען ריין דייטש. אין ישיבה האב איך פראבירט איין מאל צו ליינען און ס'איז געווען צו שווער. ביז אכט חודשים צוריק וואס איך האב אנגעהויבן ליינען מאסיוויש, מעלות, פארווערטס, און אויך דא אין פארום און איך זע ב"ה גוטע פירות.
די חלום צו קענען ליינען אידיש פאנג שוין אן צו ווערן מגושם און היינט גייט עס א סך גרינגער ווי אמאל, אל אף אז עברית איז מיר נאך אלץ גרינגער.
מיינע קינדער וועל איך געבן פון יונגערהייט אן צו ליינען אידיש כדי זיי זאלן קענען גוט רעדן און זיי זאלן האבן א רייכע וואקאבולאר, די יוגנט אין ארץ ישראל וועט ווייטער נישט קענען גוט אידיש ווייל ווער איז משוגע ווי מיר צו משקיע זיין אזוי פיל אין אזא זאך

איך מוז אייך באגריסן אויף אייער שרייבן, עס ליינט זיך פליסיג און געשמאק, ווי פון א זקן ורגיל, נישט ווי איינער וואס האט קוים א האלב יאר צוריק זיך גענומען פילעווען אין דער אידישער גראמאטיק.
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

מומחים, קומט אריין!

איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז פארהאן א ווארט ''דארטן''?
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

דארטן, אמווייניגסטנס אין מיין מיינונג, איז דער צינישער אדער שארפער ענד פון דארט. אין די צייט וואס "דארט" איז דאס ריכטיגע קען צומאל "דארטן" אריינקומען, געוואנדן אינעם קאנטעקסט.

נאכן ווארטן צען מינוט אויפן אומפאלגזאם קינד צוריקצולייגן די שפילצייג אין באקס אריין, שרייט דער טאטע: "נוו?!?! לייג עס שוין צוריק דארטן!!!"
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

דער טאטע האט געזאגט דארטן און ווען ער האט געשריגן האסטע געהערט...

ר' יוסף חיים גרינוואלד דארטן קענסטו הערן דארטן יעדער דריטער ווארט(ן)

אין אלטע ביכער זעסטו דארטן דארטן
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

האפ קאזאק האט געשריבן:מומחים, קומט אריין!

איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז פארהאן א ווארט ''דארטן''?


איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז נישט פארהאן א ווארט "דארטן"?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נוצט מען עס אמאל ביים שרייבן?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

מגיה האט געשריבן:
האפ קאזאק האט געשריבן:מומחים, קומט אריין!

איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז פארהאן א ווארט ''דארטן''?


איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז נישט פארהאן א ווארט "דארטן"?

דא אינעם לויף פונעם אשכול זענען געווען עטליכע וואס האבן עס געוואלט אוועקמאכן, אבער ס'איז אונז א געווינס צו הערן די מיינונג פון אזא מומחה ווי אייך .

די שאלה איז, איז דא אין דעם א כלל ווען מ'זאל נוצן 'דארט' און ווען 'דארטן'?
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נאר ווען מ'דארף א גראם פאר בארטן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: דארט / דארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
זשוליאנע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:00 pm

Re: דארט / דארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשוליאנע »

מאָזעס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:29 am
וויאזוי איז ריכטיג "דארט" צי "דארטן" צי ביידע פארעמען?
אין פארווערטס שטייט "דארטן"
גרשון האט געשריבן ערגעץ אז דארט און דארטן איז דער זעלבער באדייט. נאר עס איז א מחלוקה וויאזוי מען דארף אויסלייגן דאס ווארט. פונקטליך וואס די מחלוקת איז ווייס איך נישט (אפשר וועגן דאטיוו?).

און אז מען רעדט שוין יא, וויאזוי דארף איך שרייבן, ביידע איז/זענען דער זעלבער באדייט?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דארט / דארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'איז א שפילעריי וואס שרייבערס גלייכן צו ניצן און מגיהים אראפצונעמען.
(כאטשיג דא קען מען זיך אויסגעבן - וויפיל מ'לאזט - , ווייל דער שרייבער זעט נישט צוריק זיין ארבעט נאכדעם וואס דער מגיה האט עס פארפינקטליכט לפי דעתו הרחבה. און אסאך שרייבערס גלייכן נישט צו זען זייער ארבעט נאכדעם וואס ס'איז שוין געדרוקט... ואת הנעשה אין להשיב... @הלבלר בקולמסו דו פארשטייסט פון וואס איך רעד?).
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”