אידיש גראמאטיק

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

אידיש גראמאטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

כהאף בקרוב דא אריין צושרייבן וויכטיגע און נוצבארע יסודות וועלכע וועלן מיטן אייבערשטענס הילץ קענען ארויף ברענעגן אייערע ארטיקלן און געשרייבאכטץ אויף א העכערן סטאנדארט.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אינטערעסאנט
טערעסאנט
אינטרעסטינג
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ווען לייגט מען צו א 'ע' פארן 'ן' צום סוף פון א ווארט?
אין דער אויסשפראך פון דעם אונגאריש-גאליציאנער אידיש דערקענט מען כמעט נישט קיין חילוק צווישן דער נאכזילבע 'ן' ווי מאכ'ן און דער נאכזילבע –ען ווי קומ'ען, אינ'אמת'ן איז לכתחילה געווען בלויז די נאכזילבע –ען ווי מען זעט אין אלטע אידישע ביכער א שטייגער ווי צאינה וראינה, שטיין "מאכען". און דער אויסשפראך פון פויליש-ליטוויש אידיש רעדענדע האט זיך אבער מיט די יארן געשאפן צוויי באזונדערע נאכזילבעס מיט אן אנדערן קלאנג (זי לייגן א דגוש אויפן 'ע' ביי "קומען", בעת ביי "מאכן" כאפט מען אריין דעם "ן".) אין שריפטליכן אידיש איז היינט אנגענומען דער כלל, אפילו ביי אונגאריש-גאליציאנער שרייבערס.
דער כלל איז באזירט אויף דעם אות/יות וואס קומט הארט פאר דער נאכזילבע.
אויב דער אות פאר דעם 'ן' איז איינער פון די פאלגענדע אותיות, לייגט מען צו די נאכזילבע –ען:
מ
ביישפילן:
צוזאמען פלוימען
קומען נעמען
נ
ביישפילן:
וואוינען רינען
שפאנען ברענען
נג
ביישפילן:
אנפאנגען ברענגען
זינגען געזאנגען
נק
ביישפילן:
שענקען זינקען
דאנקען בענקען
ל
[b]ווען דער אות פאר דעם 'ן' איז א 'ל', איז דער כלל געוואנדן לויט דעם אות וואס קומט פאר דעם 'ל'.
[b]וואקאל –ל
[/b][/b]
אויב דער אות פאר דעם 'ל' איז א וואקאל, לייגט מען נישט צו קיין 'ע'.
ביישפילן: (דער וואקאל פאר דעם 'ל' איז אונטערגעשטראכן.)
מאלן
שפילן
קוועלן
טיילן
קוילן

קאנסאנאנט-ל
אויב דער אות פאר דעם 'ל' איז א קאנסאנאנט, לייגט מען צו אן 'ע'
ביישפילן: (דער קאנסאנאנט פאר דעם 'ל' איז אונטערגעשטראכן.)
מאנדלען
הימלען
ביגלען
ווערטלען
ווען דער אות פאר דעם 'ן' איז סיי וועלכער אנדער אות אויסער די אויבענדערמאנטע, לייגט מען נישט צו קיין 'ע'.
ביישיפילן
רייבן
זיגן
לערן
רייזן
שטופן

אויסנאם
אן אויסנאם איז ווען דאס אריגינעלע שורש ווארט קומט לכתחילה מיט אן 'ע' צום סוף. דאן לאזט מען אלעמאל דעם 'ע' פאר דעם 'ן', אפילו ווען עס שטימט נישט לויט די פריערדערמאנטע כללים.
ביישפילן:
איך מוטשע – איך וועל מוטשען
איך שעפשע – איך וועל שעפשען
איך בלאנדזשע – איך וועל בלאנדזשען
איך זרק'ע ארויס – איך וועל ארויס'זרק'ען
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פיטום האט געשריבן:כהאף בקרוב דא אריין צושרייבן וויכטיגע און נוצבארע יסודות וועלכע וועלן מיטן אייבערשטענס הילץ קענען ארויף ברענעגן אייערע ארטיקלן און געשרייבאכטץ אויף א העכערן סטאנדארט.

קודם טשעק דיין ספעלינג....
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

איך האב געווילט ווייזן ווי אזוי מען קוקט אויס פאר דעם און וויאזוי מיר וועלן אלע אויסקוקן נאכדעם.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פיטום האט געשריבן:כהאף בקרוב דא אריין צושרייבן וויכטיגע און נוצבארע יסודות וועלכע וועלן מיטן אייבערשטענס הילץ קענען ארויף ברענעגן אייערע ארטיקלן און געשרייבאכטץ אויף א העכערן סטאנדארט.

אפשר זאגט איר אויך פון וואנעט איר זענט מעתיק? דאס קומט פון ראטה'ס "אידיש ווערטער אוצר"
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מיללער האט געשריבן:

אפשר איז דער פיטום גאר ראטה אליין?
הנותן לשכוי בינה...
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

תרנגול האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:כהאף בקרוב דא אריין צושרייבן וויכטיגע און נוצבארע יסודות וועלכע וועלן מיטן אייבערשטענס הילץ קענען ארויף ברענעגן אייערע ארטיקלן און געשרייבאכטץ אויף א העכערן סטאנדארט.

אפשר זאגט איר אויך פון וואנעט איר זענט מעתיק? דאס קומט פון ראטה'ס "אידיש ווערטער אוצר"

אפשר איז דער פיטום גאר ראטה אליין?

אייך נישט איינגעפאלן?!
און אפילו נישט, איז א פראבלעם אויסצולערנען די עולם?
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

...
לעצט פארראכטן דורך תרנגול אום מיטוואך יוני 11, 2014 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

דוכט זיך דאס איז גאר פונעם 'הכתב והמכתב' פון אידיש שרייבן אין חדר.....

#זכרונות
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איינער פון דא איז ראטה?
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

בערקא האט געשריבן:דוכט זיך דאס איז גאר פונעם 'הכתב והמכתב' פון אידיש שרייבן אין חדר.....

#זכרונות

איז נאך דא ערגעץ צו קריגן די הכתב והמכתב (נישט די באקאנטע הכתב והמכתב אויף לשוה"ק, נאר פון ש"ש טעללער)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”