פארהוילן האט געשריבן:כ'האב אבער יא גענומען די מי און נאכגעקוקט, אויך אויף סתם "צדיק" זכאה (בראשית יח, כג), און ווידערום אין פרשת נח איש צדיק איז דער תרגום "זכאי". בין איך סתם אזוי צומישט. (אויך ליגט מיר אין קאפ לשונות פון זוה"ק "זכאה הוא מאן ד...." אזוי מיין איך)
דער תרגום נוצט די אל"ף המבורר זייער סאך אפילו ווען אין פסוק שטייט עס נישט. און דאס איז אויך די סבה וואס האט גורם געווען אז דו זאלסט עס אנקוקן אזוי אז אלע ווערטער אין ארמי ענדיגן זיך מיט א אל"ף.
זעה וואס רו"ה שרייבט אין זיין פירוש אויפן מחזור ביי כל נדרי ז"ל:
דע כי הרבוי בלשון ארמי בתיבה בלתי מבוררת הוא בו"ן (=בוי"ו נו"ן), נדרין, ואם התיבה מבוררת הנה הוא נדריא גם נדרי בדרך קצרה, כמו ימי (בראשית א' י') אפי (שמות ל"ד ל"ג), וזה ידוע למבין בל' ארמי ואין צורך להביא עליו עדים, לכן יהיה טעם כל נדרי ואסרי וכו', כל הנדרים והאסרים והחרמים וכו'.
די תרגום ימי וואס ער ברענגט איז אויפן ווארט ולמקוה המים קרא
ימים, וואס שטייט אין פסוק אהן א ה"א, און די ה"א גייט אריין גאנץ שווער לויט אונזער הבנה.
(כ'האב אמאל געקלערט א פשט אין דעם אז די תרגום איז לכתחילה געזאגט געווארן אויף א אופן אז עס קומט נאכן פסוק, וממילא השם כבר מבורר בפסוק, אף שמביאו בלשון תרגום. אבער עס איז פארענטפערט עס נישט אינגאנצן. ולהעיר עוד מדברי רו"ה בנמוקיו לעין הקורא פ' דברים שדקדק שצריך להיות כענקים בקמץ הקו"ף מזה שתרגם כגבריא, ונשמע מזה שהיתה דעתו שבמקום הזה לא היה המתרגם מוסיף אל"ף הבירור אם לא שכתוב כן בפסוק).
עכ"פ קענען מיר דערוויילע בלייבן ביי דעם אז זכאה איז הצדיק, כאטש דער תרגום זאגט עס צומאל אויף צדיק אהן די ה"א.
פארהוילן האט געשריבן:רב טקסט האט געשריבן:2. ביי זכאה פאלט אוועק די יו"ד נישט די אל"ף. און ממילא אויב איז די יו"ד פון זכאי ליחס, פונקט ווי דער יו"ד פון חשמונאי איז דאס א הוכחה אז די יו"ד היחס פאלט אוועק ווען עס קומט לידיעה, נאר אנשטאט דעם קומט א ה"א צום סוף (ויש לעיין על האל"ף והה"א איזו לידיעה ואיזו ליחס. אבל לענ"ד אין כאן יחס כלל וכנ"ל). און אויב אזוי אויב איז די אל"ף פון חשמונאי לידיעה וואלט געדארפט זיין חשמונאה.
איך האב טאקע געשריבן אביסל צעמישעדיג, אבער מיין כוונה איז געווען אז עס דא א חילוק ווען דער אל"ף איז צוליבן השלמה פון שורש, אדער צוליב דעם אל"ף וואס איז לידיעה. וואס געשעט אין ערשטן ציור? צו דער יו"ד פאלט אוועק - א זאך וואס ס'א חידוש צו זאגן, אדער דער אל"ף פאלט אוועק און ס'ווערט געטוישט אויף ה"א, כ'ווייס ניחשט זאג וויאזוי דו ווילסט, אבער א חילוק איז דאס. דאס איז געווען מיין מהלך. פארשטייט זיך עס איז בלויז סברות אן קיין האפט
ריכטיג אז עס איז יתכן, ואוסיף הסבר, אז אזוי ווי זכאי האט שוין א אל"ף השרש (לשיטתך) קען מען נישט צו לייגן נאך א אל"ף פאר די ידיעה, מוז מען מאכן דערפון זכאה, משא"כ צדיקא וואס די גאנצע אל"ף איז לידיעה (להצעתך), בלייבט עס אזוי און מען לייגט צו דער יו"ד היחס.
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז עס איז א חידוש צו זאגן אז די יו"ד פאלט אוועק, ווייס איך נישט וואס איז אזוי שווער, לשיטתך קען מען זאגן אז די יחס פון ידיעה איז נישט מיט א יו"ד נאר מיט א קמץ סוף ווארט אויפן אל"ף הידיעה. און לענ"ד אז די יו"ד איז די למ"ד השרש קען מען זיכער זאגן אז די נחי הלמ"ד באקומען א תשלום פון א יו"ד נראה (מיט א פתח אדער קמץ פארדעם, אזוי ווי עס איז ארגינאל אין דעם משקל אזוי ווי גנב) נאר ווילאנג עס איז נישט ידוע אבער בידיעה קומט א אל"ף נראה (שקרוב יותר לה"א של השרש המקורי) בניקוד קמץ, וואס די קמץ איז מורה אויפן ידיעה, נאר דא שרייבט מען עס נישט מיט א אל"ף ווייל עס איז נאך א אל"ף שרייבט מען אל"ף ה"א.
כמיין עס איז העכסט צייט פאר אונז ביידע זיך צו זעצן לערנען לשון ארמי