וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פרי'ענדיקע = די תפילה "פון צופרי"
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

יישר כח ר' קרעמער.
אינטרעסאנט ווי אזוי איך האב נישט גטראכט אויף דעם.
אלעמאל נאך וואס מ'ווייסט, מ'וואונדערט זיך, ווי אזוי איך האב נישט געוואוסט?
ישראל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

What does FRANKLY mean?

עס קוקט מיר אויס א גוטע ווארט, איך וויל עס אנהייבן נוצן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האסט שוין געהערט דעם אויסדרוק "פראנק" און פריי?

–adverb
in a frank manner; freely; candidly; openly; plainly: He presented his arguments frankly and objectively.

ביי אונז זאגט מען עס "אפן און גראב".
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

אזויווי קרעמער זאגט, זאגן איינעם אפן אין פנים עפעס וואס קען מאכן איינעם אביסל אומבאקוועם - קען זיין אפי' דער זאגער אליינס.
(Honest, especially in an manner that seems slightly blunt. (WIKI.

דער אויסדרוק "פראנק" און פריי האט אויך א שייכות?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס איז דאך היינו הך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פייש קרויז האט געשריבן:איך זוך א פירוש אויפ'ן ווארט, פארשלימערט. אויפ'ן היינטיגן אידיש.
די כוונה פון ווארט קען מען זען דא http://www.dict.cc/?s=verschlimmert&fai ... rschlimert

farshlufen האט געשריבן:אינטערעסאנט, ווייל איך וואלט געזאגט אז "פארשלימערט" אלס impaired איז גענצליך אידיש "פאר'שלימ'ערט פון לשון שלומיאל-שלומזל.

השתא דאתינא להכא קאן גאר זיין אז דער גאנצער "שלימזל" איז א פארדרייטקייט פון דויטש.

קוקענדיג דא זע איך מיין השערה אלס לכאורה ריכטיג, דאס האט מיר מתרץ געווען אסאך אלטע תמיות.

דער בלשן האט זיך געשטעלט אויפן שלימיא-ל, ער פארט גאנץ גוט אבער זיינע דמיונות ווי אזוי פון שלימזל איז געווארן "שלימיאל" איז ריינע פאנטאזיעס, לית דין צריך בושש אז ישראל קדושים נישט וועלנדיג ארויס זאגן דעם ווארט "שלימזל" אויף א איד, האבן זיי עס פארדרייט אויף א נאמען פון תנ"ך אלס לשון סגי נהור.

ווי אויך דאס אז עס האט מיט ענגלישן slim איז מיר א חידוש, ווייל מען נוצט עס נישט די זעלבע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

אין פלוג
אויף דער ווארענונג פון דער תורה "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" זאגן אונזערע חכמים ז"ל – זו המינות. אין פלוג (= לכאורה) איז דאס גאנץ אומפארשטענדלעך.
א. אין פלוג מ'שרייבט מיט א דגש אזוי אין פּלוג, אדער אן א דגש אזוי אין פלוג.
ב. פון וואנען שטאמט דאס ווארט.
ישראל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען שרייבט דאס אן א דגש (פינטעלע).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז איך געדענקט גוט האבן מיר שוין דעם ווארט באהאנדלט באריכות, קרעמער שטעל א לינק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כחך הרב מפארשלאפן יצ"ו
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

אין בית יהודה חומש פרשת בא פרק יג פסוק יג טייטשט ער דעם פסוק אזוי:
און אלע בכורים פון אן אייזל, זאלסטו אויסלייזן מיט א לעמעל, מען זאל געבן דעם כהן א לעמל, און דער בכור איז שוין מותר בהנאה צו דער ישראל, און אז דו וועסט אים נישט אויסלייזן, זאלסטו אים אפּהאקן דעם האלדז אין א קון (= האקמעסער), און אלע בכורים פון מענטשן אין דיינע זין, זאלסטו אויסלייזן.

פשטות קון מייט האקמעסער ווי אזוי איך האב געשריבן אין קלאמערן.
א. צי איך בין גערעכט?
ב. פון וואנען שטאמט דאס ווארט קון?
ישראל
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

וואס פונקטליך טייטשט מארגען.

איז עס די אפטייטש פון מחר? דאן פארוואס גריסט מען אינדערפרי א גוט מארגען, נישט א גוט היינט, און נעכטן נאכט וואלט מען געדארפט גריסן גוט מארגן? נאך מער איז די וואונדער, אז אין ענגליש, גריסט מען שוין פון צוועלף אזייגער (מידנייט), שוין גוד מארנינג, איז עס ווייל מארנינג הייסט טאקע דעם קומענדיגן טאג, דאן פארוואס אינדערפרי ביז צוועלף מיטאג האלט די גוד מארנינג נאך אן? איז מארגן א מין אנדייטונג אויף א נייעם טאג ביז מיטאג, דאן פארוואס גריסט מען ביי אונז אידן נישט גוט מארגן פון זמן מעריב און ווייטער...

גריסט מען אזוי צוליב דעם מארגנשטערן ? דאן פארוואס ווען מען רעדט פון מחר-דעם קומענדיגן טאג, באנוצט מען זיך מיטן מארגן-שטערן, דאס אנצודייטן... און דאס פארענפערט נאכנישט די גויישע ווערסיע פון גרוסן אזוי פון מיד-נייט!
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

מארגן האט צוויי באדייטונגען אדער מחר אדער פרי, (בוקר). און למעשה מען קען זאגן אנשטאט מארגן אין דער פרי, מארגן אין דער מארגן, אבער דער זאץ קען צעטומעלן, דעריבער מען זאגט כדלעיל.
און מארגנשטערן איז עלות השחר.
די גויים גריסן פון מיטן נאכט, ווייל אין אונזער צייט לויט דעם גויאישן דאטונג דער קומענידיקער טאג הייבט זיך און פון חצות, פון 1.00 א זייגער הייב זיך אן דעם נייען טאג. און זיי ווילן ווייזן אז דער אנדערע טאג האט זיך אנגעהויבן שוין.
ישראל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער ריכטיגער טייטש פון 'מארגן' איז בוקר, ועל שם דעם זאגט מען בל' מושאל אויף 'מחר' אויך מארגן, ווייל עס ברויך אויפשיינען דער פרי-מארגן אז דער קומענדיגער טאג זאל אנקומען, ולפי"ז וועלן אלע דיינע קשיות פארענטפערט ווערן הרב פרייליכער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב פריילעכערהייט, ערשטנס "מארגן" איז הן א דער מארגענדידער טאג און הן דער פרי-מארגן, און מען טאקע קען אויך זאגן Yestermorning דאס הייסט נעכטן אינדערפרי.

לגבי ווען דער מארגן הויבט זיך אן, לויטן מזרחי די וואך אויפן פסוק בין הערבים אז עס איז דא צוויי ערב'ס וכו' והדברים ארוכים למדי, וואלט איך געזאגט די זעלבע אויפן "מארגן" ובכן איז דער לילה הולך אחר היום גארנישט משנה נאר דער מארגן הויבט זיך אן פרי-פארטאגס דאס הייסט מיט-נאכט. ודו"ק
---
מיללער האט מיך מקדים געווען.

רבי, מיינסט צו זאגן אז בשרשו איז עס מושאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא אוודאי היינט איז מארגן א צוויידייטיגער ווארט, אבער משרשו איז דאס מושאל.

און איך בין כמעט זיכער אז מ'האמיר שוין געשמועסט דערוועגן, די זעלבע ווי 'נעכטן' וועלכע איז מל' 'נאכט' און 'נעכטיגען' דאס הייסט אז עס האט שוין 'גענעכטיגט' זינט די זאך איז פארגעקומען.
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

אין בית יהודה במדבר פרק א פסוק נב טייטשט ער אויף דעם פסוק ואיש על דגלו: און איטלעכער מענשט זאל רוען ביי זיין באניר (= פאן)

פון וואנען שטאמט דאס ווארט באניר.
ישראל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב ישראל, ביינונז און אמעריקא זאגט מען אויף ענגליש א "בעננער", אויף דייטש זאגט מען אויך די זעלבע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

ר' פארשלאפענער, א גרויסער ישר כח, איך האב נעכטן געזוכט דאס ווארט אין ווערטערבוך גרמנית-עברית אין א ווארט מיט איין N, אזוי BANER, און יעצט דו האסט געשריבן מיט צוויי נונס, איך געזוכט אין BANNER, און איך האב געפונען.
אויך אין ענגליש איך האט געפונען דאס ווארט מיט צוויי N.

למעשה אויף דיישט ס'דא דריי ווערטער פאר פאן. א. FAFNE. ב. FLAGGE. ג. BANNER. איך ווייס נישט וואס איז דער חילוק צווישן זיי.

אין ענגליש ס'דא צוויי ווערטער צו פאן. א. BANNER. ב. FLAG. וואס איז דער חילוק אין ענגליש צווישן זיי?
ישראל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישראל,
אויף ענגליש איז דער חילוק געווענליך, אז א 'פלעג' איז א 'דגל' דייקא אויפן אויפן פון א 'פאן' דאס הייסט איין שטעקן האךט דאס אויפדערזייט, און א 'בענער' איז מער ווי א 'שילד' אדער ווי מען רופט דאס א 'סיין'.
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

דער שאלה איז ביי יידן אין מדבר, יעדער שבט האט געהאט א פאן, דער פשט איז אז יעדער שבט האט געהאנגען א פאן מיט א שטעקן אינדרויסן, אדער דאס איז געווען ווי א צייכן צו יעדרערן. דהיינו אז יעדער שבט האט געוואוסט אז זיין צייכן איז א לייב אדער א שלאנג אדער אנדערע סימנים, אבער זיי האבן נישט געהאנגען דאס בפרהסיה.
קען זיי אז זיי האבן געמאלט און אויסגעקראצט אויף זייערע כלים, ווי איז געווען א מאל א פירעכץ אזוי.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

אין קיצור שולחן ערוך יידיש הלכות שבת שטייט:
ווען עס איז פארגאסן אביסל משקה אויף דעם טיש, טאר מען אפילו מיט דעם פינגער נישט שרייבן אדער מאכן א נימעלעכץ.

וואס מיינט נימעלעכץ.
ישראל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה צ"ל "גימעלעכץ" מיט א גימ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”