וואס באדייט די ווארט?
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
Re: וואס באדייט די ווארט?
נעפל = fog; פארנעפלט = foggy.
מיט בענקשאפט מיינט עס מסתמא א פארגלייזטן בליק ווי אין חלל אריין, נישט צו א דירעקטן פונקט און מיט א קלארער וויזיע. מיט אינפארמאציע איז עס אומקלארע אינפארמאציע שטיקער, ווי @זאג א גוטס שרייבט.

ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
Re: וואס באדייט די ווארט?
"פעראיינגעלסט זיך"?
(אימיצער האט געטייטשט "תהפך לאמריקאית/Americanized". כ'ווייס נישט צי ס'איז גערעכט.)

- מיין שטעלונג
- שר חמש מאות
- תגובות: 824
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
Re: וואס באדייט די ווארט?
וואס מיינט די ווארט "ספאראדישע"?
"ספאראדישע מארדן".
"ספאראדישע מארדן".
Re: וואס באדייט די ווארט?
מיין שטעלונג האט געשריבן:וואס מיינט די ווארט "ספאראדישע"?
"ספאראדישע מארדן".
נישט כסדר'דיג, צייטנווייז.
sporadic
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
Re: וואס באדייט די ווארט?
יהודה א. האט געשריבן:"פעראיינגעלסט זיך"?
(אימיצער האט געטייטשט "תהפך לאמריקאית/Americanized". כ'ווייס נישט צי ס'איז גערעכט.)
מעגליך, כלומר פארענגלישסט דיך. אפשר איז בעסער צו ווייזן דעם גאנצן קאנטעקסט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
-
- שר האלף
- תגובות: 1745
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וואס באדייט די ווארט?
גרשון האט געשריבן:מיין שטעלונג האט געשריבן:וואס מיינט די ווארט "ספאראדישע"?
"ספאראדישע מארדן".
נישט כסדר'דיג, צייטנווייז.
sporadic
האט דאס מיטן ענגלישן separate?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי
-
- שר חמישים
- תגובות: 56
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm
Re: וואס באדייט די ווארט?
געגנשטאנד באדייט א הארטע ממשות'דיגע זאך
כ'קלער אז די מקור דערפון איז א צאמשטעל פון די צוויי ווערטער קעגן-שטאנד, דהיינו ס'לאזט נישט אדורך
כ'קלער אז די מקור דערפון איז א צאמשטעל פון די צוויי ווערטער קעגן-שטאנד, דהיינו ס'לאזט נישט אדורך
Re: וואס באדייט די ווארט?
מ'האט לעצטנס גערעדט דא איבער אנטריסטונג. דאס ווארט איז אנריסטונג אדער אנטריסונג?
איך קען אויך נישט טרעפן פון וואו דאס ווארט קומט. איך זע עס נישט אין דייטש, און נישט אין די אידישע ווערטערביכער.
איך קען אויך נישט טרעפן פון וואו דאס ווארט קומט. איך זע עס נישט אין דייטש, און נישט אין די אידישע ווערטערביכער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
- קלאָצקאָפּ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7258
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9134
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: וואס באדייט די ווארט?
גרשון האט געשריבן:מ'האט לעצטנס גערעדט דא איבער אנטריסטונג. דאס ווארט איז אנריסטונג אדער אנטריסונג?
איך קען אויך נישט טרעפן פון וואו דאס ווארט קומט. איך זע עס נישט אין דייטש, און נישט אין די אידישע ווערטערביכער.
מנהג העולם צו שרייבן אנטריסטונג.
- קלאָצקאָפּ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7258
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: וואס באדייט די ווארט?
זע איך אז מרת ראטה שרייבט אויך אזוי.
זי האט דארט "אנטריסטעט" אויך, כ'האב עס נאך קיינמאל געהערט/געזען נוצן.

מקום חותם הבד"ץ
Re: וואס באדייט די ווארט?
"דוד דער שאוולייצער איז געשטארבן". וואס מיינט "שאוולייצער"?
- מיין שטעלונג
- שר חמש מאות
- תגובות: 824
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
Re: וואס באדייט די ווארט?
וואס איז דער מקור פון די ווארט "ווידערשפעניג"?
אין דייטש זאגט מען 'ווידערשפענסטיג'. (widerspenstig).
דאס ווארט 'ווידער' האט צוויי באדייטן.
1) נאכאמאל. "ווידעראמאל".
2) קעגן. "ווידערווילן", "ווידעראום".
אין דייטש שרייבט מען דאס ערשטע "wider" און דאס צווייטע "wieder" און דעם לעצטן ליינט מען אויס מיט א טיפערן חיריק, אזוי ווי די חי' אדער משפחה נאמען "ווידער".
דאס ווארט 'שפענסטיג' מיינט "שפאנונג".
דאס ווארט 'שפאנונג' אין ענגליש טייטשט זיך אויף Tension.
"דער עולם שטייט געשפאנט צו זעהן די ענדע פון די שפיל".
"עס האט זיך געשאפן א שטיקל שפאנונג צווישן די צוויי חצרות".
אלזא, דער באדייט פון "ווידערשפענסטיג" דארף מיינען אזוי. דו האסט מיך עפעס געהייסן טוהן, אבער איך בין ווידערשפעניג. אנשטאט ענטפערן דיין באפעל מיט אונטערטעניגקייט ענטפער איך מיט שפאנונג, מיט אן אנגעצויגנקייט, איך פאלג נישט. איך געב צוריק שפאנונג צו דיין באפעל. א קאנטער-שפאנונג. א ווידער-שפאנונג. ווידערשפעניגונג.

viewtopic.php?p=2512181#p2512181
אין דער לינק האב איך געברענגט א אלטע שפריכווארט אז "לינו פה איז ווערט א פלוי". דער שפריכווארט באדייט אז ווען די שרי בלק זענען דאס ערשטע מאל געקומען צו בלעם האט ער זיי אפגעשטופט און גע'ענטפערט "לינו פה הלילה" און איך וועל ענק מארגען ענטפערן, און עס האט זיך טאקע גארנישט אויס געלאזט דערפון, איז דערפאר ווען איינער זאגט דיר "מארגען" ווייסטו שוין אז ס'קען זיין אז עס וועט זיך מיט גארנישט אויס לאזען, און פון דא נעמט זיך דער שפריכווארט אז "לינו פה איז ווערט א פלוי", און "פלוי" מיינט אז עס איז גארנישט ווערט.
אבער היות אין דער אידישער שפראך האב איך זיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט אזא ווארט, ווארפען מיר עס אריין אין דער אשכול צו פרעגן צו איינער ווייסט יא פינקטליך וואס מיינט דאס ווארט "פלוי"?
אין דער לינק האב איך געברענגט א אלטע שפריכווארט אז "לינו פה איז ווערט א פלוי". דער שפריכווארט באדייט אז ווען די שרי בלק זענען דאס ערשטע מאל געקומען צו בלעם האט ער זיי אפגעשטופט און גע'ענטפערט "לינו פה הלילה" און איך וועל ענק מארגען ענטפערן, און עס האט זיך טאקע גארנישט אויס געלאזט דערפון, איז דערפאר ווען איינער זאגט דיר "מארגען" ווייסטו שוין אז ס'קען זיין אז עס וועט זיך מיט גארנישט אויס לאזען, און פון דא נעמט זיך דער שפריכווארט אז "לינו פה איז ווערט א פלוי", און "פלוי" מיינט אז עס איז גארנישט ווערט.
אבער היות אין דער אידישער שפראך האב איך זיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט אזא ווארט, ווארפען מיר עס אריין אין דער אשכול צו פרעגן צו איינער ווייסט יא פינקטליך וואס מיינט דאס ווארט "פלוי"?
-
- שר האלף
- תגובות: 1745
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וואס באדייט די ווארט?
מסתם עפעס אזויווי רעטעך...
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי
Re: וואס באדייט די ווארט?
ווי אויך מוז נישט זיין אז ס'האט טאקע א באדייט, ס'קען זיין סתם אזוי א ווארט וואס מיינט נישט גארנישט וואס גראמט מיט פה.
Re: וואס באדייט די ווארט?
"נעכטן געקראגן א בריוו פון ... ער רעדט אויס פארוואס מ'זאגט ער האט געלט פערנומען". וואס מיינט צו פארנעמען געלט?
Re: וואס באדייט די ווארט?
לגבי "פלוי", דאס איז א קליינער ברי' וואס הייסט flea בלע"ז.
-
- שר האלף
- תגובות: 1745
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וואס באדייט די ווארט?
יהודה א. האט געשריבן:"נעכטן געקראגן א בריוו פון ... ער רעדט אויס פארוואס מ'זאגט ער האט געלט פערנומען". וואס מיינט צו פארנעמען געלט?
קען זיין ער רעדט זיך אויס פארוואס מ'זאגט אויף אים אז ער זיצט אויף די קאסע און נעמט געלט פאר זיך...
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי
Re: וואס באדייט די ווארט?
ש'כויח!
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 26065
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: וואס באדייט די ווארט?
וואס באדייט די ווארט "טרויערקורדע"?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.
Re: וואס באדייט די ווארט?
בארדערן. ס'איז אן עכט ווארט? מינדליך ניצט מען עס אסאך, און ס'וואלט היבש צונוץ געקומען שרייבערס אלס סינאנים.
אויף אייוועלט איז עס בלויז איינמאל געשריבן געווארן (אין דעם אשכול) -- ניין יאר צוריק.
אויף אייוועלט איז עס בלויז איינמאל געשריבן געווארן (אין דעם אשכול) -- ניין יאר צוריק.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 26065
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: וואס באדייט די ווארט?
בארדענען זאגט מען, קיינמאל עס געהערט מיט א רי"ש.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.
-
- שר האלף
- תגובות: 1745
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וואס באדייט די ווארט?
'וואויווען' המוזכר בלינק הגרשוני, איז לעצטנס געווען פאפולער אין א קלאסיפייד, געברענגט דא אין וועלטל טאקע דורך ידיד כל באי העול"ם, כבוד הרב הניק שלמעלה ממני.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי
צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט