וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 08, 2018 1:28 am

ווארשיינליך
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 08, 2018 6:12 am

צו געזונט האט געשריבן:ווארשיינליך

ווארשיינליך באדייט - אמת'דיג/ריכטיג. לדוגמה - ווארשיינליך איז דאס געווען זיין לעצטע ווערטער.... די שורש פונעם ווארט איז "וואר" - אמת/ריכטיג
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יולי 08, 2018 10:08 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ווארשיינליך

ווארשיינליך באדייט - אמת'דיג/ריכטיג. לדוגמה - ווארשיינליך איז דאס געווען זיין לעצטע ווערטער.... די שורש פונעם ווארט איז "וואר" - אמת/ריכטיג

אדער, עס שיינט צו זיין וואהר. עס זעהט אויס ריכטיג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 08, 2018 10:32 am

גאנץ ווארשיינליך אז ר' "צו געזונט" האט געמיינט צו ענטפערן אויפן פריערדיגן שואל און נישט צו פרעגן א פרישע פראגע.

איז וואר?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 08, 2018 11:04 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ווארשיינליך

ווארשיינליך באדייט - אמת'דיג/ריכטיג. לדוגמה - ווארשיינליך איז דאס געווען זיין לעצטע ווערטער.... די שורש פונעם ווארט איז "וואר" - אמת/ריכטיג

אדער, עס שיינט צו זיין וואהר. עס זעהט אויס ריכטיג.

שטאלצער ביזט גערעכט, ווארשיינליך איז נישט א זיכער'דיגע ווארט אויף אמת, ס'שיינט נאר צו זיין אזוי.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 08, 2018 11:51 am

farshlufen האט געשריבן:גאנץ ווארשיינליך אז ר' "צו געזונט" האט געמיינט צו ענטפערן אויפן פריערדיגן שואל און נישט צו פרעגן א פרישע פראגע.

איז וואר?

פארשלאפן - ווארשיינליך זענט איר מיט רעכט, אבער פארוואס טוט אייך לייד אז ס'האט זיך געשאפן א סאמעטוכע ארום דעם, ווארום וועט דאס פילייכט שאפן נוצן פאר אנדערע.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 08, 2018 11:53 am

וואס באדייט אלנפאלס? פון וואס איז דאס צוזאמעגעשטעלט?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » זונטאג יולי 08, 2018 11:56 am

וואס באדייט יעדענספאל? פון וואס איז דאס צוזאמעגעשטעלט?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 08, 2018 11:56 am

גערעכט. ווארשיינליך איז געווען אן אנטווארט אויף די פאריגע פראגע.
אלנפאלס איז צוויי ווערטער, מיט די מיינמונג פון "אין אלע פעלער", אדער אין אונזער שפראך סיי ווי סיי
בוי זיך זעלבסט

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » זונטאג יולי 08, 2018 1:15 pm

"ווארשיינליך" איז ווי מ'נוצט "לכאורה", אדער "ככל הנראה", "אלנפאלס" איז כמו "בכל אופן".
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

פייוויש בראדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

תגובהדורך פייוויש בראדער » זונטאג יולי 08, 2018 3:01 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:פערמענטן, וואס איז איינזייערן עסנווארג אויף גאר א נאטורליכען וועג וואס וועט זיך האלטן פאר גאר לאנג, א שטייגער זויער פיקל, זויער קרויט, און נאך

דעס איז טאקע די ריכטיגע ווארט אין אידיש?

ריכטיג איז, איינזייערן.
אויב שוין פערמענטן, דאן קומט עס: פערמענטירן.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

לשונות פון ריח

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יולי 08, 2018 4:03 pm

בס"ד

אויסגעקומען צו שרייבן וועגן חוש הריח, און געפינען עטליכע אייגנארטיגע ווערטער אויף ענגליש. גאנץ קאמפליצירט צו בעארבייטן אויף אידיש.

Odor, smell, scent, fragrance.

נו, דיינים מומחים, אידיש ביטע...?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 08, 2018 7:22 pm

גערוך... שמעק... די צוויי לעצטע זיינען ווארשיינליך מיט א צוגאב ווארט. צ.ב.ש. פרעגערענס איז א אנגענעמער גערוך, בשעת Scent איז א גערוך וואס צעשפרייט זיך
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:29 pm

אניליזן איז אן אידיש ווארט? מיינט עס באטראכטן?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:40 pm

אדער יא האט געשריבן:אניליזן איז אן אידיש ווארט? מיינט עס באטראכטן?


אנאליזירן, אזוי זאגט מען אין אידיש, עס מיינט "אנאליזירן". באטראכטן דער פאסירונג פון אלע אספעקטן, און אזוי ארויסנעמען דער מסקנא. מיט דיין אייגענע אפשאצונג און מיינוג אויף דער געשעהניש.
הוי מחשב...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:08 am

מחשב האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:אניליזן איז אן אידיש ווארט? מיינט עס באטראכטן?


אנאליזירן, אזוי זאגט מען אין אידיש, עס מיינט "אנאליזירן". באטראכטן דער פאסירונג פון אלע אספעקטן, און אזוי ארויסנעמען דער מסקנא. מיט דיין אייגענע אפשאצונג און מיינוג אויף דער געשעהניש.

ריכטיג אזוי זאגט מען עס אין די אידישע שפראך, אבער דאס קומט ווארשיינליך פון ענגליש פונעם ווארט analyzed
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 7:59 am

אין קורצן. א דורכדרינגליכע אפשאצונג!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:51 am

דער בעה"ב האט געגבען פאר זיינע ארבייטער אויפגאבעס צי אנאלאזירען
יעדער האט צוריק געבקענגט זיין אנאליז
און דער בעה"ב האט ציזאמגעקליבען די אנאליזען
Untitled.jpg
Untitled.jpg (37.46 KiB) געזעהן 2857 מאל

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:13 pm

ייש"כ יעדער, גוט און קלאר!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:06 pm

איז "געשטויגן" א ווארט? אדער נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
הוי מחשב...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:16 pm

"געשטויגן" איז אזוי ווי "געשטיגן". אין "מעלות" האב איך אמאל געזען אז דער אויסדרוק (נישט געשטויגן און נישט געפלויגן) קומט פון א נישט גוטן מקור. ווער ס'ווייסט מער איז מכובד צו ברענגען.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 2:14 pm

א ווארט וואס יעדער פארשטייט דארף נישט האבן קיין מקור, ניצט עס געזונטערהייט
מחשב האט געשריבן:איז "געשטויגן" א ווארט? אדער נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 4:20 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:"געשטויגן" איז אזוי ווי "געשטיגן". אין "מעלות" האב איך אמאל געזען אז דער אויסדרוק (נישט געשטויגן און נישט געפלויגן) קומט פון א נישט גוטן מקור. ווער ס'ווייסט מער איז מכובד צו ברענגען.

לכאורה מיינען זיי דאס, אז די קריסטן שרייען אז יאשקע איז געשטיגן און ארויפגעפלויגן אין הימל. אויף דעם זאגט מען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:22 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:"געשטויגן" איז אזוי ווי "געשטיגן". אין "מעלות" האב איך אמאל געזען אז דער אויסדרוק (נישט געשטויגן און נישט געפלויגן) קומט פון א נישט גוטן מקור. ווער ס'ווייסט מער איז מכובד צו ברענגען.

לכאורה מיינען זיי דאס, אז די קריסטן שרייען אז יאשקע איז געשטיגן און ארויפגעפלויגן אין הימל. אויף דעם זאגט מען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

געדענק איך אז איינע פון די צוויי גייט ארויף אויף - להבדיל אלף אלפי הבדלות - משה רבינו, און דאס קומט פון גענצליך אומגלויביגע.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

סילי פוטי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 9:03 pm

תגובהדורך סילי פוטי » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:39 pm

ווייסט איר אפשר וואס דאס מיינט "יושקע"?
מיכאל שניטצלער זינגט דאס אין זיין ברכת הבנים טעיפ,, "די טאטע מאכט א יושקע, די מאמע מאכט א קישקע, גרייט איין בשמים פישקע, שבת!"
ביזט טאקע גערעכט! אבער זיי נישט סילי...


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט