מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 06, 2008 9:20 am

'כל' אליינס, אן 'כולו אומר' באדייט אלעס, אלעס מיינט אלעס, אן קיין פשרות, נאו טשיילד לעפט ביהיינד (דער רבי ווייסט וואס מיינט ביהיינד?....) איך האב נאר צוגעלייגט דעם 'כולו אומר' אלס א לשה"ק אויסשפראך, אבער לא זה העיקר.
נאכאמאל מיין פשט, כל, אלעס עווריטינג עווריבאדי , שכן, אז אזוי ברויך זיין.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך פאברואר 06, 2008 3:10 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 06, 2008 3:19 pm

כל כולו, איז א סלענג פון די מחלוקה צו כל כולו צו כל מקצתו (תועבת ה' "כל" גבה לב וכדו') א שטייגער ווי דער ק"ו בן בנו של ק"ו, וואס מיינט בכלל נישט קיין שטערקערע ק"ו.

לא כל-שכן מיינט, איז עס דען נישט קיין כל-שכן, נא וואס איז א כל-שכן? אויף דעם ברויך מען הסבר.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך פאברואר 06, 2008 3:28 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 06, 2008 4:55 pm

על אחת, אויף דעם איינמאל וואס דער מכריח איז מחייב, כמה וכמה, אסאך אסאך מער מאל איז דער מוכרח מחויב, ודו"ק.

אגב, וואו שטייט 'רוב רובו' וואס דו דערמאנסט? מסתמא מיינסטו דעם באקאנטן 'רובא דרובא' איא?

[פאר די צוקיקער, וועגן דעם כל גבה לב, איז דא א באקאנט ווארט אויף כל המתגאה מרבה חמה, ווייל אז ער טייטשט כל גבה לב, כל כולו, נאר אויב מ'איז א גרויסער בעל-גאה, אביסל מעג מען, דאן זאגט דער אייבירשטער, ולא יעיר כל חמתו, וועל איך נישט ערוועקן דעם גאנצן חמה אבער אביסל מעג איך דאך.]
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מיטוואך פאברואר 06, 2008 6:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך פאברואר 06, 2008 5:21 pm

וואו ס'שטייט? איני יודע...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 06, 2008 6:04 pm

בני היכלא האט געשריבן:וואו ס'שטייט? איני יודע...


איני יודע מה לענות דאן.........

זאג, וואסי מיטן עאכו"כ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 06, 2008 11:21 pm

נעכטן געלערנט אין מס' מגילה די גמרא וואס באנוצט זיך מיט דעם באקאנטן אויסדריק "והלא דין הוא!" געווענטליך טייטשט מען דעם ווארט 'דין' אז דאס גייט ארויף אויף א קל-וחומר, דארט אבער ווי רש"י איז מסביר און מיט רעכט, איז דער דין א פשוט'ע מה-מצינו וואס לפי"ז האט דין גארנישט מיט קיין ק"ו.

אמאל האב איך געהערט איך געדענק נישט פון וועם, געבויעט מיט'ן באקאנטן בני יששכר'ס ווארט וואס ער ברענגט כמ"פ בשם מהרצ"ה וועגן די י"ג מדות שהתורה נדרשת אז זיי זענען מכוון קעגן די י"ג מדות של רחמים (דאכציך אז אין דעם אשכול זעלבסט איז שוין דערמאנט דאס ענין) וואס דער ערשטע מדה פון ק-ל איז קעגן די מדה פון קל וחומר, און ק-ל האט די כח מהפך זיין מדת הדין למדת הרחמים עיי"ש האט יענער געזאגט אז פארדעם זאגט אלס די גמרא אויף א ק"ו 'הלא דין הוא' ווייל עס ארבעט מיט די מדת הדין (עפעס אזוי כ'גדענק נישט בדיוק) אבער לפי הנ"ל העט יענער מוזן איבערזאגן זיין תורה ווייל ס'שטימט נישט (אויב שטעלט ער נאכאמאל צו א בארכע מיט קאטשיניא קען ער איבערזאגן די זעלבע זאך, פון מיר אויס).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 3:40 pm

איי זכרונות, זיסע זכרונות, עס טוט מיר וויי וואס דא איז געווארן, און אז ס'טוט וויי שרייבט מען.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 4:16 pm

מיללער האט געשריבן:נעכטן געלערנט אין מס' מגילה די גמרא וואס באנוצט זיך מיט דעם באקאנטן אויסדריק "והלא דין הוא!" געווענטליך טייטשט מען דעם ווארט 'דין' אז דאס גייט ארויף אויף א קל-וחומר, דארט אבער ווי רש"י איז מסביר און מיט רעכט, איז דער דין א פשוט'ע מה-מצינו וואס לפי"ז האט דין גארנישט מיט קיין ק"ו.

אמאל האב איך געהערט איך געדענק נישט פון וועם, געבויעט מיט'ן באקאנטן בני יששכר'ס ווארט וואס ער ברענגט כמ"פ בשם מהרצ"ה וועגן די י"ג מדות שהתורה נדרשת אז זיי זענען מכוון קעגן די י"ג מדות של רחמים (דאכציך אז אין דעם אשכול זעלבסט איז שוין דערמאנט דאס ענין) וואס דער ערשטע מדה פון ק-ל איז קעגן די מדה פון קל וחומר, און ק-ל האט די כח מהפך זיין מדת הדין למדת הרחמים עיי"ש האט יענער געזאגט אז פארדעם זאגט אלס די גמרא אויף א ק"ו 'הלא דין הוא' ווייל עס ארבעט מיט די מדת הדין (עפעס אזוי כ'גדענק נישט בדיוק) אבער לפי הנ"ל העט יענער מוזן איבערזאגן זיין תורה ווייל ס'שטימט נישט (אויב שטעלט ער נאכאמאל צו א בארכע מיט קאטשיניא קען ער איבערזאגן די זעלבע זאך, פון מיר אויס).


דו מיינסט אוודאי דעם בני יששכר אין מאמרים אויף ניסן מאמר ד

והנה קל וחומר נקרא דין כמו שאמרו תמיד בגמרא והלא דין הוא, והוא נגד מדה הראשונה שבי"ג מדות של רחמים היינו א"ל, והוא החסד הגמור חסד אל כל היום [תהלים נב ג], והנרצה לנו בלימוד האדם קל וחומר אפילו הוא ח"ו נתון בדין מתהפך לחסד, והוא עפ"י מה שאמר הרב הקדוש מהרד"ב זצוק"ל שביקש משה א"ל נא רפא נא לה וכו' [במדבר יב יג], והשיב לו הקב"ה למוד קל וחומר ויתעורר על ידי זה מדת א"ל, והבן.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:45 pm

מיללער האט געשריבן:
זארעכפעפער האט געשריבן:מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו.
"די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו".


די סברא איז פשוט מסברא! פשיהא אויך א מהלך.

די פשוט'ע סברא איז ביי מיר נישט אזוי פשוט, ס'קלינגט שיין ס'האט א ניגון אבער מה כל הרעש? ווייל דער מה-מצינו האט נישט קיין גראבע-פינגער מאושען מיט זיך איז ער שוואך?

פרש דבריך ר' זארעך.

(נישט וועלנדיג אריינגעשלעפט ווערן, יו אר הער טו סטעי מיי פרענד)



שוין לאנג צוריק געלייענט דעם אשכול איבער וואס איז שטערקער מה מצינו ווס. קל וחומר (איך האב געטראכט צו מיר אז די 'עקסייטמענט' פון 'פארשטיין' דעם קל וחומר איז אביסל משחד דעם מוח צו שטימען פאר קל וחומר) יעצט לערנענדיג פסחים האב איך באגעגענט א תוס' וואס זאגט קלאר אז קל וחומר איז שטערקער פון מה מצינו


פסחים דף כה ע"א תוס' ד"ה כלאי הכרם יוכיחו


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט