מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 4:50 pm

ס'פארהאן מחלוקה פון רש"י תוספות פארקערט צו א מה-הצד/צד-השווה איז געבויעט אויף א מה מצינו אדער אויף א ק"ו, ס'הייסט לויט ביידע איז דער צווייטער מלמד נאר אויפצווייזן אז די פירכא איז נישט קיין פירכא, אמער דער צווייטער האט דאך נישט דעם חומרא/קולא און דאך האט ער דעם דין אויף וועלכע מ'איז דערביי דן.

דער ריטב"א וואס די ציטירסט איז מיר גראדע אינטערעסאנט, אויב דערמאנסטו זיך דעם מקור, שעיר איט וויט מי פליז, אבער לאגיש גערעדט אז איך ווייז דיר עפעס אויף מיט א משל און א ק"ו, פון וועלכע ווערסטו מער נתפעל? פארשטייט זיך ווען קיינער פון זיי האבן נישט קיינע פירכא'ס ווייל אז יא איז דאך נישט אייניג דער פארמעסט.

איך (ווער ביסטו?) טראכט (טראכטען מעג איך דאך) אז ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ, נאר א ק"ו איז שווערער אפצופרעגן ווייל דו מוזט אפפרעגן דעם חלק החמור/קל שבו ד.ה. דאס אז דער מלמד מיט דער למד זענען נישט ענליך איז נאך נישט קיין טענה ביי א ק"ו ווייל דער עיקר איז צו דער למד איז קל אדער חמור פונעם מלמד, משא"כ ביי א מה-מצינו ווי נאר דער מלמד און למד זענען נישט ענליך (שטייציך מיט עפעס וואס האט צוטאן מיט'ן דין וואס איך וויל ארויסלענען) איז שוין נישט שייך צו דרש'ענען. אבער ווען דו האסט א ריכטיגער מה-מצינו מיט זערא פירכא ביסטו גארנישט שוואכער ווי דער מה-דאך מיט'ן ניגון אינאיינעם.

שטימט?
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 5:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 5:18 pm

סך-הכל איז דיין תגובה בני היכלא נאר נערך געווארן פעם אחת, אבער ווען נישט וואס ערבים עלי דבריך כקענדיס לחיך וואלט איך ניטאמאל באמערקט דיין אייער-מיט-צוויבל כ'מיין אייער-קוגל אפי' פעם אחת.

ס'ריזיג, געניאל איז נישט דאס ווארט!

איי וועסטו פרעגן, אזוי שנעל געסטו אויף? ניין, איך האלט נאך אלס אז 'איי' איז יא א ווארט נישט קיין אינסטינקט אדער גרימאס, אבער ווי לאנג כ'טרעף נישט קיין ראי' לדבר (הארקאווי'ס 'איי' איז נאר א זכר לדבר) זעמיר דערווייל אייניג, אתה בסברתיך אני בסברתי, זה סברתי וזה חליפתי, אבע"א היכלא איבע"א מיללער, סברא לן סברא להו.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 5:19 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 6:00 pm

איי... איי... איי... זינגט זיך מיר אזוי 'נפשיות'דיג' אונטער די נאז...
מ...מ... מ...מ... [דא ברום איך זיך אונטער. ווייסט וואס כ'מיין, יא?] אזא שיינער שמועס מיטצוהאלטן, שוין לאנג נישט געווען אזוינס!
ממ... ממ... איך הער אלעס. בני היכלא וואלט געהאט חשק איך זאל אריינקומען אין בילד, אריינשטעקן מיינע צוויי נאז לעכער... הא? אבער, ניין! דאס מאל האב איך בוחר געווען ענדערש מיטצוהאלטן, אזוי מן הצד, ווי איידער צו זיין א 'נאון' פונעם דיסקאשן. ס'סאך געשמאקער אזוי...

מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך, און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט, דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו. די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 6:08 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 6:16 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו.
"די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו".


די סברא איז פשוט מסברא! פשיהא אויך א מהלך.

די פשוט'ע סברא איז ביי מיר נישט אזוי פשוט, ס'קלינגט שיין ס'האט א ניגון אבער מה כל הרעש? ווייל דער מה-מצינו האט נישט קיין גראבע-פינגער מאושען מיט זיך איז ער שוואך?

פרש דבריך ר' זארעך.

(נישט וועלנדיג אריינגעשלעפט ווערן, יו אר הער טו סטעי מיי פרענד)

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 6:22 pm

בני היכלא, צו וואס דארפסטו דעם 'רוח הקודש'? האלב דערפון איז דער נישט גענוג? כ'מיין' דער 'רוח' סערה וואס דו האסט געבלאזן, אין דיין אויבערשטער תגובה איבער זארעכן, האט אנגעמאכט אזא האריקעין אזש איך האב עס געשפירט ביז אהער, און כ'בין באלד געקומען צו לויפן דיר מודיע זיין אז איך הער זיך אלעס אונטער...

יא, אמת רש"י דארט אין קידושין אליין זאגט עס איבער אפאר מאל, אז בנין אב איז א מה מצינו, אבער פארט איז א חילוק צו דער סברה קומט מכח א מה מצינו צי מכח א קל וחומר. פארשטייסט נישט אליין אז א קל וחומר איז א שטערקערער סברה ווי א בלויזער מה מצינו?

אגב, ביסטו זיכער אז דארט רעדט מען פון א קל וחומר. אזוי קלאפנדיג, מיין איך אז כ'אב זיך מיאוס טועה געווען, כ'מיין מ'רעדט דארט פון א היקש VS מה מצינו, נישט פון א קל וחומר. אקעי, כ'אב שוין האומווארק...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 6:35 pm

מיללער, קום אהער, זעץ זיך אנידער, און לאמעך דער מסביר זיין. אבער האלט די הענט פון אונטן, נאו מאושנ'ס היר.

קל וחומר סעמפל:
מה דאך דער קליינער פימפל-נאטער, זארעך, קען זאגן א סברה, איז דאך כל שכן וכל שכן אז דער גרויסער איש חכם ומלומד, מיללער, קען דאך אודאי און אודאי זאגן די סברה.

מה מצינו סעמפל:
נו, אז מיללער קען זאגן די סברה קען דאך בני היכלא אויך, איי [כ'ציטער כ'אב אריינגעווארפן 'אייער'... געדענקסט נאך?] פון וואנעט ווייסטו? ווער זאגט דיר דאס? ענטפערט די הייליגע רש"י (מס' שבת, ביי הוצאה והכנסה) סברא היא, ס'מסתבר אזוי צו זאגן. פארוואס? ווייל ביידע פארמאגן גוטע כשרונות, און פארוואס עפעס זאל איך זאגן דער יא און דער נישט?

נו, זאג דו מיר, וועלכע סברה האט א שטערקערן געבוי מיסודו?

און יעצט, יעמוד יעמוד מורינו ר' יענקל, עמוד אצבעותיך על קיבארדך, און זיי מיר מסביר דיין פארקערטע סברה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 9:57 pm

ברכו את זארעך המבורך,

איך זאג דיר אז ביידע האבן אן אייניגע געבוי, מיט'ן תנאי אז מיללער מיט בני היכלא זענען איידענטיקעל (פאר ארגומענט סעיק, ווייל אין פאקט איז עס כרחוק איסט מוועסט), ד.ה. אז אין פאל אז דער מה-מצינו איז געבויעט אויף אן אופן ווי דער מלמד מיט'ן למד זענען ממש ענליך אזוי ווי ווען מיללער איז מער פון זארעך ביים ק"ו, איז דער סברא אייניג שטארק (אגב, סברא נישט סברה).

ס'איז שווער צו טרעפן משלים כ'וועל פרובירן אזוי,

קל וחומר סעמפל:
מה-דאך דער אינגל מיט א סייז 4 שיך, פיט נישט אין קיין סייז 3, איז דאך א כ"ש וזיכער וודאי ק"ו ב"ב של ק"ו אז זיין ברידער וואס טראגט א סייז 5 שיך, פיט פאר שאר נישט אינעם סייז 3.

מה-מצינו סעמפל:
פונקט ווי 'דער' סייז 4 אינגל פיט נישט אינעם סייז 3, אזוי אויך (רואיג אן קיין ניגונים און מאושען'ס) דער 'אנדערער' אינגל מיט'ן סייז 4 שיך, פיט אויך נישט אין קיין סייז 3.

יעצט ישב ישב מורה מורינו ר' זארעך הושב פינגערותיך על קיבארדך און פרעג אפ די מה-מצינו מיט אזא פירכא וואס דער ק"ו וואלט מען נישט געקענט אפפרעגן.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 10:19 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:איי... איי... איי... זינגט זיך מיר אזוי 'נפשיות'דיג' אונטער די נאז...
מ...מ... מ...מ... [דא ברום איך זיך אונטער. ווייסט וואס כ'מיין, יא?] אזא שיינער שמועס מיטצוהאלטן, שוין לאנג נישט געווען אזוינס!
ממ... ממ... איך הער אלעס. בני היכלא וואלט געהאט חשק איך זאל אריינקומען אין בילד, אריינשטעקן מיינע צוויי נאז לעכער... הא? אבער, ניין! דאס מאל האב איך בוחר געווען ענדערש מיטצוהאלטן, אזוי מן הצד, ווי איידער צו זיין א 'נאון' פונעם דיסקאשן. ס'סאך געשמאקער אזוי...

מיללער, א קל וחומר איז שטערקער ווי א מה מצינו/בנין אב, אפי' אן א דעם ווי ס'דא פירכא. דאכט זיך אין קידושין ערגעץ (כ'מיין ביי די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא?) איז משמע אז אויב איז פאראן א קל וחומר ניצט מען ענדערש דעם ק"ו, נאר אויף א פאל ווי דער ק"ו איז מופרך, און דער לימוד איז א הכרח (מחמת קבלה) און א פאקט, דאן שפרינג איך בלית ברירה צום מה מצינו. די סברא איז פשוט, ווייל א קל וחומר איז א שטערקערע סברה ווי א בלויזער מה מצינו.


זארעכל, ס'אי אין קידושין, נישט דארט, נאר סאך פריער, ביי די סוגיא פון די לימודים פון "אין כסף" אין די ק"ו'ס פון יבמה.
פון די אנדערע זייט מטבע זאגט דער מהרש"א, אז א "קל וחומר" קען מען נישט מאכן, נאר וואס איז געווען מקובל ביי די "חכמים" אז מ'קען מאכן. דאס מיינט, אז נישט "לאגיק" דיקטירט, נאר די קבלה. ווידעראום ביי מה מצינו איז נישטא די רעסטריקשאן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 10:55 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2007 10:45 am

בני בני, אם חכם בני, בני א-ל חי! די סברות, ראיות, בקיאות, איז בוקע רקיעים!

למעשה, סעקיולער גערעדט, אן קיין פני יהושע'ס, ריטב"א'ס, זארעך'ס, איז א קל וחומר א 'שטערקערע' הוכחה (נישט גרינגער צו באשאפן, אדער שווערער אפצופרעגן) ווי א מה-מצינו?

וועגו מילתא דאתיא בק"ו אדער מה-מצינו צו איך זאג טרח וכתב קרא, איך געדענק נישט וואו אבער איך מיין אז ס'נישט אזוי זיכער וואס דו זאגסט ואי"ה אשנה פרק זה (קרעדיט, מנחת חינוך ביליאן מאל), אבער לגבי אין עונשין מן הדין איז דא א תוס' אנהייב ב"ק דף ב' ע"א ד"ה ולא זה פרעגט אז לכאורה פ"וו מוטשעט זיך די משנה מסביר צו זיין די פסוקים אויף אלע ד' אבות נזיקין אמער מיר ווייסן דאך סייווי אז אין עונשין מן הדין, אז מ'באמערקט רעדט מען דארט פון א מה-הצד וואס מיר האבן שוין דערמאנט די מחלוקת רש"י ותוס' ווי תוס' לערנט אז דאס איז א מה-מצינו טא וואס פרעגט תוס' אעמה"ד? זעה מיר אז ביי א מה מצינו זאגו מען אויך אעמה"ד.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 10:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 9:55 am

בני היכלא האט געשריבן:די שאלה איז אבער, וואס א מה מצינו מיינט באמת, ס'איז א מחלוקת הראשונים, צי א מה מצינו איז א בנין אב אדער א נייע אופן של דרש, דאכט זיך די ריטב"א טענה'ט אז א בנין אב ארבעט נאר ווען מ'בויעט עפעס אויף פון א מה הצד דאס טייטשט פון צוויי פלעצער, דאס טייטשט א בנין, אזוי ווי מ'לייגט ציגעל איינס אויף צוויי אזוי בויעט מען. משא"כ א מה מצינו, אז דו טרעפסט נאר איין פלאץ וואו די תורה איז מגלה א דין, קענסטו דאס שוין ארויסלערנען ערגעץ אנדערש.
ובחזרתו כתב:
די ריטב"א וואס איך האב דיר געזאגט, וועגן מה מצינו בנין אב, איז נישט קיין ריטב"א, איך געדענק נישט ווער ס'זאגט עס, איך האב עס גענומען אבער פון הליכות עולם לכאורה


היינט אינדערפרי נאך סליחות מיט א קלארע קאפ זעץ איך מיך אנידער איבער אן 'הליכות עולם' און יא עס ווערט דארט דערמאנט א שיטה (לא נודע למי) אז א 'בנין-אב' איז דייקא נאר א צד-השוה ווי דער לימוד ווערט געבויעט פון צוויי צדדים כבנין אריח ע"ג לבינה, פאלט מיר די אויגן אויף דעם פי' פונעם בית יוסף "כללי הגמרא" זאגט ער בערך אזוי "ובזה יתורץ תמיהת הרא"ש ז"ל" אויב נעם איך אזוי אן (אז בנין-אב איז א מה-הצד און נישט קיין מה-מצינו) ווערט פארענטפערט וואס דער רא"ש ז"ל וואונדערט זיך פארוואס מברויך צוויי מדות אויף די זעלבע זאך, וועלכע צוויי? הערט און שטוינט "דער מה-מצינו מיט דער קל-וחומר" נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז דער רא"ש האט פארשטאנען אז מה-מצינו (מ"מ) מיט קל-וחומר (ק"ו) איז איין זאך!

ברוך המקום ברוך הוא, ברוך שבחר בהם ובמשנתם וברוך שחלק מחמתו ליריאיו!

בסיעתא דשמיא, מיט די הילף פונעם קרעטשמע/בני היכלא בין איך אנגעקומען צו א רא"ש וואס פארשטייט אז א ק"ו און מ"מ איז היינו הך, ופירושן של דברים איז זייער פשוט לדעתי, די מדה איז מסורה אז מ'קען מדמה זיין מילתא למילתא בדדמי, למשל, אז די תורה זאגט אז ווען א מענטשן'ס אקס איז מזיק בקרנו אן אנדערן'ס חפץ ברויך דער בעה"ב באצאלן, זאגט דער שכל, מה-מצינו, וואס זאגט מיר מיט דעם די תורה? אז א מענטש איז פאראנטפארטליך אויף די הזיקות פון זיין אקס, נא, אויב אזוי דארף לכאורה זיין די זעלבע דין אויב זיין אקס איז מזיק מיט זיין שן אז ער עסט אויף יענעם'ס גראז, וועסטו דאך זיך אבער דינגען אז ניין "מה לשן שכן יש הנאה להזיקה" ווי קענסטו זיי פארגלייכען דער אקס האט דאך הנאה ווען ער עסט משא"כ וועו ער קאפעט (מ'קען עקסטער רעדן פון 'קאפען' אז ס'מיינט דייקא מיט'ן קרן וואס איז אויפן קאפ, ועוד חזון לקאפען) האט ער דאך קיין הנאה נישט.
דא קומט דער קל-וחומר צום באנוץ, והלא דין הוא, מה-דאך ווען דער אקס/בעה"ב האט קיין שום הנאה נישט האט די תורה מחייב געווען צו באצאלן איז דאך כ"ש ביי שן ווי דער אקס מיט זיין בעה"ב אינאיינעם האבן נאך הנאה געהאט פינעם היזק איז דאך זיכער אז מ'דארף שלם'ען.

וואס זעה איך דא, אז דער ק"ו קומט מחזק זיין דעם מ"מ, און אזוי איז יעדע ק"ו, ביסודו איז דאס א מה-מצינו וואס ברויך חיזוק פונעם ק"ו אוועקצונעמען די קמשונות אין פירכות וואס שווימען ארויף, והשתא דאתינא להכא, איז פארענטפערט מיין אויבערשטע חקירה אויך, ס'איז טאקע נישט קיין חילוק אין שטארקייט פון די צוויי (ק"ו-מ"מ) נאר צומאל איז וויכטיג צו נוצן דעם ק"ו אוועקצונעמען די פירכות ולהצדיק את המה-מצינו ודו"ק כי נכון הוא בס"ד.

צו לעצט, אין די נייע דרוק דארט אינעם הליכות עולם צייכנט ער איין אז דער פרי מגדים אין זיין ספר 'שושנת העמקים' איז דן איבער דעם נושא, דערווייל האב נאך נישט אפיר-געזוכט דעם ספר, ונזכה ונחי' ונראה.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:11 pm

אין דעם פאלענדן ירחון, "ישיבה מעלות"
ווערט בקיצור ארויסגעברענגט דער ריטב"א לויט ווי דער הליכות עולם איז עס מסביר

בספר הליכות עולם (כללי הגמרא) מובא (תחילת שער רביעי):

דיני קל וחומר. מדה כתובה בתורה שדורשין קל וחומר ולומדין חמור מקל להחמיר... הקל וחומר [פעמים] נעשה מסברא כלומר מחשיבות סברא בעלמא ולא מכח הכתוב, כגון הנהו דאבות נזיקין ומה שן שאין כוונתו להזיק חייב קרן שכוונתו להזיק לא כל שכן וכן כל כי האי גוונא, ופעמים נעשה מדין כלומר מדין התורה וממעלות שנתן הכתוב בדבר בין להקל ובין להחמיר, כגון הנהו דפרק קמא דקידושין גבי כסף שטר וביאה מה אמה עבריה שאינה נקנית בביאה נקנית בכסף זו שנקנית בביאה אינו דין שנקנית בכסף וכן כל האי גוונא.

יש קל וחומר של סברא, שהחומרא והקולא הם דברים העולים מסברא, ולא מדיני הכתוב, ויש, שהחומרא והקולא הם על פי מעלות שנתן הכתוב בדינים השונים, אף שמסברא אין בזה חומרא יותר מבאחר.
כיצד יש להבין את הקל וחומר המובא בגמרא: "והלא דין הוא, ומה יבמה שאין נקנית בכסף - נקנית בביאה, זו שנקנית בכסף - אינו דין שנקנית בביאה". האם זהו קל וחומר המבוסס על סברא או על דין?
נראה, שזהו קל וחומר של סברא. לאחר הקנין, אשה ויבמה הן באותה דרגה, שתיהן הופכות לאשת איש. אם כן, ניתן להבין שאם היבמה, שאינה זקוקה לקנין כסף, נקנית בביאה, הרי שביאה היא קנין שפועל יותר, וקונה שלבים "מתקדמים" יותר בקשר בין האיש והאשה, ואם כן, מובן שיקנה גם אשה בעלמא, שכן "בכלל מאתיים מנה" - מה שפועל פעולה חזקה, ודאי שיכול לפעול פעולה חלשה ממנה. מיבמה אנו לומדים שביאה היא קנין "חזק" הכולל את קנין כסף בתוכו, ועל כן אשה שנקנית בכסף - ודאי שנקנית בביאה.


http://www.yesmalot.co.il/torat-il/mamarim/mtei11.html
דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך אן ארגאניזאציע "תורת ארץ ישראל" בהנהלת יושע ווייצמאן, וואס קוקט אויס ווי א קוקניק
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 3:04 pm

ווייסער,
איך זעה נישט וואס דער קוקניק איז מוסף אויפ'ן הליכות עולם, און וואס דאס האט א שייכות מיט וואס מיר האבן דן געווען ביז אהער. סך הכל פונעם הליכות עולם וואס ער ברענגט איז, אז ס'פארהאן צוויי ערליי חומרא'ס/קולא'ס, אדער מסברא (שן וקרן בניזקין) אדער מדין (ביאה/כסף בקידושין) אין ביידע קענען גענוצט ווערן ביי די מדה פון קל-וחומר.

און אז מ'רעדט שוין פון מדת קל וחומר איז פאסיג צו דערמאנען וואס דער בני יששכר ברענגט כמ"פ פונעם מגיד, אז די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן איז מכוון כנגד די י"ג מדות של רחמים וואס לפי"ז איז דער ערשטער מדה פון א-ל אקעגן די מדה פון ק"ו מיט דעם טייטשט דער רבי ר' בער דעם א-ל נא רפא נא לה זאגט דער מדרש אז דער אייבירשטער האט געזאגט פאר משרע"ה ער זאל דרש'נען א ק"ו (עיי"ש) מעורר צו זיין דעם מדת הרחמים אויף מרים וועלכע איז מרומז אינעם ערשטן מדה פון די י"ג מדות.

ובימים האלו יזכור לנו ה' ברית שלש עשרה כמו שהודע לנו מקדם, ויכתוב כולנו בספרן של צדיקים גמורים לשנת גאולה וישועה, אכיה"ר.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:41 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 04, 2008 12:31 pm

שכוח רבי, ברוך שובך במילואך!

דער כל-שכן פשט זאגסטו נאך פון ערגעץ? אם קבלה נקבל, אבער לדעתי איז עס אזוי "כל" כולו אומר "שכן" (כל, מיינענדיג זיכער).

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג פאברואר 04, 2008 12:44 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג פאברואר 04, 2008 6:53 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 05, 2008 9:42 am

רבי, דער כל כולו האביך געמיינט ווי דער רבי אין דער מסקנא (איך פארשטיי נישט די הוה-אמינא בכלל), דער בשלמא איז דאך פשוט, אבער דאך כדאי ארויסצוברענגען.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג פאברואר 05, 2008 5:38 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 05, 2008 5:57 pm

נאטינג וואט-סאו-עווער.

דער כל-שכן איז כלל נישט קיין דוחק (און דער חילוק פונעם מעיקרא מיט'ן לבסוף איז זייער דקות'דיג)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג פאברואר 05, 2008 6:04 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 05, 2008 6:11 pm

מ'פארשטיי מיר זיך נישט, ווייל מ'רעדט מיר נישט גענוג אפט.........

הערויס, דו בויעסט אויף א יסוד-מוסד אז דער כל-שכן מוז גיין סינאנים מיט'ן מה-דאך, לא כך עלתה על לבי, איך זאג אז מ'מוז פשוט פארטייטשן די ווערטער דעטס-איט אנעם מה-דאך.

טוה א קוק, וואס איז דער קל-וחומר מער ווי דער מה-מצינו? אז דארט איז עס נאר 'פונקט' אזוי, איווען-סטיווען, אבער דא איז עס 'זיכער ושאר וודאי' אזוי, דאס ברענגט דער ווארט/ווערטער 'כל-שכן' ארויס, עס איז 'כל-כולו אומר שכן הוא' אלעס אויפ'ן לימוד נישט אויפ'ן מלמד און נישט אויפ'ן למד.

שטייסט?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך פאברואר 06, 2008 1:25 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט