בלאט 3 פון 12

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 6:36 am
דורך msp
ראשון לציון
= אין א תשובה ברענגט ער עטליכע ראיות, הייבט ער אהן מיט דער ערשטע צוצייכענונג

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:25 pm
דורך בן בוזי
שוטה האט געשריבן:דער חת"ס האט אמאל געדארפט שרייבן חוה"מ וועגן א מחלוקת מיט א שינוי, האט ער געשריבן שיעפערהייט און האט צוגעשריבן השינוי מקלקלת את השורה.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:28 pm
דורך msp
שין ימני ושין שמאלי מתחלפים....

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:29 pm
דורך מאנ-יימער
געהערט ווי איינער זאגט פאר איינעם וואס זיינע ערשטע פיר קינדער זענען מיידלעך
כל שישנו ב'בת' אחת ישנו בזה אחר זה

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:50 pm
דורך קיקיון
בן בוזי האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:דער חת"ס האט אמאל געדארפט שרייבן חוה"מ וועגן א מחלוקת מיט א שינוי, האט ער געשריבן שיעפערהייט און האט צוגעשריבן השינוי מקלקלת את השורה.

האסט ג'זעהן דעם בריעף בין איך מקבל אבער אויב עס איז מסברה שטימט השנאה א סאך בעסער נאך דערצי איז עס מער לצורך סתם א מליצה איז מותר בחוה"מ? אפילו בשינוי

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 1:55 pm
דורך שוטה
שכוח קיקיון פאר'ן מסביר זיין, עס איז געווען וועגן א מחלוקת האט ער געשריבן השנאה.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 2:36 pm
דורך SPUSMN
אויב אזוי איז עס א מליצה בתוך מליצה, געוואלט שרייבען "השינוי" ארויס צו ברענגען איין מליצה (פארוואס די שורות זענען שיעף), און למעשה געשריבען "השנאה" אויך ארויס צו ברענגען דער צווייטער מליצה (אז עס איז צוליעב א מחלוקת).

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 2:44 pm
דורך SPUSMN
שרייבענדיג צו א גבאי און געוואלט אים אן רופען א בהמה, האט איינער גענוצט דער משנה און בבא מציעא, פון היה רוכב על גבאי בהמה.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 2:48 pm
דורך קיקיון
גארנישט ג'טוישט דא האסט דעם ארגינעלען מאמר חז"ל
ושנאה מקלקלת את השורה (בראשית רבה, וירא, פרשה נה, סימן ח)

שורה = דאס נארמאלע
שורה אויך = וואס מיר רופען אויף אידיש א שורה LINE

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:00 pm
דורך SPUSMN
דער אונטערשטע שורה, אז עס איז נישט געווען כשורה.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:04 pm
דורך קיקיון
א געניאלער הסבר אדער א געניץ?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:14 pm
דורך SPUSMN
עס ווענדעט זיך און וועמען.

באקומען אין אישי

געשריבן: זונטאג פאברואר 10, 2013 2:24 pm
דורך אנעים זמירות
דער שולח האט געשריבן:די פושקע האט ג'טראסקעט
שפיכת דמים (ר' דניא' גאלדשטיין ז"ל)
הכרת הטור פאר א LIFT צו די טור (ר' דניא' גאלדשטיין ז"ל ? )
DOOR L'DOOR
ישבח מעשיך
עצה טובה פון חברה קדישא גבאי (ר' דניא' גאלדשטיין ז"ל) צו איינעם וואס האט זיך ג'קווענקעלט
וועגען "איינשרייב געלט"
טראכט נישט צו לאנג
We charge by the wait
the longer you wait the more we charge
פון זעלבען חברה מאן
you have to be nice to us
we are the last ones to let you down

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:55 am
דורך מיללער
זיך דערמאנט פונעם בחור'ל פון קעמפ וואס האט אהיימגעשריבען א בריוול פאר זיין טאטע, האט ער געוואלט זיין מליצה'דיג, פארציילט ער פאר זיין טאטן אז נעכטן איז געווען א מלוה מלכה וואס האט זיך גאר שפעט געענדיגט, ווען ס'קומען צו גיין שלאפן איז שוין געווען באלד איינס אזייגער, ער איז מסיים דעם זאץ "ויצתה נשמתי באחד"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:12 pm
דורך מאנ-יימער
און דער טאטע האט גערופן חברה קדישא...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:49 am
דורך ר' יצחק
אנעים זמירות האט געשריבן:אויף א שנארער'ס באשעפטיגונג - ער קלאפט בתים.

הייסט א בתים מאכער,
ביי אונז האט מען איהם גערופן א סופר,
ווייל ער איז בודק מזוזות, קוק צו עס איז דא א מזוזה ביי די טיר, נאכדעם ערשט קען ער קלאפן אויף די בתים.

נאך א פשט ווייל ער איז סופר ומונה.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 25, 2013 1:20 pm
דורך קיקיון
איך האב געשיקט אן אימעיל פאר מיין אקאונטאנט וואס האט פארצעגערט אן ארבייט
נו ! נא להניא את המניעים ולהניע את הענינים

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 26, 2013 3:16 pm
דורך msp
גוט!

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 26, 2013 10:11 pm
דורך קיקיון
א גוטע וואך א גווט יאר וגם ה"שווארץ" יאיר
יי"כ פאר'ן קאמפלימענט
--
א בקשה וועגעו והייתם נקיים
ווען די שרייבסט מוצש"ק שרייב
מוצש"ק פה מאנטשעסטער ענגלאנד ניט יעדער ווייסט ווי די וואנסט
מיר אין ארה"ב זעהען

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 8:01 am
דורך msp
גערעכט!
איך האב געשריבען שוין אפילו נאך ר"ת זמן

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 10:45 am
דורך למעלה משבעים
קיקיון עס ווענד זיך אין אייער סעטינג'ס.... ביי מיר צב"ש שטייט אזוי.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 10:56 am
דורך משיח
ווען מ'שרייבט צו איינעם מרוב אהבה:
אהבה מגלגל"ת את השיר"ה

* * *

א קאנטראקטער זאגט מיר אמאל ער איז א "בתים מאכער".

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 10:59 am
דורך קיקיון
דורך משיח » זונטאג אוקטובר 27, 2013 10:56 am

ווען מ'שרייבט צו איינעם מרוב אהבה:
אהבה מגלגל"ת את השיר"ה
;l;p-

למעלה משבעים האט געשריבן:קיקיון עס ווענד זיך אין אייער סעטינג'ס.... ביי מיר צב"ש שטייט אזוי.

די, איך און א סך אנדערע ווייסען ווי ווילקאמירער רבי וואנט אבער עס זענען דא געסט אויך
און אפשר טאקע טוישט די סעטינגס בכלל אז שבת זאל זיך וווייזען מוצ"ש אדער SATURDAY

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 11:14 am
דורך משיח
אנעים האט דערמאנט הר"ר דניאל גאלדשטיין ע"ה,
ס'איז דא פון אים א געוואלד מיט גוטע אויסדריקן און מליצות פון אים,
ער פלעגט זאגן שיינע ר"ת און מליצות אויף פסוקים, ס'איז דא א ספר פון זיינע דברי תורה, ואכמ"ל.

* * *

איינס וואס איך געדענק אופן מינוט איז,
פארוואס גייט מען בגדי שבת? ווייל ס'איז א "ביג-דעי שבת".

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2013 11:15 am
דורך ק.נ.א. וועטער
משיח האט געשריבן:א קאנטראקטער זאגט מיר אמאל ער איז א "בתים מאכער".

גוט גוט ;a-1;