בלאט 8 פון 9

געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2018 9:32 am
דורך ממש אזוי
איסר האטלקי האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:א שאלה וואס באדערט מיך שוין יארן: יידן, אידען, יודן אדער יודען?
וכן בלשון יחיד: איד אדער ייד אדער יוד?
מי יודע?



אין די היינטיגע ארטאדאקסישע אידיש (די בעסטע הגדרה וואס איך האב געטראפן) שרייבט מען ׳איד׳. די יידישיסטן פלעגן שרייבן יידן, און גוגל שרייבט עס אויך אזוי.

שטין חומש תורה ברורה שטייט אז דער פירוש איז אויך יידיש.

קוקט אויס די ישראלים נוצן עס נאכאלץ, הגם ער איז א בארא פארקער.



איך בין נישט זיכער אז ס׳האט מיט ישראלים, עס האט לכאורה מיט מענטשן וועלכע זענען נישט אפדעיטעד מיטן היינטיגן סגנון, זיי שרייבן נאך מיטן סטייל פון אמאל; ווען מען האט טאקע געשריבן אזוי

געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2018 10:17 am
דורך דונש
ממש אזוי האט געשריבן:פראגע: איז פאראן אן אויסגעהאלטענע ווארט ׳פארנאויס׳? געזען עטליכע מאל דא אויף אייוועלט.


אזוי האבן אונזערע אונגארישע באבע'ס גערעדט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 11:39 am
דורך ישראלי
נאך א שאלה: ווען (אדער אפשר ווער...) נוצט די ווארט 'דא', און ווען/ווער די ווארט דאהי, הא?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:40 am
דורך איסר האטלקי
ישראלי האט געשריבן:נאך א שאלה: ווען (אדער אפשר ווער...) נוצט די ווארט 'דא', און ווען/ווער די ווארט דאהי, הא?

דאהי מיינט עפיי"ר אין לאנד, נישט אויסלאנד. דא מיינט שוין לאקאל.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 10:43 am
דורך שה אחד
וויאזוי שרייבט מען 'היפש' אדער 'היבש' ?
ואת"ל היבש ווי אזוי איז די דין ביי 'היבשע' אדער 'היפשע' ?

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 11:40 am
דורך אסדר לסעודתא
היבשע

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 11:42 am
דורך אסדר לסעודתא
היבשע איז אזא ווארט ווי... כ'האב נישט קיין גוטע משל... ממילא איינער וואס שרייבט היבשע קען אויך שרייבן היפשע...

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 11:56 am
דורך שטיין
ווייס די קאליר פאר וואס שרייבט מען נישט וואס א איז דאך אויכעט א __

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 12:14 pm
דורך אסדר לסעודתא
מיינסט צו פרעגן פארוואס מיר זאגן וואס אנשטאט ווייס - וויאזוי מען שרייבט עס? ווייל אזוי רעדן אונז.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 2:56 pm
דורך קלאָצקאָפּ
פארוואס זיך אפשטעלן ביי ווייס? איז נישט דא גענוג ווערטער מיט א פתח און צוויי יודי"ן?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 3:46 pm
דורך שה אחד
שוין ערגעץ באהאנדעלט וויאזוי מ'שרייבט די ווארט "טיטול" "טיטעל" ?
פארוואס זעט מען אסאך שרייבן בא'טיטול'ט ? איז דאס דען א לה"ק ווארט? ווי אזוי איז ריכטיג צו שרייבן?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 4:14 pm
דורך פייוויש בראדער
טיטל

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 9:18 pm
דורך האפ קאזאק
דער ווארט ''טיטל'' איז אידיש, און מען שרייבט עס טיטל, אזויווי בראדער האט שוין געשריבן.
אזוי אויך וועט מען שרייבן ''ער האט אים באטיטלט מיט די גרעסטע שבחים'' אן קיין שום אויבערשטרעכליך.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 10:22 pm
דורך הגות תבונות
כ'בין נישט זיכער אז ס'קומט אין דעם אשכול; אויב נישט ביטע אויפמערקן.
ווען דאס ווארט 'דער' דינט אלס 'פראנאם/pronoun' נעמט עס אויך אן א 'דאטיוו'?
לדוגמא: פאר דער וואס האט אים דאס צוגעשטעלט,
פאר דעם וואס האט אים דאס צוגעשטעלט.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 4:57 pm
דורך גרשון
הגות תבונות האט געשריבן:כ'בין נישט זיכער אז ס'קומט אין דעם אשכול; אויב נישט ביטע אויפמערקן.
ווען דאס ווארט 'דער' דינט אלס 'פראנאם/pronoun' נעמט עס אויך אן א 'דאטיוו'?
לדוגמא: פאר דער וואס האט אים דאס צוגעשטעלט,
פאר דעם וואס האט אים דאס צוגעשטעלט.

יא, מ'זאגט "דעם".

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 9:16 pm
דורך הגות תבונות
כ'בין געווען היבש מסופק, ווייל ס'הערט זיך נישט אזוי גוט. אבער מהיות איר קוקט מיר אויס ווי א שפראך-מבין וועל איך עס מקבל זיין.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 9:38 pm
דורך הגות תבונות
כ'ווייס נישט... כאפ א בליק אויף דעם:
הכרת הטוב פאר דער וועלכער האט דיר מטיב געווען
הכרת הטוב פאר דעם וועלכן האט דיר מטיב געווען
עפעס נישט....

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 11:07 pm
דורך עושר וכבוד
מען שרייבט יא 'פאר דער'.

קען זיין אז גרשון קען בעסער די כללים, אבער אזוי שרייבט מען...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 11:31 pm
דורך גרשון
הגות תבונות האט געשריבן:כ'בין געווען היבש מסופק, ווייל ס'הערט זיך נישט אזוי גוט. אבער מהיות איר קוקט מיר אויס ווי א שפראך-מבין וועל איך עס מקבל זיין.

ש'כח.

ס'איז מעגליך אז ס'הערט זיך דיר נישט גוט, ווייל דאס רוב קען טאקע נישט די כללים. דאס מיינט אבער אלץ זיין מסופק ווי אזוי ס'קומט אן האבן א ליניע וואס נאכצופאלגן. ווען דו שטעלסט דיך אפ אריינקלערן קומט צו נאך א זאך, אז ס'וועט כמעט אלעמאל זיך שפירן אינטערעסאנט...

אן אלטערנאטיוו צו דיין זאץ איז "צו דעם וואס האט דיר מטיב געווען".

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 11:58 pm
דורך עושר וכבוד
וואס איז אויף א חפץ, וועלכע איז פאר א נקיבה און וועלכער איז פאר א זכר.

פארשטייט זיך אז מען שרייבט אלעס, אבער אויב גייט מען מיט די כללים...

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 2:00 pm
דורך קלאָצקאָפּ
עושר וכבוד האט געשריבן:וואס איז אויף א חפץ, וועלכע איז פאר א נקיבה און וועלכער איז פאר א זכר.

פארשטייט זיך אז מען שרייבט אלעס, אבער אויב גייט מען מיט די כללים...

א חפץ איז אויך א זכר אדער נקיבה, ביידע זענען ריכטיג אויף ביידע.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:57 pm
דורך גרשון
עושר וכבוד האט געשריבן:וואס איז אויף א חפץ, וועלכע איז פאר א נקיבה און וועלכער איז פאר א זכר.

פארשטייט זיך אז מען שרייבט אלעס, אבער אויב גייט מען מיט די כללים...

מיינסט מסתמא לשון סתמי - "חפץ" איז לשון זכר, "דער חפץ".

ביי לשון סתמי קען מען אויך שרייבן וועלכע (דאס קינד וועלכע איז געגאנגען אין חדר), פונקט ווי ביי אנדערע אדיעקטיוון (דאס גרויסע קינד, דאס געניטע אויג, דאס ווארעמע הארץ, דאס הייסע וואסער). וואס קען מען ניצן ביי אלע דריי פארמען פון שפראך - זכר, נקיבה, און סתמי - און ביי יעדן סארט פאל - נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו. ס'איז אלזא ווי א וועג ארויס ווען מ'איז מסופק אדער ווען מ'וויל נישט איבערניצן דאס זעלבע ווארט צופיל מאל.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 10:49 pm
דורך גרשון
נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו – אין קורצן זייער באדייט:

"נאמינאטיוו" אין דער מענטש אדער חפץ וואס טוט די זאך אינעם זאץ: דער טאטע איז געגאנגען אין בית המדרש, דער טיש האט זיך צובראכן, די מאמע האט געגעבן צו עסן פאר די קינדער, די זון האט אויפגעשיינט, דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען, דאס הארץ איז געווען מלא שמחה. דאס ווערט גערופן דער subject פונעם זאץ.

"אקוזאטיוו" באציט זיך צו עפעס וואס א צווייטער האט געטון מיט אים: איך האב געזען דעם רבי'ן, מיין חבר האט אויפגעהויבן דעם שאנק, מיין זון האט באטראכט די נאטור, איך האב געקושט די מזוזה, דער רייניגער האט אפגעוואושט דאס וואסער. דאס ווערט גערופן direct object.

"דאטיוו" איז עפעס וואס פאלגט נאך א פרעפאזיציע (פון, צו, אויף, אונטער, העכער, נעבן, וועגן, צוליב, דורך, מיט, אן, ביז, אא"וו), אדער אפילו די פרעפאזיציע שטייט נישט אבער באמת וואלט עס דא געקומען: איך בין געגאנגען צו דעם (צום) בית המדרש, ער האט געזאגט [פאר] דעם באאמטן, דער גליקליכסטער אויף דער וועלט, דאס קינד מיט דער מאמע, ער האט געזוכט מיט דעם (מיט'ן) אויג, איך האב געפרעגט [פון] דעם קינד.

אידישע גראמאטיק איז שטארק באזירט אויף די חילוקים פון די דריי פעלער, ועוד חזון למועד בעז"ה.

צו זען מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_grammar

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2020 2:46 pm
דורך הגות תבונות
גרשון האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:כ'בין געווען היבש מסופק, ווייל ס'הערט זיך נישט אזוי גוט. אבער מהיות איר קוקט מיר אויס ווי א שפראך-מבין וועל איך עס מקבל זיין.

ש'כח.

ס'איז מעגליך אז ס'הערט זיך דיר נישט גוט, ווייל דאס רוב קען טאקע נישט די כללים. דאס מיינט אבער אלץ זיין מסופק ווי אזוי ס'קומט אן האבן א ליניע וואס נאכצופאלגן. ווען דו שטעלסט דיך אפ אריינקלערן קומט צו נאך א זאך, אז ס'וועט כמעט אלעמאל זיך שפירן אינטערעסאנט...

אן אלטערנאטיוו צו דיין זאץ איז "צו דעם וואס האט דיר מטיב געווען".

א דאנק אייך ר' גרשון מיין פריינט.
מיין כוונה איז געווען אז מהיות עס קוקט נישט אויס אזוי גוט, אפשר גייט טאקע דער כלל נישט אן ווען דער דאטיוו איז א פראנאם.
ממילא וועל איך מיך ערלויבן דיך צו פרעגן צו דו ווייסט אז דער כלל גייט אן ביי דעם אויכעט, אדער מסברא בעלמא, וואס דאן איז שוין הרשות נתונה זיך מחולק זיין...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2020 2:54 pm
דורך הגות תבונות
געוואלט הערן פונעם עולם שפראך עקספערטן,
ביי מיר איז אלץ געווען א דבר פשוט אז 'וואס' נוצט מען נאר נאך א יחיד, אבער נאך א רבים נוצט מען 'וועלכע';
לדוגמא: דער סיום הש"ס וואס קומט פאר אין מעטלייף
די מאסן וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען ביים סיום.

העט'ך געוואלט הערן צו דאס איז ריכטיג, אדער קען מען אויך נוצן 'וואס' אויף א רבים.