בלאט 6 פון 8

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 12:28 am
דורך איסר האטלקי
מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח!

---

איך ״געב״ דיר א גרויסע יישר כח!

איך ״גיב״ דיר א גרויסע יישר כח!

ווען נוצט מען גיב און ווען געב?

גיב איז ריכטיגער פארצייטיש געשריבן.
היינט נוצט מען שוין אויך געב.

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 1:59 am
דורך בלעטל
איסר האטלקי האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח!

---

איך ״געב״ דיר א גרויסע יישר כח!

איך ״גיב״ דיר א גרויסע יישר כח!

ווען נוצט מען גיב און ווען געב?

גיב איז ריכטיגער פארצייטיש געשריבן.
היינט נוצט מען שוין אויך געב.

כאיסר

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 2:55 pm
דורך טשאלענט
איז עס 'אינטערסאנט'
אדער 'אינטרעסאנט'?

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:05 pm
דורך איסר האטלקי
טשאלענט האט געשריבן:איז עס 'אינטערסאנט'
אדער 'אינטרעסאנט'?

אינטרעסאנט
דער טעות פון אינטערעסאנט נעמט זיך פון די ענגליש ספעלינג.

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:11 pm
דורך לכאורה
אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:15 pm
דורך איסר האטלקי
לכאורה האט געשריבן:אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

היבש אינטרעסאנט פון וואו דו נעמסט דיין אינטערסאנט,
מעגליך פון די אונטער'ן חבריא, אדער פון די אינטער-נעט גאר....

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:15 pm
דורך טשאלענט
אזוי ווי 'הונדערט' און 'הונדרעט'?

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:17 pm
דורך טשאלענט
אינפארמאציע אדער
אינפראמאציע?

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:18 pm
דורך איסר האטלקי
טשאלענט האט געשריבן:אזוי ווי 'הונדערט' און 'הונדרעט'?

יא, דער טעות פון הונדרעט נעמט זיך פונעם ענגלישן אויסלייג.

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:19 pm
דורך איסר האטלקי
טשאלענט האט געשריבן:אינפארמאציע אדער
אינפראמאציע?

אינפארמאציע
פארוואס טאקע ווייסעך נישט

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:26 pm
דורך מיללער
איסר האטלקי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

היבש אינטרעסאנט פון וואו דו נעמסט דיין אינטערסאנט,
מעגליך פון די אונטער'ן חבריא, אדער פון די אינטער-נעט גאר....

ניתי גוגל וניחזי:

אינטערעסאנט (וכן אני הק' נוהג)
About 54,200 results
וכן כותב הארקאוווי:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0075.png

אינטערסאנט
About 12,000 results

אינטרעסאנט
About 4,360 results

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:27 pm
דורך מיללער
איסר האטלקי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:אינפארמאציע אדער
אינפראמאציע?

אינפארמאציע
פארוואס טאקע ווייסעך נישט

Information
אינפארמאציע

וואס ווייסטו נישט?

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
דורך לכאורה
איסר האטלקי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

היבש אינטרעסאנט פון וואו דו נעמסט דיין אינטערסאנט,
מעגליך פון די אונטער'ן חבריא, אדער פון די אינטער-נעט גאר....

בערך ווי מיללער, האב איך געמאכט א הבחנה מיט אייוועלטס זוך אפציע

"אינטערסאנט" ווערט צופיל מאל באנוצט צו קענען געזוכט ווערן
"אינטרעסאנט" גיבט ער יא א ציפער

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:33 pm
דורך farshlufen
"אינטערעסאנט" אזוי ווי מען זאגט עס.

געשריבן: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:40 pm
דורך טשאלענט
אייוועלט רעזולטאטן:

אינטערסאנט
About 6,450 results

אינטרעסאנט
About 2,980 results

אינטערעסאנט
About 8,010 results

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 2:11 pm
דורך מתבונן
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יא יא, דאס איז זייער א קורצער אומקלארער כלל

רוב ווערטער וועסטו נישט וויסן צו ס'איז זכר אדער נקבה


דאס איז איינע פון די גרויסע אויפטועכצער וואס מרס. ראטה האט אריינגעלייגט אין איר לעצטע מהדורה פון 'אידיש ווערטער אוצר', אז זי האט צוגעשריבן לעבן יעדע ווארט אויב עס איז א 'די' אדער 'דער'.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 2:29 pm
דורך מה פתאום???
דו מיינסט מסתם ״די״ אדער ״דער״...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 4:01 pm
דורך מתבונן
מה פתאום??? האט געשריבן:דו מיינסט מסתם ״די״ אדער ״דער״...

פארראכטן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 8:48 pm
דורך בלעטל
ס'נאריש צו קוקן אויף רעזולטאטן, רוב מענטשן זענען נישט קיין שרייבער און קענען נישט קיין כללים.
די ווארט איז ווי אינטערעסע, יעדע עי"ן איז א שורש אין ווארט.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 11:34 pm
דורך מיללער
בלעטל האט געשריבן:ס'נאריש צו קוקן אויף רעזולטאטן, רוב מענטשן זענען נישט קיין שרייבער און קענען נישט קיין כללים.
די ווארט איז ווי אינטערעסע, יעדע עי"ן איז א שורש אין ווארט.

נישט ממש נער'יש צו קוקן אויף רעזולטאטן, ווייל א גרויס חלק קומט פון ביכער און צייטונגען וכו' וואס איז דוקא יא געשריבן דורך שרייבער, און די נישט-שרייבער זענען נאכאלס א מיעוט קעגן די שרייבער, אינעם געשריבענעם און געדרוקטן ווארט.

מן הסתם וועט דאס מער נישט וואר זיין ביז אפאר יאר, זינט די נישט-שרייבער נעמען איבער די שרייבער אין די היינטיגע צייטונגען און זשורנאלן

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 11:36 pm
דורך פלטיאל
נער׳יש?

געשריבן: פרייטאג ינואר 13, 2017 12:06 am
דורך מיללער
פלטיאל האט געשריבן:נער׳יש?

געפעלט דיר?

שעכטן אדער שחט'ן, הארגענען אדער הרג'נען, מל'ן אדער מאלען?

געשריבן: פרייטאג ינואר 13, 2017 12:14 am
דורך פלטיאל
א נער איז נער׳יש און א נאר טראכט נאריש...

געשריבן: פרייטאג ינואר 13, 2017 8:19 am
דורך בלעטל
מ'האט שוין כמה פעמים מברר געווען אז נאר איז א דייטשע ווארט, האט גארנישט מיט נער א אינג.

געשריבן: פרייטאג ינואר 13, 2017 8:30 am
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:נער'יש

כד ניים ושכיב מר אמר להא מיללרתא.