בלאט 6 פון 9

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:19 pm
דורך איסר האטלקי
טשאלענט האט געשריבן:אינפארמאציע אדער
אינפראמאציע?

אינפארמאציע
פארוואס טאקע ווייסעך נישט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:26 pm
דורך מיללער
איסר האטלקי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

היבש אינטרעסאנט פון וואו דו נעמסט דיין אינטערסאנט,
מעגליך פון די אונטער'ן חבריא, אדער פון די אינטער-נעט גאר....

ניתי גוגל וניחזי:

אינטערעסאנט (וכן אני הק' נוהג)
About 54,200 results
וכן כותב הארקאוווי:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0075.png

אינטערסאנט
About 12,000 results

אינטרעסאנט
About 4,360 results

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:27 pm
דורך מיללער
איסר האטלקי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:אינפארמאציע אדער
אינפראמאציע?

אינפארמאציע
פארוואס טאקע ווייסעך נישט

Information
אינפארמאציע

וואס ווייסטו נישט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
דורך לכאורה
איסר האטלקי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

היבש אינטרעסאנט פון וואו דו נעמסט דיין אינטערסאנט,
מעגליך פון די אונטער'ן חבריא, אדער פון די אינטער-נעט גאר....

בערך ווי מיללער, האב איך געמאכט א הבחנה מיט אייוועלטס זוך אפציע

"אינטערסאנט" ווערט צופיל מאל באנוצט צו קענען געזוכט ווערן
"אינטרעסאנט" גיבט ער יא א ציפער

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:33 pm
דורך farshlufen
"אינטערעסאנט" אזוי ווי מען זאגט עס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:40 pm
דורך טשאלענט
אייוועלט רעזולטאטן:

אינטערסאנט
About 6,450 results

אינטרעסאנט
About 2,980 results

אינטערעסאנט
About 8,010 results

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:11 pm
דורך מתבונן
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יא יא, דאס איז זייער א קורצער אומקלארער כלל

רוב ווערטער וועסטו נישט וויסן צו ס'איז זכר אדער נקבה


דאס איז איינע פון די גרויסע אויפטועכצער וואס מרס. ראטה האט אריינגעלייגט אין איר לעצטע מהדורה פון 'אידיש ווערטער אוצר', אז זי האט צוגעשריבן לעבן יעדע ווארט אויב עס איז א 'די' אדער 'דער'.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:29 pm
דורך מה פתאום???
דו מיינסט מסתם ״די״ אדער ״דער״...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 4:01 pm
דורך מתבונן
מה פתאום??? האט געשריבן:דו מיינסט מסתם ״די״ אדער ״דער״...

פארראכטן.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 8:48 pm
דורך בלעטל
ס'נאריש צו קוקן אויף רעזולטאטן, רוב מענטשן זענען נישט קיין שרייבער און קענען נישט קיין כללים.
די ווארט איז ווי אינטערעסע, יעדע עי"ן איז א שורש אין ווארט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:34 pm
דורך מיללער
בלעטל האט געשריבן:ס'נאריש צו קוקן אויף רעזולטאטן, רוב מענטשן זענען נישט קיין שרייבער און קענען נישט קיין כללים.
די ווארט איז ווי אינטערעסע, יעדע עי"ן איז א שורש אין ווארט.

נישט ממש נער'יש צו קוקן אויף רעזולטאטן, ווייל א גרויס חלק קומט פון ביכער און צייטונגען וכו' וואס איז דוקא יא געשריבן דורך שרייבער, און די נישט-שרייבער זענען נאכאלס א מיעוט קעגן די שרייבער, אינעם געשריבענעם און געדרוקטן ווארט.

מן הסתם וועט דאס מער נישט וואר זיין ביז אפאר יאר, זינט די נישט-שרייבער נעמען איבער די שרייבער אין די היינטיגע צייטונגען און זשורנאלן

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:36 pm
דורך פלטיאל
נער׳יש?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:06 am
דורך מיללער
פלטיאל האט געשריבן:נער׳יש?

געפעלט דיר?

שעכטן אדער שחט'ן, הארגענען אדער הרג'נען, מל'ן אדער מאלען?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:14 am
דורך פלטיאל
א נער איז נער׳יש און א נאר טראכט נאריש...

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 8:19 am
דורך בלעטל
מ'האט שוין כמה פעמים מברר געווען אז נאר איז א דייטשע ווארט, האט גארנישט מיט נער א אינג.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 8:30 am
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:נער'יש

כד ניים ושכיב מר אמר להא מיללרתא.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 10:27 am
דורך טשאלענט
איך געפין יעצטאויס אז נער און נאר זענען צוויי אנדערע באדייטן, איך האב אלס געמיינט אז סאיז א פארדרייטע ווארט.....

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 8:59 pm
דורך איסר האטלקי
ווען מען זאגט דער נאר זאל ארויסגיין פון... וועלכע מיינט מען?

געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2017 10:19 pm
דורך וואוילע שעפעלע
ביידע


(יא דיר אויך)

געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2017 10:31 pm
דורך איסר האטלקי
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ביידע


(יא דיר אויך)

הערצליכן דאנק! שיין פון דיר.
פאסט טאקע פאר אזא ניק ווי 'וואוילע'.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2017 4:20 pm
דורך מאכט סענס?
וויאזוי קומט צו שרייבן: מוזט, מוסט. ביזט, ביסט?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2017 7:40 pm
דורך לכאורה
דו מוזסט!
דו ביסט משוגע?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:08 pm
דורך איסר האטלקי
מאכט סענס? האט געשריבן:וויאזוי קומט צו שרייבן: מוזט, מוסט. ביזט, ביסט?

מוזט.
ביסט.

מען קען שרייבן ביזט, אבער מען פירט זיך צו שרייבן מיט א ס'.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:09 pm
דורך איסר האטלקי
לכאורה האט געשריבן:דו מוזסט!

פון וואנעט נעמסטו דאס?
דו מוזט מיר זאגן....

געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2017 10:27 pm
דורך לכאורה
איך טראכט וויאזוי איך זאג ארויס די ווארט