בלאט 5 פון 9

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:52 pm
דורך לא לנו
מה פתאום??? האט געשריבן:איך בין מגיה עפעס א מאמר און איך קריג זיך ארום מיטן בעל המאמר איבער אפאר יסודות׳דיגע כללים, איך וואלט אפריציעטירט הילף...

1) ווען זאגט מען ״די״ און ווען זאגט מען ״דער״? דוגמא: ״די גאנצע סדר החיים״ אדער ״דער גאנצער סדר החיים״?

מער שאלות וועלן נאכקומען...

א יסוד היסודות, און מ'פארופט זיך אלס מגיה?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:56 pm
דורך מה פתאום???
יישר כח פאר די מוסר. באמת שיין פון דיר. אינטערסאנט אז דו האסט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז איך טוה עס פאר פרנסה.

יעצט קענסטו מיר ענטפערן אדער נאר טיילן פעטש איז דיין פאך?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:28 pm
דורך איסר האטלקי
מה פתאום??? האט געשריבן:איך בין מגיה עפעס א מאמר און איך קריג זיך ארום מיטן בעל המאמר איבער אפאר יסודות׳דיגע כללים, איך וואלט אפריציעטירט הילף...

1) ווען זאגט מען ״די״ און ווען זאגט מען ״דער״? דוגמא: ״די גאנצע סדר החיים״ אדער ״דער גאנצער סדר החיים״?

מער שאלות וועלן נאכקומען...

דער גאנצער סדר החיים

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:29 pm
דורך איסר האטלקי
מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח פאר די מוסר. באמת שיין פון דיר. אינטערסאנט אז דו האסט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז איך טוה עס פאר פרנסה.

יעצט קענסטו מיר ענטפערן אדער נאר טיילן פעטש איז דיין פאך?

פון וואו האסטו פארשטאנען אז טיילן פעטש טוט ער פאר פרנסה?....

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:30 pm
דורך מה פתאום???
יישר כח, און וואס איז די כלל?

דער לא לנו קאן ווארשיינדליך נישט די יסוד היסודות...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:33 pm
דורך וואוילע שעפעלע
ס'האט מער ווי איין כלל און יוצא מן הכלל'ס... (יוצאים מן הכלל :evil: )


--
אגב, וואס מיינט א 'בראנד'? (אפשר א בראנד וואונד?...)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:34 pm
דורך איסר האטלקי
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ס'האט מער ווי איין כלל און יוצא מן הכלל'ס...

בדרך כלל: לשון נקיבה און לשון רבים איז: די, זכר און יחיד איז דער.
דערנאך איז הכל לפי המצב.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:35 pm
דורך וואוילע שעפעלע
יא יא, דאס איז זייער א קורצער אומקלארער כלל

רוב ווערטער וועסטו נישט וויסן צו ס'איז זכר אדער נקבה

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:38 pm
דורך איסר האטלקי
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אגב, וואס מיינט א 'בראנד'? (אפשר א בראנד וואונד?...)

א וואונד פון א ברי

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:39 pm
דורך וואוילע שעפעלע
אנטשולדיג, מיין שאלה איז געווען געוואנדן צו מה פתאום

(ס'מיינט עפעס טיפער)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:42 pm
דורך איסר האטלקי
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יא יא, דאס איז זייער א קורצער אומקלארער כלל

רוב ווערטער וועסטו נישט וויסן צו ס'איז זכר אדער נקבה

פרעג און איך וועל ענטפערן.
(אויב וועל איך וויסן...).

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:57 pm
דורך מה פתאום???
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אנטשולדיג, מיין שאלה איז געווען געוואנדן צו מה פתאום

(ס'מיינט עפעס טיפער)

אויב האסטו עס יא געליינט ווערטעך שווער א קאשע... וואו איז דיין דאנאציע?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:26 pm
דורך מה פתאום???
ווען איך שרייב ״ניץ״ איך ״געווענטליך״ ווארד.

ווען איך שרייב ״נוץ״ איך ״געווענדליך״ ווארד.

וועלכע איז ריכטיג? דאס איז צוויי שאלות, ביטע ענפערן. יישר כח.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:40 pm
דורך עין טובה
נוץ בעסער געווענליך


פאר דיין אנדערע שאלה זעה דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=1765

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 3:09 pm
דורך מה פתאום???
יישר כח!

---

איך ״געב״ דיר א גרויסע יישר כח!

איך ״גיב״ דיר א גרויסע יישר כח!

ווען נוצט מען גיב און ווען געב?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:34 pm
דורך וואוילע שעפעלע
דאכצעך אז ס'איז צוויי דיאלעקטן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:28 am
דורך איסר האטלקי
מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח!

---

איך ״געב״ דיר א גרויסע יישר כח!

איך ״גיב״ דיר א גרויסע יישר כח!

ווען נוצט מען גיב און ווען געב?

גיב איז ריכטיגער פארצייטיש געשריבן.
היינט נוצט מען שוין אויך געב.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:59 am
דורך בלעטל
איסר האטלקי האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח!

---

איך ״געב״ דיר א גרויסע יישר כח!

איך ״גיב״ דיר א גרויסע יישר כח!

ווען נוצט מען גיב און ווען געב?

גיב איז ריכטיגער פארצייטיש געשריבן.
היינט נוצט מען שוין אויך געב.

כאיסר

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:55 pm
דורך טשאלענט
איז עס 'אינטערסאנט'
אדער 'אינטרעסאנט'?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:05 pm
דורך איסר האטלקי
טשאלענט האט געשריבן:איז עס 'אינטערסאנט'
אדער 'אינטרעסאנט'?

אינטרעסאנט
דער טעות פון אינטערעסאנט נעמט זיך פון די ענגליש ספעלינג.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:11 pm
דורך לכאורה
אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:15 pm
דורך איסר האטלקי
לכאורה האט געשריבן:אויף ענגליש איז עס 'אינטערעסינג'

אויף אידיש שרייב איך "אינטערסאנט"

היבש אינטרעסאנט פון וואו דו נעמסט דיין אינטערסאנט,
מעגליך פון די אונטער'ן חבריא, אדער פון די אינטער-נעט גאר....

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:15 pm
דורך טשאלענט
אזוי ווי 'הונדערט' און 'הונדרעט'?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:17 pm
דורך טשאלענט
אינפארמאציע אדער
אינפראמאציע?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:18 pm
דורך איסר האטלקי
טשאלענט האט געשריבן:אזוי ווי 'הונדערט' און 'הונדרעט'?

יא, דער טעות פון הונדרעט נעמט זיך פונעם ענגלישן אויסלייג.