אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הגות תבונות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:כ'בין געווען היבש מסופק, ווייל ס'הערט זיך נישט אזוי גוט. אבער מהיות איר קוקט מיר אויס ווי א שפראך-מבין וועל איך עס מקבל זיין.

ש'כח.

ס'איז מעגליך אז ס'הערט זיך דיר נישט גוט, ווייל דאס רוב קען טאקע נישט די כללים. דאס מיינט אבער אלץ זיין מסופק ווי אזוי ס'קומט אן האבן א ליניע וואס נאכצופאלגן. ווען דו שטעלסט דיך אפ אריינקלערן קומט צו נאך א זאך, אז ס'וועט כמעט אלעמאל זיך שפירן אינטערעסאנט...

אן אלטערנאטיוו צו דיין זאץ איז "צו דעם וואס האט דיר מטיב געווען".

א דאנק אייך ר' גרשון מיין פריינט.
מיין כוונה איז געווען אז מהיות עס קוקט נישט אויס אזוי גוט, אפשר גייט טאקע דער כלל נישט אן ווען דער דאטיוו איז א פראנאם.
ממילא וועל איך מיך ערלויבן דיך צו פרעגן צו דו ווייסט אז דער כלל גייט אן ביי דעם אויכעט, אדער מסברא בעלמא, וואס דאן איז שוין הרשות נתונה זיך מחולק זיין...

כ'בין נישט זיכער דערין, אבער כ'מיין אז דאס איז נישט קיין פראנאם נאר עפעס וואס באשטימט אן ארטיקל און ס'פעלט פשוט דער ארטיקל. ס'איז ווי ס'וואלט געשטאנען צו דעם מענטש. פארשטייט זיך אויב איז די רעדע פון א פרוי, מיינט עס צו דער פרוי. בכל אופן, כ'האב נישט געזען קיינמאל איינער זאל רעדן דערפון - ס'איז מסברא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הגות תבונות האט געשריבן:געוואלט הערן פונעם עולם שפראך עקספערטן,
ביי מיר איז אלץ געווען א דבר פשוט אז 'וואס' נוצט מען נאר נאך א יחיד, אבער נאך א רבים נוצט מען 'וועלכע';
לדוגמא: דער סיום הש"ס וואס קומט פאר אין מעטלייף
די מאסן וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען ביים סיום.

העט'ך געוואלט הערן צו דאס איז ריכטיג, אדער קען מען אויך נוצן 'וואס' אויף א רבים.

כ'מיין אז מ'קען עס אויך ניצן ביי א לשון רבים.

בדרך אגב איז יש אומרים אז די אידישע שפראך פארלאנגט נישט אייביג צו אכט געבן צווישן יחיד און רבים. א שטייגער ווי מ'זאל זאגן, "אויב וועלן חפצים דא בלייבן, וועט עס ווערן אוועקגעטראגן." גראמאטיש וואלט מען געדארפט זאגן "וועלן זיי ווערן אוועקגעטראגן", און אין אנדערע שפראכן, צב"ש ענגליש, וואלט טאקע קיינער נישט אויפגעטוישט צווישן דעם זיי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יישר כח

כ'גיב טאקע יא אייביג אכטונג דערויף.
ווער זענען די יש אומרים?
קריסטאל-קלאר
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריסטאל-קלאר »

שטייסטענישט האט געשריבן:ס'וואונדערט (ווינדערט?) מיר טאקע פארוואס מ'שרייבט "אונטער'ן טיש" לכאורה דארף מען שרייבן "אינטער", ווייל ס'יז משורש "אין".

וכן אני נוהג.

אפשר ביניך ראנג

מנא לך אז דער שורש איז פון אין? וואס האט אונטער מיט אינטער?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

נישט קיין שייכות "אונטער" און "אין."
אינטער מיינט אינטער-נאציאנאל, אדער אינטער-אפיס (צווישן אפיסעס וכו') אזוי אויך אין ענגליש international.
אונטער מיינט אונטער א זאך, אזוי אויך אין ענגליש under.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

גרשון האט געשריבן:נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו – אין קורצן זייער באדייט:

"נאמינאטיוו" אין דער מענטש אדער חפץ וואס טוט די זאך אינעם זאץ: דער טאטע איז געגאנגען אין בית המדרש, דער טיש האט זיך צובראכן, די מאמע האט געגעבן צו עסן פאר די קינדער, די זון האט אויפגעשיינט, דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען, דאס הארץ איז געווען מלא שמחה. דאס ווערט גערופן דער subject פונעם זאץ.

"אקוזאטיוו" באציט זיך צו עפעס וואס א צווייטער האט געטון מיט אים: איך האב געזען דעם רבי'ן, מיין חבר האט אויפגעהויבן דעם שאנק, מיין זון האט באטראכט די נאטור, איך האב געקושט די מזוזה, דער רייניגער האט אפגעוואושט דאס וואסער. דאס ווערט גערופן direct object.

"דאטיוו" איז עפעס וואס פאלגט נאך א פרעפאזיציע (פון, צו, אויף, אונטער, העכער, נעבן, וועגן, צוליב, דורך, מיט, אן, ביז, אא"וו), אדער אפילו די פרעפאזיציע שטייט נישט אבער באמת וואלט עס דא געקומען: איך בין געגאנגען צו דעם (צום) בית המדרש, ער האט געזאגט [פאר] דעם באאמטן, דער גליקליכסטער אויף דער וועלט, דאס קינד מיט דער מאמע, ער האט געזוכט מיט דעם (מיט'ן) אויג, איך האב געפרעגט [פון] דעם קינד.

אידישע גראמאטיק איז שטארק באזירט אויף די חילוקים פון די דריי פעלער, ועוד חזון למועד בעז"ה.

צו זען מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_grammar

איך פארשטיי נישט אינגאצן, וואס זענען די כללים אין די חילוקים?
שכוח
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יעדער מענטש אדער חפץ איז איינער פון דריי מינים: זכר, נקיבה, אדער נייטראל. יעדעס מאל מ'רעדט פון אן ארטיקל (מענטש אדער חפץ), זענען שייך דריי בייגפאלן (cases), ווי אויסגעשמועסט אין דער אויבנדערמאנטער תגובה.

אויב עפעס איז נישט קלאר, ביטע שמועס אויס פרטיות'דיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

רוב פשוטע עמך אידן טראכטן נישט ווען זיי שרייבן וועלכע דזשענדער די חפץ איז, און אוודאי נישט נאמנאטיוו/אקוזאטיוו/דאטיוו,
מילא אדער טרעפט מען עפעס א גרינגע סימן, אדער וועט מען אייביג ניצן 'די'.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:רוב פשוטע עמך אידן טראכטן נישט ווען זיי שרייבן וועלכע דזשענדער די חפץ איז, און אוודאי נישט נאמנאטיוו/אקוזאטיוו/דאטיוו,
מילא אדער טרעפט מען עפעס א גרינגע סימן, אדער וועט מען אייביג ניצן 'די'.

ס'איז א פראבלעם. ווען גוטע שרייבערס וואלטן מקפיד געווען, וואלטן עמך מענטשן נישט געדארפט טראכטן צו טיף, ווייל ס'וואלט געווען א דבר פשוט. (אזוי ווי מ'קען זען אין אלטע אידישע געשרייבעכצער, און אזוי ווי ס'איז ביז היינט ביי אנדערע שפראכן ווי ס'זענען דא מינים, ווי דייטש און פראנצויזיש.)

למעשה איז שרייבן אייביג די נישט קיין עצה, פשוט ווייל שרייבן די רבי, די טאטע, אדער די מענטש וועט שטעכן אין די אויגן פאר יעדן מיט א געפיל צו אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך האב געמיינט כמעט אייביג, חוץ ווען מען פילט אז דא קומט עס זיכער דער/דאס/דעם
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

קען איינער אריינקומען מסביר זיין די כללים ווען מען זאגט פאר, און ווען מען זאגט פארן?

איך ווייס ווען מען ניצט וואס. איך זיך צו וויסן די פארוואס, וואס איז די כלל?

לדוגמא, גיב ’פאר’ מיר און גיב ’פארן’ קינד.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

Dim האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מסביר זיין די כללים ווען מען זאגט פאר, און ווען מען זאגט פארן?

איך ווייס ווען מען ניצט וואס. איך זיך צו וויסן די פארוואס, וואס איז די כלל?

לדוגמא, גיב ’פאר’ מיר און גיב ’פארן’ קינד.

'פארן' איז א פארקורצונג פון 'פאר דעם'. דאס הייסט, איבעראל וואו דו וואלסט געשריבן 'פאר דעם', קען מען שרייבן 'פארן'. ומהאי טעמא זענען פארהאן אזעלכע וואס שרייבן פאר'ן.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

שוין געטראכט דערפון עס שטימט מיר אבער נישט

שכח פארן פאלגן, שכח פאר דעם פאלגן?

שכח פארן ענטפערן מיין תגובה... שכח פאר דעם/דאס ענטפערן מיין תגובה?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יא! שכוח פאר דעם וואס דו האסט געפאלגט
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הגות תבונות האט געשריבן:ומהאי טעמא זענען פארהאן אזעלכע וואס שרייבן פאר'ן.

כ'מיין אז אזוי קומט עס פראפעסיאנאל, קוק אין די צייטונגען יעדער שרייבט אזוי
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:ומהאי טעמא זענען פארהאן אזעלכע וואס שרייבן פאר'ן.

כ'מיין אז אזוי קומט עס פראפעסיאנאל, קוק אין די צייטונגען יעדער שרייבט אזוי

ס'איז א גרויסע מחלוקת הראשונים... עי' מש"כ א. ראטה.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ווען זאגט מען אנהייבן און ווען זאגט מען אנפאנגען?
ער גייט אנהייבן אדער אנפאנגען?
הייב אן פון אנהייב אדער פאנג אן פון אנפאנג?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

סינאנימען מיטן זעלבן באדייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”