אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
אין קורצן: כללים צו שרייבן אידיש
איך האב געקלערט צו עפענען די אשכול ארויסצוהעלפן אנדערע און אין די זעלבע צייט ווערן געהאלפן.
איך געדענק ווען איך בין ארויפגעקומען דא אין קרעטשמע און אנגעפאנגען צו שרייבן אן וויסן וואס שרייבן מיינט. מיט די צייט האבן זיך זאכן צוגעריבן און מיט יעדן טאג מאכט מען פארשריט ב"ה. ווען מען פרעגט איינעם "וואו לערענט מען זיך שרייבן" איז די ענטפער אייביג, שרייב אסאך און ליין נאכמער, מיט די צייט וועסטו זען אז זאכן ווערן בעסער און בעסער.
די אמת אבער איז אז ס'איז דא צוויי טיילן אין שרייבן, איינס איז די ווערטער אוצרות וואס אין אידיש הייסט דאס די לעקסיקאן און דאס ווערט טאקע גרעסער מיט יעדן טאג וואס מען ליינט און שרייבט. אבער דאס צווייטע איז בעצם וויסן ווען מען ניצט וועלכע ווארט און וויאזוי מ'שרייבט די ווארט און איר אפטייטש. דאס שווערסטע איז נאך מיט ווערטער וואס האבן צוויי באדייטן אבער זאגן זיך אייניג און דאס פארמישט זייער. און דאס ווערט נישט בעסער מיטן ליינען ווייל אויב ווייסט מען ניטאמאל אז מען דארף לייגן א דגוש דעראויף ווייסט מען נישט זיך צו פארריכטן.
ווען איך האב אנגעהויבן צו שרייבן האב איך געבעטן גוטע אידן אז ווען מען זעט עפעס נישט ריכטיג זאל מען מיך לאזן וויסן און ב"ה מיט די צייט בין איך געווארן בעסער און בעסער. וויאזוי איך האב עס געטון איז געווען, איך האב געהאט אן אפגעשריבענע צעטל מיט אלע ווערטער און זייער ריכטיגע אפטייטש, יעדעס מאל איך האב געשריבן עפעס האב איך געקוקט אויף דעם וויאזוי ריכטיג עס אפצושרייבן. היינט ב"ה דארף איך שוין נישט קוקן, אבער איך האב געקלערט אז ס'זיכער דא מענטשען וואס קענען הנאה האבן דערפון און אפשר וועט איינער עפעס צולייגן וואס איך און אנדערע וועלן קענען הנאה האבן.
איך וועל אנפאנגען מיט די ווערטער וואס האבן צוויי באדייטן און צולייגן די ענגלישע אפטייטש אזוי אז ווען מען שרייבט די ווארט זאל מען קלערן וויאזוי מען זאגט עס אין ענגליש און אזוי וועט מען וויסן וויאזוי עס צו שרייבן.
און=and
אין=in
צו=to
*צי=pull/or
די=the
דו=you
וואו=where
*ווי=like
אויבן=on top
אויוון= oven
איך האב צוגעלייגט א * צו צוויי ווערטער. ווייל באמת איז די כלל אז "צו=TO און נאר דאס
אלע אנדערע סארט וועגן איז צי. למשל, "דאס צי דאס" אדער, "צי ווייסטו דען" בקיצור, אייביג צי אויסער ווען מ'וויל שרייבן TO
דאס זעלבע איז מיט "ווי" שרייבט מען אויך אייביג "ווי" אויסער ווען מ'וויל שרייבן WHERE
דאן שרייבט מען וואו.
דאס איז וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט. דערנאך איז דא כללים וואס אין דעם בין איך נאכנישט אזוי אויסגריבן און הלואי זאל מיר איינער ארויסהעלפן. בדרך כלל: א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א 'מ' און א 'נ' צוזאמען (טאקע למשל די ווארט צוזא'מען') לייגט מען א 'ע' צווישן די 'מ' און די 'נ'. אזוי אויך ווען א 'ק' מין א 'נ' אדער א 'ג' מיט א 'נ' קומען זיך צוזאם לייגט מען א 'ע' אינדערמיט. (למשל געגאנ'גען')
נאך א כלל, ווען מען שרייבט אז מען 'זוכט א עפארטמענט' שרייבט מען עס 'זוכט אן עפארטמענט' מען לייגט צו א 'ן' צווישן די אלף און עין.
אזוי איז דא נאך צענדליגע כללים, זאלן אנדערע קומען און צולייגען וואס זיי ווייסן און דאס זאל העלפן די נייע שרייבערס וואס קענען ניצן הילף. נאר איין זאך, אויב זוכט איר אויפצובויען אייער ווערטער בוך ביטע זוכט עס נישט אין די היינטיגע צייטונגען. זיי וועלן ליבערשט אויסדרייען אן ענגלישע ווי צו זוכן די ריכטיגע אידישע ווארט פאר אייך. ליינט אלטע אמאליגע ביכער, מאכט זיכער איר ווייסט וויאזוי ארויסצוזאגן די ווארט און איר ריכטיגע אפטייטש. ווער עס האט עפעס צוצולייגען איז מכובד.
א הארציגען יישר כח פאר ידידי מאשקע פארן ארויסהעלפן.

- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
"נאך א כלל, ווען מען שרייבט אז מען 'זוכט א עפארטמענט' שרייבט מען עס 'זוכט אן עפארטמענט' מען לייגט צו א 'ן' צווישן די אלף און עין"
בכלל יעדעס ווארט וואס הייבט זיך אן מיט אן אלף אבער עין - שרייבט מען "אן"
אן עפל
אן אראנדזש
א שירעם
א בוך
אן עקשן אדער אן ערעפלאן

[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah

- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
דער תהילים איד האט געשריבן:אבער: But
אדער: Or
אין אידיש איז ניט געווען דאס ווארט אדער - מען האט גענוצט ביידע מאל דאס ווארט "אבער"
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
- שטייסטענישט
- שר האלפיים
- תגובות: 2351
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
- לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם
ס'וואונדערט (ווינדערט?) מיר טאקע פארוואס מ'שרייבט "אונטער'ן טיש" לכאורה דארף מען שרייבן "אינטער", ווייל ס'יז משורש "אין".
וכן אני נוהג.
אפשר ביניך ראנג
וכן אני נוהג.
אפשר ביניך ראנג
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
פיהל - הרגשה - שפירן
פוהל - מלא - אנגעפוהלט
פול - פול הלבן - בונדל (אדער ווען מ'שרייבט אן ענגליש ווארט בקמץ - ווי צ.ב.ש - פול -ציעהן .
פיל - העליפאנט
פליען איז נישט ריכטיג. ס'איז 'פליעהן'
אהן - בלי
אן - אויבן אן; קומט אן ; אן עפל;
טוהן /געטאהן - עשיה
טאן - וועגט א טאן; לחן/טון;
ציען איז א טעות ס'איז 'ציעהן'
דאס זעלביגע מיט
וועלט - עולם
וועהלט - אויסקלויבן
צעגיין. און נישט 'צוגיין'
כדי אז ווען מ'שרייבט די קליידער האבן אנגעפאנגען צוגיין, זאל מען נישט מיינען זיי האבן פלוצים באקומען פיס. נאר זיי זענען צעגאנען פון אלטקייט. און אזוי וכו' וכו'. מ'דארף פשוט נוצן , (און נישט 'ניצן' ) קאמען סענס. און בעיקר טראכטן וויאזוי די ליטווישע וואלטן עס ארויסגעזאגט.

כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- שטייסטענישט
- שר האלפיים
- תגובות: 2351
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
- לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם
פוהל - מלא - אנגעפוהלט
מקור ביטע ? כ'מיין אז מעלות האלט נישט אזוי... איך מיין אז סיז "פיהל". -- און "פיל" איז די לשו"ק ווארט פאר עלעפאנט, נישט די אידיש ווארט.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
נו נו. אן אלטע פלוגתא פונעם מעלות מיטן ביילייכטונגען, ס'שאדט נישט די ביילייכטונגען טויגן נאך עני טיים אזוי גוט ווי די מעלות. און זינט זיי שטאמען פון די ליטווישע זענען זיי נאך אפ' בעסער. די היזיגע זענען דאך א געמיש (אפשטאמיגע) פון פויליש מיט אונגאריש.
יעצט וועגן פיל. זעה איך האסט נישט יורד געווען לסוף דעתי, דאס האב איך דאך געמיינט - אוועקצומאכן די וואס נוצן 'פיל' פאר הרגשה, נעמליך, דאס איז כלל נישט קיין אידיש ווארט, נאר באדייט אין לשה"ק דער 'העליפאנט' מיטן נאדל. קאפערענדא?..
יעצט וועגן פיל. זעה איך האסט נישט יורד געווען לסוף דעתי, דאס האב איך דאך געמיינט - אוועקצומאכן די וואס נוצן 'פיל' פאר הרגשה, נעמליך, דאס איז כלל נישט קיין אידיש ווארט, נאר באדייט אין לשה"ק דער 'העליפאנט' מיטן נאדל. קאפערענדא?..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- תרגום יונתן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm
די ה' אין די אלע ווערטער (שטומע ה'), איז בלויז א היסטארישע איבערבלייבעניש פון אמאליגן אידיש-שרייבן וואס טייל ניצן נאך היינט. ס'טוט אבער זיכער נישט מחלק זיין די אפטייטש פון די ווערטער אויב עס האט א ה' אדער נישט.
למשל: פול-פוהל, אמאל-אמאהל, יאר-יאהר, זען-זעהן, טון-טוהן, זון-זוהן, און נאך צענדליגער ביישפילן. זיי האבן ביידע איין באדייט.
למשל: פול-פוהל, אמאל-אמאהל, יאר-יאהר, זען-זעהן, טון-טוהן, זון-זוהן, און נאך צענדליגער ביישפילן. זיי האבן ביידע איין באדייט.
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
ניין . איך בין אבסאלוט מחולק.
זון - שמש . בשעת זוהן - איז 'בן' אבער זין איז 'זינען' - השכל/פארשטאנד
ווייטער יאהר איז דער אויסשליסליכער ווארט פאר שנים . און יאר איז בכלל נישט דער ווארט דערפאר. יאר דארף באמת זיין א פתח. די ה' האט געמאכט דעם 'יאהר' פאר א קמץ.
טון, איז לחן. ווייל די וואו מאכט אים פאר א קמץ. און זען גראמט מיט יען (פוילישע מטבע?! ) אבער מיינט נישט זעהן. אמאל איז ווייטער א פתח . בשעת אמא'ה'ל וועט זיין דער קמץ . און אדאנק טאקע פארן אפירברענגען נאך ביישפיהלן. (נישט ביישפילן) האסט ארויסגעהאלפן מיטן חקירה
זון - שמש . בשעת זוהן - איז 'בן' אבער זין איז 'זינען' - השכל/פארשטאנד
ווייטער יאהר איז דער אויסשליסליכער ווארט פאר שנים . און יאר איז בכלל נישט דער ווארט דערפאר. יאר דארף באמת זיין א פתח. די ה' האט געמאכט דעם 'יאהר' פאר א קמץ.
טון, איז לחן. ווייל די וואו מאכט אים פאר א קמץ. און זען גראמט מיט יען (פוילישע מטבע?! ) אבער מיינט נישט זעהן. אמאל איז ווייטער א פתח . בשעת אמא'ה'ל וועט זיין דער קמץ . און אדאנק טאקע פארן אפירברענגען נאך ביישפיהלן. (נישט ביישפילן) האסט ארויסגעהאלפן מיטן חקירה
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- שטייסטענישט
- שר האלפיים
- תגובות: 2351
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
- לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם
"פוהל" איז נישט ריכטיג. מאך א גוגעל סוירטש, די ריכטיגע אויסלייג איז "פיהל". און "געפיל" איז אויך ריכטיג. אפילו אויב "פיל" איז נישט.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
- תרגום יונתן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm
פעדער האט געשריבן:ניין . איך בין אבסאלוט מחולק.
זון - שמש . בשעת זוהן - איז 'בן' אבער זין איז 'זינען' - השכל/פארשטאנד
ווייטער יאהר איז דער אויסשליסליכער ווארט פאר שנים . און יאר איז בכלל נישט דער ווארט דערפאר. יאר דארף באמת זיין א פתח. די ה' האט געמאכט דעם 'יאהר' פאר א קמץ.
טון, איז לחן. ווייל די וואו מאכט אים פאר א קמץ. און זען גראמט מיט יען (פוילישע מטבע?! ) אבער מיינט נישט זעהן. אמאל איז ווייטער א פתח . בשעת אמא'ה'ל וועט זיין דער קמץ . און אדאנק טאקע פארן אפירברענגען נאך ביישפיהלן. (נישט ביישפילן) האסט ארויסגעהאלפן מיטן חקירה
טאקע דאס מיין איך, דאס איז אלעס אייגענע חידושים, ס'האט אבער נישט קיין מקור. אז דו וועסט עפענען אלטע סידורים, וועסטו טרעפן ה'ס לרחצה, אן קיין שום חשבון.
- תרגום יונתן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
איז דו טאקע נוץ נישט די הי'ת. טוה אפ די וועלט, לאך דיך אויס פון די אלטע שמות-סידורים, אבער מ'וועט זיך מער צעמישן צווישן דיינע ווערטער . וו.צ.בש.
אן - אהן - [קומט] אן .
פיהלן. פילן . פולן . וכו'
אבער בעיקר מאכט עס אויס ווען דו וועסט וועלן שרייבן ענגלישע ווערטער אין אידישע שפראך, און דו ווילסט אוואדאי מ'זאל עס ריכטיג לייענען . איז מיין פולי (די מעכאניזם פון ציעהן א שטריק איבער א רעדל למשל) וועט מען לייכט פארשטיין וויבאלד 'פו' איז דאך (אויך) א קמץ. (און א מלאופום אויף לשה"ק ) אבער ביי דיר מיינט דאך עס 'פולי' - ווייטער מיט א חיריק , און אהן א פינטל אינעם פ'. א.א.וו.
אן - אהן - [קומט] אן .
פיהלן. פילן . פולן . וכו'
אבער בעיקר מאכט עס אויס ווען דו וועסט וועלן שרייבן ענגלישע ווערטער אין אידישע שפראך, און דו ווילסט אוואדאי מ'זאל עס ריכטיג לייענען . איז מיין פולי (די מעכאניזם פון ציעהן א שטריק איבער א רעדל למשל) וועט מען לייכט פארשטיין וויבאלד 'פו' איז דאך (אויך) א קמץ. (און א מלאופום אויף לשה"ק ) אבער ביי דיר מיינט דאך עס 'פולי' - ווייטער מיט א חיריק , און אהן א פינטל אינעם פ'. א.א.וו.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
תרגום יונתן האט געשריבן: טאקע דאס מיין איך, דאס איז אלעס אייגענע חידושים, ס'האט אבער נישט קיין מקור. אז דו וועסט עפענען אלטע סידורים, וועסטו טרעפן ה'ס לרחצה, אן קיין שום חשבון.
איך קען נישט גלייבן אז די אמאליגע יודן האבן סתם געפירקלט ה'ס פאר שוואויל טאג
איך (ווער בין איך?) געב גערעכט פאר הרב פעדער - ואתכם הסליחה
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
קרעמער האט געשריבן:געווען געוויסע וועלכע פלעגן נישט מקפיד זיין דערויף, און זיי פלעגן טאקע - און טייל האלטן דאס אן עד היום הזה - נערווירן די נארמאלע מענטשהייט.
"אבער" - איז דע וועג צו גיין, אלזא האסטו ניט קיין ברירה ווארום ניט צו ליינען, וואס........
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
געלעגער האט געשריבן:דערנאך איז דא כללים וואס אין דעם בין איך נאכנישט אזוי אויסגריבן און הלואי זאל מיר איינער ארויסהעלפן. בדרך כלל: א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א 'מ' און א 'נ' צוזאמען (טאקע למשל די ווארט צוזא'מען') לייגט מען א 'ע' צווישן די 'מ' און די 'נ'. אזוי אויך ווען א 'ק' מין א 'נ' אדער א 'ג' מיט א 'נ' קומען זיך צוזאם לייגט מען א 'ע' אינדערמיט. (למשל געגאנ'גען')
אויב א ן' קומט נאך א ל', מ', נ', נג', אדער נק', לייגט מען אן ע' פאר דעם ן'. ביי ל' איז דער כלל גילטיג נאר אויב דאס אות פאר דעם ל' איז א קאנסאנאנט און נישט קיין וואקאל (א, ו, וי, י, יי, און ע).
ביישפילן וואו מען לייגט אן ע':
ל: האנדלען, וואנדלען, ארטיקלען, הימלען.
מ: קוימען, נעמען, צוזאמען.
נ: וואוינען, ליינען, געשטאנען.
נג: דינגען, זינגען, געגאנגען.
נק: דאנקען, באשאנקען, געטרונקען.
ביישפילן וואו מען לייגט נישט קיין ע':
ל: וואלן, זוילן, היילן, וועלן, שפילן.
די רעשט: אויבן, זיגן, ווארפן, שיסן, קרעכצן, שיקן.
(ס'איז דא נאך עטליכע קאמפליצירטע דעטאלן צו די כללים מיט וואס איך בין נאכנישט אזוי באקאנט.)
אגב, איך בין דעם חוה"מ פסח איבערגעגאנגען רוב פון דעם שפראך פארום, און זייער אסאך כללים קען מען טרעפן דערין צעזייעט און צעשפרייט. קרעמער האט געמאכט א מפתח דערפון וואס מען קען טרעפן אויפ'ן הויפט בלאט פון דעם פארום.
דא איז א שיינע תגובה פון יקתואיל, וואס גייט איבער פילע פון די פשוט'ע כללים.