הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה - ברכת החודש ונוסחתה

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה - ברכת החודש ונוסחתה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

דעי וואך שבת איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין די פרעמד, און כ'האב געהערט א נייע ראש חודש בענטשן,
דער רב הקהלה האט געזאגט שטייט און קלאר:
"ראש חודש אייר יהי' ביום הראשון וביום השני,
בשבת הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה".


כ'האב אזוי געטראכט, וואס טייטש שבת? איך פארשטיי אז יום ראשון בשבת מיינט דער ערשטע טאג פון די קומענדיגע שבת קודש,
און מיט דעם איז מען דאך מקיים דעם זכור את יום השבת לקדשו.
און אזוי וואלט איך געטייטשט דעם נוסח, אז ראש חודש וועט זיין די ערשטע טאג פון דעם קומענדיגע שבת,
און "דער טאג" וועט קומען לטובה.

אבער מ'טרעף מיר אין גמרא, רבן גמליאל אומר "שתי שבתות", וואס דאס מיינט צוויי וואכן, איז אפשר מיינט דאס טאקע "די ערשטע טאג, פון די וואך וואס וועט קומען לטובה".

אלזא וואס וואלט איר געהאלטן
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

שבע שבתות תמימות..
עת לקרות | ועת לתגוב
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

בפשטות גייט עס אויף ראש חדש. און דאס איז איינע פון מיינע אלטע הוכחות צו די נוסח פון די אלטע סידורים ביז ממש לעצטענ'ס אז מ'זאגט ר"ח אייר ביום וכו' און נישט יהיה ביום, ווייל נאך דעם נשוא המשפט (יהיה ביום פלוני) פאסט נישט צוריק צוגיין מבאר צו זיין די נושא (ר"ח פלוני). נאר עס איז אלץ איין זאך מיט'ן אויספיר פון יחדשהו.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אויב מעג איך וויסן וועלכע קהילה עכ"פ וועמענס נוסח דאווענט מען דארטן?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב טקסט , וואס מיינט ביז ממש לעצטנס? מעודי שמעתי מגדולים וטובים הנוסח יהי' ביום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

סיי דא אין אמעריקא און סיי אין א"י האב איך גהערט יהי' ביום פלוני בשבת.
פוק חזי מאי עמא דבר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

די גאנצע נוסח העולם וואס מ'זאגט דעם שטיקל פון ר"ח פלוני יהיה ביום פלוני אלץ א אייגענע משפט און נישט אלץ די פירוט הנושא צום יחדשהו איז קלאר נישט ווי כ'האב געשריבן אבער קוק אריין אין אלע סידורים - אפילו די וואס אלע גדולים וטובים האבן גענוצט, ביז די ממש לעצטיגע.
כ'גיי נישט אריין צו ס'איז אויסגעהאלטן צו זאגן למעשה אנדערש ווי אלע גדולים אויף אזא זאך (פאר זיך לעבסט זאג איך נישט יהיה ווייל כ'בין גענצליך משועבד צום סידור פון רבינו הזקן נ"ע), אבער די נוסח הסידורים איז קלאר אזוי, ומוכח פון דעם וואס מ'זאגט נישט קיין לשון רבים ווען ס'איז דא 2 טעג ר"ח הבאים עלינו, ווייל ס'גייט נישט אויף די טעג נאר אויף ר"ח אדער אויפ'ן חדש גופא, מה שלא שייך אויב האט מען שוין אויסגעפירט יהיה ביום פלוני.
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

כ'ווייס נישט פונקטליך וועלכע סידורים דער טקסטער רב מיינט, אבער אין מג"א סי' תי"ז סק"א שטייט:
"ונהגו לעמוד בשעת אמירת ר"ח ביום פלוני דוגמת קידוש החודש", אן דער יהי'.

אבער אין די גאנצע נושא אויף וואס "הבאה עלינו לטובה" גייט ארויף, האב איך געטראפן אין שערי אפרים (שער י' סל"ט) פון ר' אפרים זלמן מרגליות (און אין די נושאי כלים אויפן פלאץ) א גאנצע שמועס וועגן דעם,
צו ס'גייט ארויף אויף ראש חודש, אויב יא וואלט מען געדארפט טוישן ווען ס'דא צוויי טעג ראש חודש און זאגן "הבאים עלינו לטובה",
אזויווי מ'זאגט פסח "למועדים ולרגלים אחרים הבאים לקראתינו לשלום".

אבער ער פירט אויס ס'גייט ארויף אויף די גאנצע חודש, פארדעם זאגט מען לשון יחיד, עיי"ש.

ער ברענגט אויך די נוסח אן די ווארט יהי'

אלזא, לכאורה די פשט יא אזויווי כ'האב געמיינט, אז יום שני בשבת מיינט די צווייטע טאג צום קומענדיגע שבת, און נישט וואך, נאר אויף אזויפיל האט יענע רב אויפגעטון אז כ'האב אויסגעפונען א נייע פשט אין הבאה עלינו לטובה. ייש"כ.

***
אגב רב טקסט, זענט איר דער רב וואס איך זע אלעמאל טעקסטן אויף א זילבערנע בלעקבערי?...
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אננעמער האט געשריבן:דעי וואך שבת איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין די פרעמד, און כ'האב געהערט א נייע ראש חודש בענטשן,
דער רב הקהלה האט געזאגט שטייט און קלאר:
"ראש חודש אייר יהי' ביום הראשון וביום השני,
בשבת הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה".


כ'האב אזוי געטראכט, וואס טייטש שבת? איך פארשטיי אז יום ראשון בשבת מיינט דער ערשטע טאג פון די קומענדיגע שבת קודש,
און מיט דעם איז מען דאך מקיים דעם זכור את יום השבת לקדשו.
און אזוי וואלט איך געטייטשט דעם נוסח, אז ראש חודש וועט זיין די ערשטע טאג פון דעם קומענדיגע שבת,
און "דער טאג" וועט קומען לטובה.

אבער מ'טרעף מיר אין גמרא, רבן גמליאל אומר "שתי שבתות", וואס דאס מיינט צוויי וואכן, איז אפשר מיינט דאס טאקע "די ערשטע טאג, פון די וואך וואס וועט קומען לטובה".

אלזא וואס וואלט איר געהאלטן

און וויאזוי זאגט מען לפי נוסחתם ווען ראש חודש געפאלט קומענדיגן שבת און זונטאג דערנאך?
מען קען נישט זאגן בשבת ביום הראשון בשבת הבא וכו', נאר אויב דער בשבת גייט ארויף אויפן טאג, ראשון בשבת, ודוק.
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:און וויאזוי זאגט מען לפי נוסחתם ווען ראש חודש געפאלט קומענדיגן שבת און זונטאג דערנאך?
מען קען נישט זאגן בשבת ביום הראשון בשבת הבא וכו', נאר אויב דער בשבת גייט ארויף אויפן טאג, ראשון בשבת, ודוק.

דאס וועט אי"ה זיין שבת מברכים אלול "הבאה עלינו לטובה", אויב וועט ער זיין מיט מיר קאנטרי וועל איך צולייגן קאפ אי"ה.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

מה' מצעדי גבר, כ'האב פונקט אריינגעוואקט אין א קאפי סטאר היינט, און כ'האב געזעהן קאפיס פון אן אלטן סידור געדרוקט 1836,
נוסח בעהמען - מעהרן - אונגארן,
דארט שטייט יא "ר"ח פלוני יהי' וכו'"

אלזא, רב טקסט, אפשר קענסטו צוצייכענען מער מראי מקומות אויף די אלטע און נייע נוסח?
ווי שטייט נישט יהי'?
ווען האט זיך עס געטוישט?
ייש"כ.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

ערהאלטן אין אישי, כ'על עס ארויפשטעלן לזכות הרבים.
שלום רב

כ'האב זיך באמת נישט צו שטארק אינטרעסירט אין דעם, נאר נאכ'ן נאכקוקן אין די פשוט'ע געווענליכע סידורים המצויים מיט וואס אונז זעמער אויפגעוואקסן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די געווענליכע סידורים: תהלת ה', תפלת כל פה, קול יעקב וכדומה, שטייט נישט יהיה.
און אין די ממש נייע סידורים שטייט עס יא.
קען זיין אז ס'איז דא נאך נישט צו אלטע סידורים וואו ס'שטייט יא, וכאמור איז דאס די פשוטע איינדרוק פון בליקן אין עטליכע סידורים.

עוד זאת אזכיר אז איינעם וועם כ'האב עס מעורר געווען איז געגאנגען נאכזוכען צו טרעפן א מקור אויפ'ן יהי', און האט נאר געפינען אזוי אין נוהג כצאן יוסף.

דער שערי אפרים וואס דו צייכענסט צו טענה'ט, אז מ'זעהט ביי גיטין אז דער תואר גייט אויף לעצטע דערמאנטע זאך,
אבער ווי ס'מוז ארויפגיין אויף פריער למשל הכהן זאגט מען אזוי.
אויב האט מען געזאגט יהיה (אדער וויל מען מפרש זיין אהן יהיה אזויווי מיט יהיה) דארף מען נישט קיין ראי' פון גיטין,
און ס'איז פשוט אז אפילו ווי מ'מוז אזוי טייטשען קען מען עז נישט ארויפלייגן אויף פריער (כי אם על דרך מקרא מסורס).

ועוד אז דער שערי אפרים איז גאר מוכיח אז ס'גייט אויף פריער, פון יחדשהו וואס מ'זאגט גלייך נאכדעם, וואס גייט דאך זיכער אויף פריער,
אויב זאגט מען יהיה (אדער מ'איז עס מפרש אזוי ווי מיט יהיה), איז דאך ר"ח פלוני יהיה ביום פלוני הבעל"ט איין משפט,
און יחדשהו א נייע משפט, וואס פארשטייט זיך אז ס'קען בהחלט יא צוריקגיין דייקא דארט צום נושא און ס'איז בכלל נישט קיין הוכחה אויף די פריערדגע ווערטער וואס זאגן זיך בכלל נישט בחטיבה אחת עמו,
ממילא סיי מ'האט נישט קיין הוכחה אז ס'גייט אויף פריער והדרא הראיה מגיטין שכשאין הוכחה מתפרש אדסמוך, און סיי ס'מוז גאר זיין אז ס'גייט אדסמוך ווייל סוף משפט קען מען גארנישט צוריק גיין צום נושא וכנ"ל.

בברכת הצלחה רבה בכל הענינים וכט"ס


אגב, האבעך מיך געזעצט אביסל אויף היברובוקס.קאם, נאכגעקוקט א גאנצע באנטש מיט סידורים, און הפלא ופלא,
רוב רובו פון די אלטע סידורים שטייט נישט יהי'! (ס'יא דא איינצעלנע וואס ס'שטייט יא)
און אין אסאך שטייט אפילו נישט "הבאה עלינו לטובה". נאר "ר"ח פלוני ביום פלוני יחדשהו וכו'".

ע"כ באמת צריך עיון גדול בזה מהיכן נשתרבב היהי'.
אין איינע פון די סידורים האבעך געזען פאר מיש שעשה "ומכריזין איזה יום ר"ח",
און נאך מי שעשה די נוסח פון ר"ח פלוני ביום וכו'.
אז כ'על האבן געדולד וועל איך לינקן.

כ'האב נישט לידי קיין אוצר התפילות, אפשר פון דארט קען מען קלוגער ווערן.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב דא א סידור אוצר התפלות און עס שטייט ראש חדש (פלוני) ביום (פלוני) הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

עני הערה פון אונטן?
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער ברענגט דארט א נוסח פון סידור רב עמרם גאון:

בסימן טוב יהא לנו ראש חדש פלוני (יום פלוני ויום פלוני) כו'.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דרך אגב ביי אונז האט מען געזאגט יהיה מחר...
ולמחרתו...
וועגען הבאים אדער הבא איז שוין דא צווישען די מדקדקים א שמועס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

דאס איז קלאר בלי ספק אז די גאנצע ענין פון ר"ח בענטשן איז מכריז צו זיין די זמן ר"ח (אין זמני מספיק להאריך, ואי"ה עוד חזון). עס איז לכאורה נישט קיין נפ"מ אויב מען זאגט יהי' אדער נישט, מען קען גאנץ פשוט אריינלייגן דעם "יהיה" אינעם משמעות אפילו מען זאגט עס נישט. די נוסח פון יחדשהו (און בכלל סיי וועלכע נוסח מיט ברכות אויפן חודש הבא) איז היפש יונגער פונעם עצם מנהג מכריז צו זיין דעם זמן החודש.

אבער איך בין נישט משיג וואס די גאנצע שמועס האט א שייכות מיטן נושא האשכול, אויב די שבת גייט אויף ארויף (שלישי בשבת וכדומה) און דאס מיינט דעם שבת קודש, אדער אויף אראפ און דאס מיינט די וואך.
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אבער איך בין נישט משיג וואס די גאנצע שמועס האט א שייכות מיטן נושא האשכול, אויב די שבת גייט אויף ארויף (שלישי בשבת וכדומה) און דאס מיינט דעם שבת קודש, אדער אויף אראפ און דאס מיינט די וואך.


אמת אז די שמועס איז פארקירעוועט געווארן, און ייש"כ פארן טוישן די קעפל.
אבער ס'האט א שטיקל שייכות, ווייל איינמאל מ'איז געוואויר געווארן אז הבאה עלינו לטובה גייט אויף די חודש
אזויווי די פתחי שערים דארט אויפן שערי אפרים איז מבאר,
קומט אויס אז ס'גייט נישט ארויף אויף די ווארט "שבת",
נאר "שבת" גייט צוזאמען מיט די יום פלוני בשבת.

סך הכל גייט די פשט אזוי:
ראש חודש פלוני ביום פלוני בשבת הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה יחדשהו וכו'.
אבער איה"נ די ווארט "יהי'" קען שטימען אויך אויף דעם אופן אבער ס'איז געשמאקער אן די יהי'.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

אז מ'האט שוין געטוישט די קעפל, וועל איך שוין צולייגן,
אז ס'איז דא א טעות העולם, אז נאך וואס די ש"ץ זאגט ר"ח פלוני (יהי') ביום פלוני וכו',
זאגט דער עולם נאך "ר"ח וכו'",
דאס איז א גרייז, ווייל סך הכל איז דאס אן הכרזה אז ראש חודש גייט זיין דעמאלס און דעמאלס,
און פונקט ווי יעדער פארשטייט אז נאך מ' רופט אויס די מולד (דארט ווי מ'פירט זיך אזוי) וועט קיינער נישט נאכזאגן וואס מ'האט יעצט אויסגערופן,
הוא הדין דא, האט נישט קיין שום פשט נאכצוזאגן וואס די ש"ץ איז מכריז ווען ראש חודש איז.

וכן אמר לי מו"ר זצ"ל להדיא, אז נאך די ש"ץ זאגט ר"ח פלוני (יהי') ביום פלוני בשבת!
זאגט דער עולם מיט "הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה, יחדשהו וכו'".
און ס'האט מיך אלעמאל געבאדערט פארוואס זאגט מען הבאה וכו', ס'איז דאך א חלק פון די הכרזה לכאורה?
ולפי כל המתבאר כאן מיושב היטב, אז די הכרזה איז נאר ווען ראש חודש איז,
משא"כ הבאה עלינו וכו' גייט שוין אויף די חודש.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איך האב געבלעטערט אביסל אין די אלטע סידורים, כמעט איבעראל איז די נוסח ר"ח פלוני ביום פלוני, און א פרישע פיסקא יחדשהו. דהיינו, דער "יהיה" מיטן איז פונקט אזוי אלט ווי דער "בשבת".

אן אויסנאם איז די סידור "סדר התמיד" (נוסח ד' קהלות) מיט גאר א זיסע נוסח.

כך גזרו רבותינו המכובדים שנכריז בכל קהלות הקודש שיהיו יודעין גדולים וקטנים כשיהיה לנו ראש חודש, ראש חודש פלוני יהיה יום פלוני ויום פלוני יחדשהו וכו'.


עס איז באקאנט עפ"י רוב די דריי נוסחאות התפלה, אשכנז, ספרד, איטלקי. אבער אין דרום צרפת איז געווען פיר קהלות אפגעזונדערט פון אלע אנדערע קהלות מיט אייגענע נוסחאות און מנהגים, בעיקר ווערט דאס גערופן אויפן שטאט קארפינטראץ (אדער כעין זה). זייערע מנהגים ענדלען מער צו ספרד ווי אשכנז, פארט איז דא א גרויסע מרחק, א דוגמא איז די הכרזת ראש חודש, אין סידורי ספרד געפונט מען נישט קיין זכר דערפון (די עיקר מקור איז פון רב עמרם גאון (כדברי קרעמער) וואס איז די יסוד צו נוסח אשכנז כמבואר בתשו' חת"ס). אבער די נוסח ד' קהלות מאכט דערפון א גאנצע אריכות.
זעה דא א לענגערע אפהאנדלונג איבער די ד' קהלות.
די סידור הנ"ל איז געדרוקט געווארן דורך די משפחת כרמי, די משפחת כרמי איז געווען די שענסטע משפחה ביי די ד' קהלות, מהם יצאו רבניהם וסופריהם וראשיהם, דער מאמר מרדכי - נצר משפחת כרמי - איז אויך געווען אין קארפינטראץ.


אננעמער האט געשריבן:וכן אמר לי מו"ר זצ"ל להדיא, אז נאך די ש"ץ זאגט ר"ח פלוני (יהי') ביום פלוני בשבת!
זאגט דער עולם מיט "הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה, יחדשהו וכו'".

הרוצה בעילום שמו?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

כ'האב אמאהל געזאגט א מעגליכע סיבה פארוואס פרויען זענען אזוי מקפיד צו גיין צו ש'חודש בענטשען
איז ווייל מען רופט דאך אויס דער מולד
און לפי דער בעה"מ רעכענט מען ווסת החודש לפי דער מולד דייקא
ממילא מוזען זיי וויסען דער מולד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

אננעמער האט געשריבן:וכן אמר לי מו"ר זצ"ל להדיא, אז נאך די ש"ץ זאגט ר"ח פלוני (יהי') ביום פלוני בשבת!
זאגט דער עולם מיט "הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה, יחדשהו וכו'".

הרוצה בעילום שמו?[/quote]
ראה ראיתי בס' מגן אבות - באבוב בעמ' שע"ד שמנהגם שהקהל אומר ר"ח וכו' עם הש"ץ בלחש, ושם בהערות (מגן וצנ"ה ס"ק רל"ט) הובא משערי אפרים (י' סל"ו) שמוטל רק על הש"ץ, ואם רוצה יאמר עמו בלחש. והביאו עוד מס' יסושוה"ע (ח' סופ"ט) שיאמרו עמו הקהל. ושם (מגן וצינ"ה ס"ק ר"מ) הביאו ממנהגי אמסטרדאם שהקהל אומר "הבעל"ט".
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס איז דא א ענין אז יעדער זאל מיט זאגען שטיל דעם מולד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הערט און שטוינט.

די נוסח פון "הבא עלינו לטובה" ווערט ארגינעל געזאגט בלויז ווען ראש חודש איז קומענדיגע שבת, מען זאל זיך נישט טועה זיין אז מען מיינט די יעצטיגע שבת (אדער עס זאל נישט אויסזעהן אז די היינטיגע שבת איז נישט קודש).

אזוי איז געווען די מנהג אין די קהלות ותיקות ווירמייזא, פראנקפורט, אמסטרדם.

לויט דעם איז פשוט אז "בשבת" (אויב מען זאגט עס) גייט דאס אויף ארויף.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

טייבעלע האט געשריבן:עס איז דא א ענין אז יעדער זאל מיט זאגען שטיל דעם מולד.

כבר ציינתי לעיל, עיי"ש.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”