יהודה, יהודא, יודא און יאודה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

יהודה, יהודא, יודא און יאודה

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:49 am

אויפן אנפראגע באישית וז"ל ידידי הוותיק:
"יהודה" איז ווארשיינליך דער ריכטיגער און מערסט אויסגעהאלטענער נאמען, אבער אויף די שער בלעטער פון זיינע (כוונת ידידי להספה"ק ייטב לב) ספרים זעה איך "יהודא". און די וואס רופן זיך על שמו, שרייבן זיך אפט אונטער "יודא". אלזא, איז דא עפעס כללים דערין?


מיין ענטפער צו אים כפי מה שקבלתי ממו"ר שליט"א אז אין א כתובה אדער גט שרייבט מען 'יהודה' אזוי ווי עס שטייט אין די תוה"ק, דאס וואס מ'שרייבט געווענליך מיט אן א' ביים סוף אדער אין קורצן 'יודא' איז משום כבוד וקדושת השם וואס איז דא אינעם ווארט יהודה (סיי דער י-ה ביים אנהויב, און סיי ווייל אס מ'איז מסיים מיט א ה' איז פארהאן א חשש אויסצולאזן דעם ד' און עס וועט בלייבן די שם הוי"ה ב"ה) און איך האב זיך דערמאנט אז ביי חכמי הספרדים איז באקאנט דער טויש צו שרייבען 'יאודה' מהאי טעמא.

אולי איז כדאי צו הערן אנדערע מקורות אדער הגהות בזו הנושא

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 08, 2011 2:37 pm

לפי ידיעתי איז יאודה נאר רגיל ביי די ספרדים אזוי ווי מיללער שרייבט, אבער לעצטענס האב איך געזעהן א בריוו פון הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל ווי ער שרייבט אויך אזוי.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג מארטש 08, 2011 3:07 pm

איך האב אמאל דורכגעטון דעם נושא, דאכט זיך מען נוצט דעם דברי חיים אלץ א מראה מקום צו שרייבן מיט א אלף, אזויווי "גברין יהודאין".
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:08 pm

גרויזאמער האט געשריבן:איך האב אמאל דורכגעטון דעם נושא, דאכט זיך מען נוצט דעם דברי חיים אלץ א מראה מקום צו שרייבן מיט א אלף, אזויווי "גברין יהודאין".


דא איז דער גאנצער שמועס אינעם בית שמואל סיי איבער יאודה און סיי איבער יהודא, ועליו חונה דברי מרן הדברי חיים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=59

דער צושטעל צו 'גוברין יהודאין' איז אז אולי הייסט דער מענטש 'יודא' נישט על שמו של יהודה בן יעקב נאר על שם 'יהודי, יוד' וואס אויף אראמיש שרייבט מען דאס בל' רבים 'יהודאין' (כידוע שזה אחד מהחילוקים בין ארמי ללשה"ק לסיים תיבות בא' מתחת ה' כמו"ש באריכות ע"ש עקיבא או עקיבה שמרן החת"ס הקפיד לכתוב עקיבה ואכמ"ל).

אויף דעם שרייבט דער הייליגער רב בשם הכנסת יחזקאל אז אויב איז ער מכונה 'ליב' (אגב, ביו"ד אחת משום שנקודת הציר"י הוא ביו"ד אחת ורק פת"ח חריף הוא בשתי יודי"ן כמ"ש באריכות במקו"א) איז דאס א סימן אז ער איז טאקע נקרא במקור 'יהודה' ע"ש יהודה בן יעקב וואס ער איז נתכנה מיט דעם טיטול 'ארי' עשה"כ גור ארי' יהודה עיי"ש באריכות איך שמרן ז"ל דחה דבריו עם סיפור מעשה באחד שהיה נקרא יהודא ליב בדוקא עם א' לסמן שהכינוי ליב אינו כינוי ליהודא עיי"ש ויונעם לך דברים מתוקים.

אוועטאר
חיים'קע
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2011 6:07 am
לאקאציע: אינעם שול הויף

תגובהדורך חיים'קע » מיטוואך מארטש 09, 2011 3:38 pm

אזוי ווי די האסט שוין דערמאנט אויבן, און אביסעלע קלארער.

איז אין תורה איז נישט דא קיין שום נאמען וואס ענדיגן זיך מיט א 'א' צום סוף, און די נאמען איז קלאר "יהודה".
און די אלע נעמען וואס ענדיגן זיך מיט א 'א', איז אדער א יודישע נאמען אדער טאקע נאך די ארמישע 'יהודאין'.

און יעצט די וואס שרייבן זיך 'יודא' וועט זיין אדער ווייל זיי הייסן נאך א יודישן נאמען, אדער משום קדושת השם ווי די האסט שוין פריער דערמאנט.

און די 'יהודא' און 'יאודה' איז זיכער נישט די ריכטיגע נאמען, נאר א פועל יוצא פון נישט וועלן ארויסשרייבן דעם שם.
און די ריכטיגע נאמען איז זיכער "יהודה".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 09, 2011 3:43 pm

חיים'קע האט געשריבן:אזוי ווי די האסט שוין דערמאנט אויבן, און אביסעלע קלארער.

איז אין תורה איז נישט דא קיין שום נאמען וואס ענדיגן זיך מיט א 'א' צום סוף, און די נאמען איז קלאר "יהודה".
און די אלע נעמען וואס ענדיגן זיך מיט א 'א', איז אדער א יודישע נאמען אדער טאקע נאך די ארמישע 'יהודאין'.

און יעצט די וואס שרייבן זיך 'יודא' וועט זיין אדער ווייל זיי הייסן נאך א יודישן נאמען, אדער משום קדושת השם ווי די האסט שוין פריער דערמאנט.

און די 'יהודא' און 'יאודה' איז זיכער נישט די ריכטיגע נאמען, נאר א פועל יוצא פון נישט וועלן ארויסשרייבן דעם שם.
און די ריכטיגע נאמען איז זיכער "יהודה".


כיהודה ועוד לקרא.....

יישר-כח על השנות וחזרת הדברים, בכ"א אולי תוסיף לנו מראה מקום וכדו'

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מוצ"ש מארטש 26, 2011 9:21 pm

אין שו"ת זכרון יודא ח"ב סי' קס"ו שטייט אז יודא איז א צונאמען און נישט א קיצור פון יהודא, און ביי א גט דארף מען שרייבן יהודא המכונה יודא.
לעצט פאראכטן דורך יגעתי ומצאתי אום זונטאג מארטש 27, 2011 12:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש מארטש 26, 2011 9:47 pm

מהו הפלא?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג מארטש 27, 2011 2:32 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אין שו"ת זכרון יודא ח"ב סי' קס"ו שטייט אז יודא איז א צונאמען און נישט א קיצור פון יהודא, און ביי א גט דארף מען שרייבן יהודא המכונה יודא.


ער שרייבט דאס אפי' מען האט ביים ברית א נאמען געגעבן "יודא", און אלע יארן נאר אזוי גערופן, און אזוי זיך געשריבן?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג מארטש 27, 2011 5:54 pm

זכרון יודא קס"ה. די פלא איז אז פונקט ווי "שראל" פארשטייט יעדער אז ס'איז נישט קיין צונאמען נאר פארקירצט, די יוד ווערט פשוט פארשלינגען, די זעלבע וואלט מען געזאגט אויף יודא (די אלף איז אלס די שם, כנ"ל) אז די הא ווערט פארשלינגען (אזוי ווי מ'זאגט אברם אנשטאט אברהם אן קיין שום כוונה), זאגט אבער ר' יודא גרינוואלד אז ס'איז יא א כינוי מיט א ראי' פון גמרא עיין שם.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:06 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:זכרון יודא קס"ה. די פלא איז אז פונקט ווי "שראל" פארשטייט יעדער אז ס'איז נישט קיין צונאמען נאר פארקירצט, די יוד ווערט פשוט פארשלינגען, די זעלבע וואלט מען געזאגט אויף יודא (די אלף איז אלס די שם, כנ"ל) אז די הא ווערט פארשלינגען (אזוי ווי מ'זאגט אברם אנשטאט אברהם אן קיין שום כוונה), זאגט אבער ר' יודא גרינוואלד אז ס'איז יא א כינוי מיט א ראי' פון גמרא עיין שם.

איך זע נישט ר' יודא גרוו"ד זאל דאס זאגן


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט