מרגלית אדער מרגליא

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית מרגאלא מוויזניץ ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחמתני!
איך בין געועון באזארגט עס איז נאך נישט דא קיין איין איינציגע נאמען נאך הרבנית הצדיקת מרגאלא מוויזניץ ע"ה.
אבער אויב עס איז גענונג אז מען גיבט אן ענליכע נאמען, האט זיך לכה"פ די אלע קינדערלעך וואס הייסן מרגליא אדער מרגלית.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית מרגלה שפירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בייגעלייגט איז א בילד פון די מציבה פון הרבנית מרגלה שפירא [רביצין פון א קאריצער אייניקל רבי ישראל ליב שפירא] וועלכע איז געווען א טאכטער פון רבי יחיאל מיכל מסקאליט זצ"ל איידעם פון רבי פנחס מקאלק זצ"ל.
זי איז געווען א ערשטע קוזינע מיט רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקא'ר, ווייל ביידע מאמעס – הרבנית חנה מראחמיסטריווקא און הרבנית טויבא מסקאליט – זענען געווען שוועסטערס, טעכטער פון רבי פנחס מקאלק.
ווי עס קוקט אויס האט לכאורה די רביצין פון רבי פנחס מקאלק געהייסן "מרגאלא".
אויף די מציבה האט מען געשריבן דעם נאמען אויפן העברעישן פארמאט מיט א "ה" צום סוף, אבער מען זעט אז די אריגינעלע נאמען און די משפחה איז געווען "מרגאלא" [און אויף העברעיש "מרגלה"], נישט "מרגלית" און נישט "מרגליא".

הרבנית
מרת מרגלה
בת הרב ר' יחיאל מיכל ז"ל מסקאלט
שחלח
ביום טז שבט תשב
בצל שדי תתלונן
ותנוח ותעמד לגרלה לקץ הימין
אטעטשמענטס
P1080887 (1) (1).JPG
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית מרגלא רחל ממאניסטריטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א בילד פון די מציבה פון הרבנית מרגלא רחל ממאניסטריטש.
מרגלא ולא מרגליא
מרגלא ולא מרגלית
אטעטשמענטס
43815153_125842314261.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית מרגלא שפירא ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בייגעלייגט איז אן הנצחה פון הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל פאר זיין מאמע הרבנית מרגלא ע"ה, געדרוקט אין זיין ספר שו"ת אור המאיר.
אטעטשמענטס
seferid_807_page_163 (1).jpg
ריכטיק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2013 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריכטיק »

דער א' נאכן ג' איז בכלל נישט משנה אינעם עצם נאמען ס'נאר אשאלה וויאזוי מ'ספעלט עס ויש בזה מחלוקת אחרונים, דער י' נאכן ל' איז א נפק"מ אין מקומות אזויווי עמיצער האט שוין אויבן געשריבן.
זעה דא (בעיקר ס"ק ג')
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די שאלה צי מרגלא צו מרגליא

איז דער זעלבע שאלה ווי:
זושא, זוסיא
הענא, העניא
פעסא, פעסיא
א.א.וו.

אין רוסלאנד, האבן מען געקוועטשט א א י' צום סוף, און אין פוילן און אין גאליציא, נישט.
די אלע אויבנדערמאנטע נעמען איז איינס.

און דער זעלבע איז מיט מרגלא, און מרגליא, מארגלא וועט מען מער טרעפען אין פוילן און אין גאליציא, ווידער מרגליא מער אין רוסלאנד...
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

אן אויסשניט פון א צייטונג בשנת תרס"ג ושם נכתב "מרגליות"
אטעטשמענטס
Capture.JPG
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פרעגער האט געשריבן:אן אויסשניט פון א צייטונג בשנת תרס"ג ושם נכתב "מרגליות"

וגם נכתב שם "אפראים"...
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

וגם נכתב שם "ראממיסטראווקא", "טוועסקי"
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די דערמאנטע זענען ספעלינג מעסטעיק'ס, "מרגלית" איז אנדערשט. טאקע "מרגליות" (די וואו) קען זייםן א מעסטעיק, אבער די "ת" נישט מסתבר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לכתחלה איז לכאורה גערעכט, ס'איז איבערגעשריבן פון רוסיש והא ראי' אז ס'שטייט ראטמסטראווקא, וואס אויף אידישע שרייבט מען ראכמסטריווקא. דערפאר שטייט אפראים, און דער ת' איז דוקא משא"כ די וא"ו איז נישט בהכרח.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בן בוזי האט געשריבן:לכתחלה איז לכאורה גערעכט, ס'איז איבערגעשריבן פון רוסיש והא ראי' אז ס'שטייט ראטמסטראווקא, וואס אויף אידישע שרייבט מען ראכמסטריווקא. דערפאר שטייט אפראים, און דער ת' איז דוקא משא"כ די וא"ו איז נישט בהכרח.

דער אריגענעלער נאמען איז "מרגאלא", אבער די אלע פלעגן זיך אמאל חתמ'נען "מרגלית", כמבואר בשו"ת מנחת אליהו חאעה"ז סי' י"ז וז"ל "נשאלתי ממרן הרה"ק מזלטיפאליא שליט"א בנידון הג"פ שנסדר לבת בנו... דהנה שם האשה מעריסה מרגאלא אחר שם זקנתה, ובפי כל נקראת גאלציא, והיתה חותמת לפעמים גאלציא ולפעמים מרגאלציא ולפעמים מרגלית (בלי ואו)"
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מרגולא ליברזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מציבה פון הרבנית מרגולא ליבערזאן טאכטער פון הגה"צ ר' יוסף יהודא דערבארעמדיגער אב"ד ריצוב
מציבת הרבנית מרגולא ליבערזאן אשת רבי יצחק ליבערזאן הרב מריצוב.jpg
מציבת הרבנית מרגולא ליבערזאן אשת רבי יצחק ליבערזאן הרב מריצוב.jpg (112.37 KiB) געזען 2516 מאל
אשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:42 am

Re: מרגלית אדער מרגליא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמע »

א בריוו פון קאוולער רב, הרה"צ רבי נחום משה טווערסקי [זוהן פון רבי וולוויל רחמיסטריווקער], צו זיין שוועסטער הרבנית...
אטעטשמענטס
002.jpg
002.jpg (246.35 KiB) געזען 192 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”