תשתחו תשתחוו תשתחוה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תשתחו תשתחוו תשתחוה

תגובהדורך פויער » מאנטאג אוגוסט 30, 2010 7:14 am

קען מיר איינער מסביר זיין פונטליך די חילוק פון די לשונות ווען ניצט מען וואס

ווי איך פארשטיי איז

תשתחו א לשון יחיד
תשתחוו א לשון רבים
א לשון נוכח

ישתחו ישתחוו א לשון נסתר

ווען נוצט מען די הא?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

חרמש_בקמה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 01, 2010 10:21 am

תגובהדורך חרמש_בקמה » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 4:48 pm

קרעמער א דאנק פארן עפענען.

תשובה:
(א. דער שורש פון דעם דאזיגן פעל איז ש.ח.ה. אז דער ערשטער אות פון שורש איז א שין און דער ווארט עס איז גענייגט אלץ בנין התפעל, דאן קומט דער ת"ו פון התפעל ערשט נאכן ערשטן אות פון שורש. דעריבער שטייט ישתחוה און נישט יתשחוה).
ב. ביי בנין התפעל ברויך דער מיטעלער אות פון שורש זיין געפינטלט. צ.ב.ש. הִתְפַּקֵּד. דא ביי אונזער פאל איז דער מיטעלער אות א ח' וועלכער קען נישט באקומען קיין פינטל. דער פינטל אבער טשעפעט זיך נישט אפ אזוי גרינג, וואס ווערט געטאן דאן? - אין אנדערע פאלן איז צו זעהן אז ווען דער פינטל קען נישט ערשינען ביים מיטעלן אות, דאן ווערט געטאפלט דער לעצטער אות פון שורש. למשל ביים שורש "סוב", דא איז דער מיטעלער אות א "נח נסתר" וועלכער קען נישט באקומען קיין פינטל, דעריבער אין פאל וואס עס ברויך יא ערשינען א פינטל ווערט געשריבן "סובב".
ג. דאס זעלבע ברויך זיין אויך ביי אונזער פאל אז עס זאל געטאפלט ווערן דער לעצטער אות און עס זאל שטיין "ישתחהה". נאר דא איז איבערגעדרייט געווארן דער ערשטער ה"א צו א וי"ו, אזוינס פאסירט נישט איינמאל, ווי למשל ביים שורש "שלה" - "שָׁלַוְתִּי", "ערה" - "ערוה" "קצה" - "קצוות", און דעריבער שטייט געשריבן אויך "ישתחוה".
ד. ווען אנהייב ווארט איז פארהאן א "וי"ו ההיפוך מעתיד לעבר" (ישתחוה - עתיד; וישתחוה/וישתחו - עבר), דאן בד"כ (ביי אזא שורש) פאלט ארויס דער לעצטער ה"א, און וויבאלד ביי סוף א ווארט קען נישט פארקומען קיין סגול אן א נח נסתר (א ה"א אדער א אל"ף), דעריבער קומט א שורק אנשטאט דעם סגול.

לסיכום, בלשון יחיד זכר - עתיד "ישתחוה" עבר "השתחוה", בוא"ו ההיפוך מעתיד לעבר "וישתחו", און דאס זעלבע ביי נקבה, עתיד "תשתחו", עבר "השתחותה", און מיט וא"ו ההיפוך "ותשתחו".

(מען געפינט אין תנ"ך "וישתחוה", איך האב נישט די צייט צו ערקלערן יעצט פארוואס מעג עס פאסירן).


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט