אידישע אויסדריקן און שפריכווערטער

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 6:25 pm

זענדל האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:פון ווי שטאמט די ווארט "צופידעלט" און וואס איז די באדייט פון דעם?

"צושפילט" ווייסאטו? א שפילער פידלט

די אמתע פשט איז ווייל ווען איז נישט אין און מען הערט א פידל קריכט עס שרעקליך אויף די נערווען. כ"ש ווען יענער שפילט נישט אופן טאן ווערט מען אזוי צופידעלט......
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

ODOM
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 12:50 am

טענו את בעירכם
גיי טענה זיך מיט בהמות
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:24 pm

והיה יכול ללמוד על הדף - א בלאט לערנער

תגובהדורך פעטעטא קאפ » מאנטאג מארטש 05, 2018 6:15 pm

עס איז באקאנט די נוסח אופן מצבה פונעם הייליגן צדיק ר' אייזקל קאלובער והיה יכול ללמוד על הדף ווער עס געדענקט האט מען געקענט הערן אזא סארט אויסדריק פון אונזערע זיידעס פון דערהיים א בלאט לערנער
ווייסט איינער פינקטליך וואס דאס האט געמיינט, עס איז א אויסדריק וואס מען הערט נישט היינט, און באלד איז שוין נישט דא וועם צו פרעגן.
די ווייסער'ס זאלן זיך ביטע מיען פאר אונז און ברענגן אינפארמאציע.
א דאנק פון פאראויס

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג מארטש 05, 2018 10:38 pm

לכאו' פשט, גוט אפגעלערנט גרונטלעך און קלאר (עי' בגליון קביעות עתים)

פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:24 pm

תגובהדורך פעטעטא קאפ » דינסטאג מארטש 06, 2018 10:30 am

איך וואלט עס געוואלט הערן פון איינעם וואס געדענקט וואס דאס מיינט
געהערט האב איך פון איינעם, אז מען האט זיך געהאלטן צום דף און נישט אריין געקוקט אין קיין מפרשים, נאר געלערנט גמרא רש"י תוס' נישט געזיכט צו פארשטיין מער אדער טיפערע אינפארמעשן וואס געפינט זיך אינדרויסן פונעם בלאט.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:09 am

וואס מיינט דער אויסדריק אקס'ען-פאסט
כ'האב באקומען א בריוו-פעקל דורכן אקסען פאסט

ווארשיינליך געווען איינס פון מעטאדן פון שיקן זאכן
מיר ווייסן אז מ'האט גענוצט שיף, באן, פערד, טעלעגראם
אבער מ'האט זיך טאקע אויך באנוצט מיט אקסען?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:09 am

פעטעטא קאפ האט געשריבן:איך וואלט עס געוואלט הערן פון איינעם וואס געדענקט וואס דאס מיינט
געהערט האב איך פון איינעם, אז מען האט זיך געהאלטן צום דף און נישט אריין געקוקט אין קיין מפרשים, נאר געלערנט גמרא רש"י תוס' נישט געזיכט צו פארשטיין מער אדער טיפערע אינפארמעשן וואס געפינט זיך אינדרויסן פונעם בלאט.


איך טראכט אז ער האט געמיינט די היינטיגע וואס ווילן זיך רופן "פשוטער איד" אין אונזער דור,
וויל ער זיי לאזן וויסן אז ער האט נישט נאר געזינגען שיין סאלא קאקאש און שרינאק רינאק וכו' נאר ער האט אויך פלייסיג געלערנט און איז געווען א ירא שמים
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:24 pm

תגובהדורך פעטעטא קאפ » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:23 pm

ריכטיג אבער דאס ווארט בלאט לערנער איז געווען עפעס וואס אונזערע זיידעס האבן זיך באניצט דערמיט, עס איז נישט נאר אויף די מצבה, לערנען אויפן בלאט האט עפעס זיכער געהאט א באדייט אמאהל.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

אודות הנזכר

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מארטש 06, 2018 4:28 pm

חיים ושלום פרשת וילך.png
תולדות יחזקאל עמוד 38.png

פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:24 pm

תגובהדורך פעטעטא קאפ » דינסטאג מארטש 06, 2018 5:32 pm

שכח

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:04 am

פלאחותיך האט געשריבן:וואס מיינט דער אויסדריק אקס'ען-פאסט
כ'האב באקומען א בריוו-פעקל דורכן אקסען פאסט

ווארשיינליך געווען איינס פון מעטאדן פון שיקן זאכן
מיר ווייסן אז מ'האט גענוצט שיף, באן, פערד, טעלעגראם
אבער מ'האט זיך טאקע אויך באנוצט מיט אקסען?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:43 pm

אדער יא האט געשריבן:
חיים ושלום פרשת וילך.png
תולדות יחזקאל עמוד 38.png

אויב איז אייך נישט צו שווער, ביטע ברענגט אראפ וואס דארט שטייט וועגן דעם באגריף ''בלאט-לערנער.''
איך בין אויך נייגעריג צו וויסן.
אויפן מהרש''ג זאגט מען אז ער איז געווען א גרויסער בלאט-לערנער. מ'הערט דעם אויסדרוק אסאך מאל פון אידן פון א דור צוריק.
עכ''פ וואס מיינט עס פונקטליך?
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:45 pm

וואס זאגסטו נישט צו דעם?

דאס אויבענדערמאנטע איז נישט מער ווי א אויסדרוק.
ווייל ריכטיג וואלט געווען:
וואס זאגסטו צו דעם?

דער ''נישט'' גיבט מען א רוק אריין פאר זאפטיגקייט.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 4:32 pm

האפ קאזאק האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:
חיים ושלום פרשת וילך.png
תולדות יחזקאל עמוד 38.png

אויב איז אייך נישט צו שווער, ביטע ברענגט אראפ וואס דארט שטייט וועגן דעם באגריף ''בלאט-לערנער.''
איך בין אויך נייגעריג צו וויסן.
אויפן מהרש''ג זאגט מען אז ער איז געווען א גרויסער בלאט-לערנער. מ'הערט דעם אויסדרוק אסאך מאל פון אידן פון א דור צוריק.
עכ''פ וואס מיינט עס פונקטליך?

בטעות האב איך פארמעקט די בילדער, כ'וועל עס נאכאמאל אויפזוכן.

טוב ויפה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מאנטאג ינואר 14, 2019 3:33 pm

ער האט 'אויסגעזאגט' גאנץ תהילים!
פארוואס האט ער 'אויסגעזאגט' פארוואס האט ער נישט פלעין 'געזאגט'?
פארוואס נאר ביי תהילים נוצט מען דעם אויסדרוק

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג ינואר 14, 2019 3:43 pm

אז ער האט געזאגט תהלים ביז אויס האט ער אויסגעזאגט תהלים.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

הילף וויאזוי אראפצושרייבן א סענסעטיווע ענין, ווער קען העלפן...?

תגובהדורך אילו זכינו » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 10:38 pm

איך שרייב וועגן א חשובע איד וואס איז געווארן חסידיש אין דער צייט ווען זיינע עלטערן האבן געפירט אן ערליכע לעבן אבער נישט חסידיש
די שאלה איז וויאזוי מ'שרייבט אזא זאך ווען מ'גייט דאס געבן פאר די קינדער און אייניקלעך ווייטער, אז ס'זאל חלילה נישט ווערן אויסגעטיישט נישט ריכטיג, און אן קיין זלזול אויף דער זיידע באבע וואס זענען נישט געווען חסידיש (און זיי זענען אבער פאקטיש יא געווען אייניקלעך פון חסידישע שטובער - נאר ביי די קריג יארן האבן זאכן זיך פאריקט אביסל.. און דער אייניקל איז צוריק געווארן חסידיש, כמובן אז מ'קען עס נישט ארויסשרייבן אפן און גראב - אבער די משפחה וויל דירעקט שרייבן די גדלות פון זייער טאטע אז ער האט אליינס בוחר געווען צו ווערן חסידיש)
איך האב געשריבן אזוי:
....און אפי' די זיידע ר' ראובן ע"ה פאר זיך זעלבסט האט נישט געפירט א חסידישע לעבנס שטייגער, האט ער אבער שטארק מחשיב געווען די החלטה פון זיין זון - אונזער חשובע טאטע ז"ל - יא צו ווערן חסידיש, און אדרבה ער האט אים מחזק געווען דערפאר, און שטאלצירט מיט אים.......

איך שפיר אבער נישט אינגאנצן באקוועם מיט די אוסדרוק.. איך וויל עס ארויסברענגען מער פאזעטיוו..
אפשר: און אפי' די זיידע ר' ראובן ע"ה פאר זיך זעלבסט האט געפירט בלויז אן ארטאדאקסישער לעבנס שטייגער...

ביטע אריינקומען ווער ס'קען ארויסהעלפן...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 10:47 pm

אפשר איז נישט געווען געוואוינט אדער האט זיך נישט געפירט אזוי ווייט אויפן חסידישן שטייגער

די צווייטע אפשן וואס דו ברעגסט, איז לדעתי, גרעבער ווי די ערשטע. נישט חסידיש, איז נישט אזוי ווייט, ווי ארטאדאקס...
. . . . . . .

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 11:57 pm

אילו זכינו האט געשריבן:...

וואס דארפסטו דערמאנען 'לעבנס שטייגער'? שרייב אז כאטש דער זיידע איז נישט געווען אזוי אריינגעטאן אין חסידות, דאך האט ער געשעצט און רעספעקטירט זיין זון וואס האט באשלאסן זיך יא אריינצולייגן אין חסידות....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:06 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:...

וואס דארפסטו דערמאנען 'לעבנס שטייגער'? שרייב אז כאטש דער זיידע איז נישט געווען אזוי אריינגעטאן אין חסידות, דאך האט ער געשעצט און רעספעקטירט זיין זון וואס האט באשלאסן זיך יא אריינצולייגן אין חסידות....

ווייל ס'גייט זיין א בילד פון אים אן א בארד וכו'..
דעריבער איז נישט שייך צו שרייבן בלויז אז ער איז נישט געווען 'אריינגעטאן אין חסידות'
כ'מיין אז די אויסדרוק פון נו גוט נו שוין איז פיין פאר דעם
איך וועל עס טאקע לכאורה נוצן
אבער ייש"כ ממילא

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:28 am

אפשר: כאטש אונזער חשוב'ער פאטער ז"ל איז נישט נתחנך געווארן על ברכי החסידות - קומענדיג פון א שטרענג-רעליגיעז, אבער נישט חסידי'שע שטוב - דאך האט זיין טאטע ר' ראובן ז"ל ארויסגעוויזן אפענע סימפאטיע צו זיין זונ'ס באשלוס, ווען ער האט זיי געמאלדן איבער זיין התקרבות לאור החסידות.

עפעס אזוי. מאכט סענס?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:44 am

די זיידע ז"ל האט געפירט א גאר ערליך לעבן, מיט אסאך מסירת נפש פאר אידישקייט. אין יענע יארן איז דאס אליין אנגעגומען מיט זעלטענע שוועריגקייטן, ווי באקאנט. און ווען די טאטע ז"ל האט באשלאסן צו גיין נאך העכער, און געגאנגן זיך ווייקן ביים רבי .........זי"ע, האט די זיידע זיך גאר געפרייט, און עם גשטיצט אויף טריט און שריט, און ער האט געהאט פיל הנאה צו זעהן ווי זיינע קינדער שטעלן צוריק א פולזאמע חסידש לעבן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2753
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:46 am

דער זיידע האט געפירט גאר א שטרענגע פרומע היים און די קינדער זיינען געווארען צוגעטשעפעט צו דעם חסידישן לעבנס שטייגער
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט