אידישע אויסדריקן און שפריכווערטער

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

'ער שיסט ערעטאוט'

תגובהדורך טשאלנט טאפ » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:07 pm

לעצטנס....
ניצט מען א לשון ווען איינער ריספאנט נישט, אדער גיבט דיר א קאלטע פילינג, אדער ער איגנארט, רופט מען דאס 'ער שיסט ערעטאוט' ווער איז דער גרינדער פון די זאץ???

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:26 pm

טשאלנט טאפ האט געשריבן:לעצטנס....
ניצט מען א לשון ווען איינער ריספאנט נישט, אדער גיבט דיר א קאלטע פילינג, אדער ער איגנארט, רופט מען דאס 'ער שיסט ערעטאוט' ווער איז דער גרינדער פון די זאץ???

Giving attitude קומט פון ענגלישע סלענג, עס מיינט עפעס אזויווי אז מען ווייזט א נישט גוטע עטיטוד פאר דער מיטשמועסער. למשל ווען מען רעדט Rude אדער מען פארקויפט שטותים מיט אזא סארט געשריי. ווייס'סעכמיין?...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:33 pm

דער ווייס'סעכמיין שמעקט אביסל ערעטוטיש... ווייס'סעכמיין?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » זונטאג אוקטובער 11, 2015 10:14 pm

גערעכטער האט געשריבן:איך בין 'טויט' מיד..

קענסט גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

משוגע ווי די רוחות...

ארעם ווי די נאכט.

וואס איז נייעס!!...

וואס איז נייעס קומט פון א ניגון פון ליפא שמעלצער

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 10:54 am

טשאלנט טאפ האט געשריבן: פארשטוישט די יוצרות
און וואו נעמט זיך דאס?
ווען ניצט מען דאס?


אסאך מאל ווען יו"ט געפאלט זיך אום שבת , וועט מען טוישען די יוצרות ביים דאווענען, די יוצרות פון ערשטען טאג וועט מען זאגען דעם צווייטען טאג וכו',

איז פון דעם דעם געווארען אן אויסדריק ווען איינער טוישט ארום פאקטען, זאגט מען ער דרייט ארום די יוצרות.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:32 am

בויבעריקער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:איך בין 'טויט' מיד..

קענסט גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

משוגע ווי די רוחות...

ארעם ווי די נאכט.

וואס איז נייעס!!...

וואס איז נייעס קומט פון א ניגון פון ליפא שמעלצער

אויך די פסוק וזרקתי עליכם מים טהורים קומט פון ליפא שמעלצער...

--
נישט יעדע ווארט איז א 'אויסדריק', וואס איז נייעס איז א פשוט'ע פראגע, פונקט ווי 'וויפיל אזייגער איז'
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 12:31 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
בויבעריקער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:איך בין 'טויט' מיד..

קענסט גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

משוגע ווי די רוחות...

ארעם ווי די נאכט.

וואס איז נייעס!!...

וואס איז נייעס קומט פון א ניגון פון ליפא שמעלצער

אויך די פסוק וזרקתי עליכם מים טהורים קומט פון ליפא שמעלצער...

--
נישט יעדע ווארט איז א 'אויסדריק', וואס איז נייעס איז א פשוט'ע פראגע, פונקט ווי 'וויפיל אזייגער איז'

יימער, 'וואס איז נייעס' ווערט באניצט ביי מאנכע אלץ א וועג צו ווייזן סורפרייז.
(דורכאויס גאנץ בין הזמנים האסטעס נישט געהערט?..)
הק' איש ימיני

Tachlis Hayediah
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 5:18 pm

מקור אויף יודיש לשון קדש ווארט

תגובהדורך Tachlis Hayediah » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 1:14 pm

אפשר ווייסט איר, דער אויסדריק און יודיש,"חוזק מאכן". ווי איז דער מקור אז "חוזק" מיינט געשפאט. איז דאס א לשון קדש ווארט, אדער איז דאס א בריה פאר זיך און די יודישע שפראך.אויב ווייסט איר א מקור "איי וואד עפרישיעיט"

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

מ'זאל האבן אוסגעפוע'לט אלס גוט

תגובהדורך פר בן בקר » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 1:22 pm

און וואס מיינט געפועל'ט אויסגעפועל'ט? איך מיין אז אין לשון קודש ווערט איך נישט באניצט דעם אויסדרוק אויף צו זאגן אויסגעבעטן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 1:35 pm

Tachlis Hayediah האט געשריבן:אפשר ווייסט איר, דער אויסדריק און יודיש,"חוזק מאכן". ווי איז דער מקור אז "חוזק" מיינט געשפאט. איז דאס א לשון קדש ווארט, אדער איז דאס א בריה פאר זיך און די יודישע שפראך.אויב ווייסט איר א מקור "איי וואד עפרישיעיט"

viewtopic.php?p=57271#p57271

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 1:37 pm

פר בן בקר האט געשריבן:און וואס מיינט געפועל'ט אויסגעפועל'ט? איך מיין אז אין לשון קודש ווערט איך נישט באניצט דעם אויסדרוק אויף צו זאגן אויסגעבעטן.

viewtopic.php?p=942053#p942053

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:06 pm

שלום ביילין פון אירקוטסק (מזרח סיביר) האט בשנת תרפ"ג אפגעשריבן א זאמל-בוך איבער אידישע שפריכווערטער, און ער האט עס אפגעשיקט קיין ניו יארק פאר דעם באקאנטן שפראכנמייסטער אכלסנדר הארקאווי (הרכבי).

איך ווייס נישט צו די בוך איז אמאל געדרוקט און וואס מיט דעם ביילין (ער זעהט אויס אן ארטאדאקסישער איד, אין די הקדמה שרייבט ער א ייש"כ פאר ר' נטע אלעווסקי דער ארטיגער רב) , אבער דער כת"י איז איבערגעלביבן און עס איז לייכט צו ליינען, עס פארמאגט זיסע זאכן פאר ווער עס גלייכט די אמאליגע ענינים.

ליינט און לאכט
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1228.pdf

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 6:19 pm

א אויבערפלעכליכע פארש ארבעט איז איבער גענוג צו ברענגען אויפן אויבן אן די מסקנה אז...

איז "אויבן אן" די ריכטיגע וועג וויאזוי דאס ברויך געשריבן ווערן?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 7:29 pm

נפטר פיפטער אבי געזונט!

וואס מיינט דאס?

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 1:03 am

מה פתאום??? האט געשריבן:א אויבערפלעכליכע פארש ארבעט איז איבער גענוג צו ברענגען אויפן אויבן אן די מסקנה אז...

איז "אויבן אן" די ריכטיגע וועג וויאזוי דאס ברויך געשריבן ווערן?


יא, אדער צאמגעכאפט: אויבנאן.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 1:08 am

קען זיין איינער האט שוין דערמאנט, אבער די וואך שבת צופרי ביים זאגן תהלים איז מיר בייגעפאלן אז דער באקאנטער אויסדריק "מיט דער נשמה אין דער האנט" איז מעגליך שוין אלט טויזנטער יארן און האט גאר זיין אפשטאם אין די הייליגע ווערטער פון תהלים:
"נפשי בכפי תמיד" - מיין נפש/נשמה איז שטענדיג אין מיין האנט.
צי עס מאכט אינגאנצן סענס ווייס איך נישט, אבער קודם, ווי נאר דאס איז מיר בייגעפאלן, בין איך געלאפן מיט דער נשמה אין דער האנט דאס אפצושרייבן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 1:26 am

מגיה האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:א אויבערפלעכליכע פארש ארבעט איז איבער גענוג צו ברענגען אויפן אויבן אן די מסקנה אז...

איז "אויבן אן" די ריכטיגע וועג וויאזוי דאס ברויך געשריבן ווערן?


יא, אדער צאמגעכאפט: אויבנאן.

ענדליך האצעך איינער מרחם געווען...

וואס איז ריכטיגער? צוזאמגעכאפט אדער צוטיילט?

הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:00 am

פראגע

תגובהדורך הרב שלמה'ס א תלמיד » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:23 am

איך ווייס נישט צו מיין פראגע באלאנגט דא. אבער כ'האב נישט געטראפן קיין בעסערע אשכול דערפאר.
אסאך מאל ווען מ'שרייבט דארף מען ניצען די זעלבע ווארט עטליכע מאל אין א ציה, וואס דאן קען מען ניצען ענדליכע ווערטער. ווי צ.ב.ש. "געשיכטע" קען מען שרייבן פאסירונג,השתלשלות, סיפור, ערציילונג. ועוד. וויל איך וויסן: איז דא אן עפפ וואס גיבט די אלע אפציעס?
(א שטייגער ווי די בוך "אידיש ווערטער אוצר" וואס איז געשטעלט אויף דעם, וויל איך וויסן צו עס איז דא אזא מין עפפ?) פארשטייט וואס איך מיין?
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:37 pm

וואס מיינט (אויב מיינט בכלל...)דאס ווארט
סורעאליסטישע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:57 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואס מיינט (אויב מיינט בכלל...)דאס ווארט
סורעאליסטישע

אויף ענגליש איז surreal
נישט רעאליסטיש, א פאנטאזיע, רחוק מן המציאות

איך אויך
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:22 pm

תגובהדורך איך אויך » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:23 pm

טשאלנט טאפ האט געשריבן:לעצטנס....
ניצט מען א לשון ווען איינער ריספאנט נישט, אדער גיבט דיר א קאלטע פילינג, אדער ער איגנארט, רופט מען דאס 'ער שיסט ערעטאוט' ווער איז דער גרינדער פון די זאץ???

לדעתי איז עס נישט קיין לעצטערע שפריך ווארט ווי אין ענגליש he gives a lot of atitute

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:44 pm

קיקיון האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וואס מיינט (אויב מיינט בכלל...)דאס ווארט
סורעאליסטישע

אויף ענגליש איז surreal
נישט רעאליסטיש, א פאנטאזיע, רחוק מן המציאות

דאן נוצט ער עס נישט אויף א גיטע פלאץ דא
viewtopic.php?p=1399810#p1399810

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 4:20 am

ניס קראכער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וואס מיינט (אויב מיינט בכלל...)דאס ווארט
סורעאליסטישע

אויף ענגליש איז surreal
נישט רעאליסטיש, א פאנטאזיע, רחוק מן המציאות

דאן נוצט ער עס נישט אויף א גיטע פלאץ דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1399810

עס איז יא ריכטיג ווייל surreal קען אויך מיינען ''ווי פון חלום/דמיון/פאנטאזיע ארויס,''
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג פאברואר 27, 2017 11:36 am

מיללער האט געשריבן:שלום ביילין פון אירקוטסק (מזרח סיביר) האט בשנת תרפ"ג אפגעשריבן א זאמל-בוך איבער אידישע שפריכווערטער, און ער האט עס אפגעשיקט קיין ניו יארק פאר דעם באקאנטן שפראכנמייסטער אכלסנדר הארקאווי (הרכבי).

איך ווייס נישט צו די בוך איז אמאל געדרוקט און וואס מיט דעם ביילין (ער זעהט אויס אן ארטאדאקסישער איד, אין די הקדמה שרייבט ער א ייש"כ פאר ר' נטע אלעווסקי דער ארטיגער רב) , אבער דער כת"י איז איבערגעלביבן און עס איז לייכט צו ליינען, עס פארמאגט זיסע זאכן פאר ווער עס גלייכט די אמאליגע ענינים.

ליינט און לאכט
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1228.pdf

שיין שיין.
א דאנק

דער דערמאנט מיר די זאפטיגע שרייבער פון "די אידישע היים"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 03, 2017 9:41 pm

געווען אן אשכול טיבער ווערטליך/אויסדריקן שמקורן בחז"ל, וכעת לא מצאתי אני מצרפה פה ואם שגיתי ה' הטוב יכפר בעדי.

פארהאן א ווערטל אויף די רוימענישע גנבים, אז ווען א ראמענער גיט דיר די האנט צייל איבער די פינגערס צו עס פעלט נישט. במקור איז עס א גמרא אין חולין קכז. נרשאה נשקיך מני ככיך


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט