רעיונות, אדער געדאנקען.
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
רעיונות, אדער געדאנקען.
קען זיין אז מ'קען דאס ערגעץ ווי אריין שטיפן אין אן אשכול, אבער אזוי ווי ס'איז דא אן עקטערן אשכול אויף די עצם ווארט וועל איך עפענען אן עקסטערן אשכול דאס צו דעבאטירן.
מיין ערשטע קשיא איז, וואס איז די אפטייטש פון רעיונות? לויט וויפיל איך ווייס, איז דער אפטייטש, בייפאל.
קען זיין אז איך בין מיך טועה, אבער אויב נישט קומט איך צו, צו מיין צווייטע קשיא, וואס האט דער אזוי גערופענער אשכול רעיונות שטערנדל וכו', מיט בייפאלן? לויט מיין השקפה, איז דער אשכול צוזאם געשטעלט פון געדאנקען, נו אויב אזוי דארף דאס גערופן ווערן געדאנקען.
און אצינד מיין דריטע קשיא, בין איך גערעכט?
מיין פערדע קשיא, אדער בין איך נישט גערעכט?

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
Re: רעיונות, אדער געדאנקען.
איך_הער האט געשריבן:קען זיין אז מ'קען דאס ערגעץ ווי אריין שטיפן אין אן אשכול, אבער אזוי ווי ס'איז דא אן עקטערן אשכול אויף די עצם ווארט וועל איך עפענען אן עקסטערן אשכול דאס צו דעבאטירן.
מיין ערשטע קשיא איז, וואס איז די אפטייטש פון רעיונות? לויט וויפיל איך ווייס, איז דער אפטייטש, בייפאל.
ת. כ'על ענטפערן כמנהג ישראל תורה, מיט א קשיא...
וואס איז דער חילוק: פון א געדאנק ביז א בייפאל?
קען זיין אז איך בין מיך טועה, אבער אויב נישט קומט איך צו, צו מיין צווייטע קשיא, וואס האט דער אזוי גערופענער אשכול רעיונות שטערנדל וכו', מיט בייפאלן? לויט מיין השקפה, איז דער אשכול צוזאם געשטעלט פון געדאנקען, נו אויב אזוי דארף דאס גערופן ווערן געדאנקען.
ת. עיי' לעיל. היינו רעיון, היינו געדאנק, היינו בייפאל. רעיון איז בלשון הקודש, געדאנק איז יודיש, בייפאל איז?
און אצינד מיין דריטע קשיא, בין איך גערעכט?
מיין פערדע קשיא, אדער בין איך נישט גערעכט?
ת. אה יא... אדער א יא...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
פון אנפאנג האב איך געהאלטן, אז רעיון איז אפטייטש איינפאל, און איך האב שוין קאפיטולירט צו קרעמער ווען ער האט מיר נאכגעזאגט פון באבי אז ס'איז די זעלבע זאך.
לויט מיין אויפטרעף איז א חילוק צווישן געדאנק און געדאנקען, געדאנק איז טאקע די זעלבע ווי בייפאל, אבער געדאנקען איז ענדערש ווי מחשבה.
צימבל מיך נישט ווייטער, איך קען נאך חלילה ווערן מער און מער אריין געדרייט אין א פלאנטער וואס איך האב שוין לאנג נאכגעגעבן.

- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: רעיונות, אדער געדאנקען.
אינטערעסאנט, וואס איז טאקע דער פינקטליכער חילוק פון איינפאל, בייפאל, געדאנק; הרהור, מחשבה, און רעיון?
אפשר קען מען עפעס אויסארבעטן מיט חכמה בינה ודעת…

די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: רעיונות, אדער געדאנקען.
מחשבה איז לה"ק און הרהור (בדניאל) אראמיש.
רש"י טייטשט רעיון אין קהלת (לשה"ק) שבר, און אין דניאל (ארמית) הרהור.
דער ספר "חותם תכנית" אויף שמות נרדפים מזמן הראשונים האלט אז רעיון איז אראמיש אויף רצון.
מ'דארף זעהן אויב מפרשים זאגן עפעס אויף ברכת המפיל "ואל יבהלוני רעיוני * ... והרהורים".
* ס'געבויט אויף א פסוק אין דניאל אבער כ'ווייס נישט די מקור פאר די ווארט אין די ברכה - אין אונזער גמרא איז עס נישטא, אויך נישט אין ראשונים וואס כ'האב געזעהן ברענגן.